מבריסק ועד קוסובה

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

מבריסק ועד קוסובה

שליחה דורך אלפא »

גיי איך מיר אריין אין ספרים געשעפט צוויי טעג צוריק, באגעגען איך מיר מיט א רעלאטיוו נייע ספר (תמוז תשפ"ג) מיטן נאמען 'מבריסק עד קוסובה'.
בריסק עד קוסובה.png
עס האט א ווייסע דעקל - אנדערש ווי דעם טינקעלעם 'נארם' אינעם געשעפט - האט עס גלייך געצויגן מיין אויפמערקזאמקייט. עס האט מיר טאקע נישט גענארט, די סוב-טייטל ליינט זיך: 'יסודות ועקרונות פרשנות התלמוד - על עולמה של ההלכה, דת ומדע, אמונת חכמים ויסודות ההשקפה התורנית'.. עס איז היבש א sweeping טיטל, האב איך עס איבערגעדרייט נאר צו באגעגענען אן אינטערסאנטערע טיטל 'ספר זה פותח צוהר בפני הקורא, דרכו יוכל להביט על העימות בין האסכולות השונות ובין נושאי כליהם - גדולי התורה שחיינו משתתים עליהם. דרך ספר זה, הקורה יוכל להתבונן על העימות אשר התחולל בין ענקים, ענקים ברוח ובתורה, על השלכותיו של עימות זה על עולם התורה בכלל ועולם הישיבות בפרט. אגב גררא, ספר זה נוגע בעולמה הנסתר של היהדות על מרכיביה הבסיסיים. הספר דן על מושגי יסוד של עולמה של ההלכה, על הלכה, מטא-הלכה ומתודולוגיה תלמודית, על אגדה, אמונה ותיאולוגיה. הספר מציג נקודות יסודיות בעקרונות הפילוסופיה של היהדות המעצבת את צביון עולם ההלכה.'

די ערשטע זאך האב איך געכאפט א צוואנציגער און אפגעיאגט מיטן ספר - קודם איז עס אין מיינע הענט - איידער דער מוכר כאפט וואס ער האט דא אריינגעברענגט, און בכלל צו שטיצן א ספר - אין ספרים געשעפט - וועלכע האט דעם קוראזש צו לייגן בכלל אזאנע טיטלען און מטרות.

דער מחבר איז איינער אליהו הכהן מרגליות, עס פארמאגט נישט קיין אפציעלע פובלישונג, און ניטאמאל קיינע הסכמות. דער וואס ווייסט מער איבערן מחבר איז מכובד אריינצורעדן...
אינעם הקדמה איז ער זיך ברייט מתנצל פארן נישט נעמען קיין הסכמות, פארן טרעטן אין הייקעלע - קאנטרעווערסיאלע שטחים, און פארן נוצן אלגעמיינע אין נישט-אידישע מושגים א שטייגער ווי פילאזאפישע מושגים און ציטאטן פון פראפעסארן..

איך האב נאכנישט עקספיעט צו ליינען קיין סאך דערפון און איך קען נאך בכלל נישט אפשאצן דעם תוכן הספר. אבער די ביסל וואס איך האב יא געליינט שיינט עס ווי דער מחבר וויל פשוט אויסשמועסן סיי וועלכע נושא ער קען נאר וואס גרעניצט זיך מיט השקפה און קאנטראווערסיע, און ער טוט דאס זייער כיטערע אונטערן לבוש פון אנאלאזירן דעם חילוק צווישן בריסקער רב - מיטן חזון איש, אדער בעסער געזאגט צווישן דעם בריסקן צוגאנג צו לערנען/הלכה און די חזו"א'ס מהלך.

שוין אינעם ערשטן פוט-נאט (דף 89) ברענגט ער צו David Hume ,John Locke, Karl Popper, Francis Bacon, און John Stuart Mill, למען השם.
עס שיינט ווי ער ווארפט בקיאות און ווי ער וויל עס בכונה טון - ער קריכט אפט אין די ספר צווישן מאסן מושגים פשוט זיי צו דערמאנען און רופן ביים נאמען. זיינע פוט-נאטס זענען בכלל זייער לאנג פאר דעם סיבה..
בכל אופן איז עס לכאו' זיכער א גוטע אינצעקלאפידיע (בדמות ספר) פאר אסאך פילאזאפישע נושאים - ווי ער האט אויך אזא glossary ביים ענדע מיט א קורצע הסברה אויף יעדע מושג וואס ער דערמאנט.


ער האט נישט קיין פראבלעם צו אדרעסירן נושאים ווי עוואלוציע (ובכלל סייענס) אינעם ראם פון אידישקייט. ער ברענגט צו פון ר' גדליה נדל וואס ער האלט, ער ברענגט פון רש"ר הירש און פון רב קוק, פון הרב ברויאר און פון רב J.B. סולאוויציק. הגם ער אליין שטרייכט אונטער די (כלומר'שטע) פילצאליגע מהלכים עס צו פארענטפערן און וויאזוי דראוויניזם איז נישט קיין קאנקרעטע סייענס. (ליתר ביאור עיין כאן וכאן וכאן באמצע..) ענדיגט ער אבער צו מיטן באקאנטן רמב"ם אין מורה (ח"ב כ"ה) אז פשט אין די פסוקים איז די גרינגסטע זאך אנדערש אריינצוטייטשן אויב עס פעלט זיך אויס, און מיט די ווערטער פון רב קוק (אגרות הראי"ה ח"א קל"ד) 'ודבר אלקינו יקום לעולם'!.
אזוי אויך אדרעסירט ער אן קיין שרעק די ביקורת המקרא תנועה. אבער איך בין נישט קלאר וויפיל פון זיין אוועקמאכן די אלע טעאריעס וועלכע זענען אפציעל א סתירה מיטן /תורהמסורה איז טאקע בשיטה און וויפיל איז מער צו בארואיגן זיינע ליינער (וכדברי מיכאל אברהם על ספרו של עמית קולא).
אזוי צו אזוי איז עס א שיינע ליקוט..

איך וויל טאקע ציטירן איין פאראגראף מיט וועלכע ער ענדיגט זיין באשרייבונג איבער ביקורת המקרא (דף 440) - [דו-גלייבסט-אין-ג-ט אלערט]:
בשולי הדברים יש להדגיש, לדיון על ביקורת המקרא אין כלל השלכות מעשיות בהקשר לעולמה של ההלכה. גם אם נקבל איזה מן הטענות של מבקרי המקרא אין זה נוגע כלל לחיוב ולנאמנות שצריכה להיות לנו להלכה היהודית המתבססת על חכמי התלמוד. גם כאן נכללת ההלכה של "אפילו על ימין שהוא שמאל" - שאפילו יהיו טועים (לשון ספר החינוך, מצוה תצ"ו). חכמי התלמוד הינם הסמכות הבלעדית בהלכה היהודית. אין ולא ייתכן השלכות מעשיות בהלכה מחמת ביקורת המקרא.
זאל יעדע מאכן זיינע מסקנות דא...

ספוילער אלערט: ער האט אן ערשטע חלק צו די ספר איבער די גרויסקייט פון תורה שבעל פה, וואו ער ציטירט אפאר מדרשים וכו' וואס איז בכלל נישט אינטרעסאנט...


דאס איז עס פאר דערווייל פון מיין פערספעקטיוו, אדרבה, קויפטס עס, ליינטס עס, און געבטס איבער אייערע אייגענע געדאנקען איבערן ספר און איבערן כוונת המחבר...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אלפא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re: מבריסק ועד קוסובה

שליחה דורך חדשים »

האב מיר זיך איינגעהאנדעלט דעם ספר פאריאר זומער... מען דארף מער לערנען צווישן די שורות ווי די שורות זעלבסט... פיין ארויסגעברענגט מיינע מחשבות...
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: מבריסק ועד קוסובה

שליחה דורך צקון לחש »

הרב יהושע ענבל איז מקדיש א מאמר אין זיין נארוואס ארויסגעקומענע ספר "בבות עיני" (ח"א) צו אפענטפערן די עיקר טעזעס פונעם ספר
טיילונג איצט!
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

וואס איז ענבל'ס אישו מיט דעם ספר, דער מרגליות איז צו פרום פאר איהם אדער פארקערט?
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: מבריסק ועד קוסובה

שליחה דורך אלפא »

צקון לחש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:52 pm הרב יהושע ענבל איז מקדיש א מאמר אין זיין נארוואס ארויסגעקומענע ספר "בבות עיני" (ח"א) צו אפענטפערן די עיקר טעזעס פונעם ספר
יישר כח פארן צוצייכענען.
1. וואס דרייט זיך הרב ענבל'ס ספר ארום?
2. וואס איז זיין תגובה/קריטיק אויף דעם ספר אין קורצן?

פון א שנעלע בליק שיינט עס ווי דער מחבר מרגליות איז זייער אויבערפלעכליך סיי איבער זיין אנאליז איבער בריסק/חזו"א און סיי לגבי די נספח'דיגע פילאזאפישע און השקפה'דיגע נושאים, ער רירט אן יעדע נושא מקופיא און לויפט ווייטער אויף אן אופן וואס א גרינטליכער וואלט נישט געקענט באווייזן..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: מבריסק ועד קוסובה

שליחה דורך צקון לחש »

אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:04 pm 2. וואס איז זיין תגובה/קריטיק אויף דעם ספר אין קורצן?

איך ווייס נישט, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז דא א מטא-מחלוקת צווישן קוסובה און בריסק אויב מעג מען בכלל מגדיר זיין אז ס'איז דא א מציאות פון א שיטת קוסובה לעומת שיטת בריסק (ענבל איז פארשטייט זיך קוסובה), די עיקר מאמר איז שוין נתפרסם געווארן בעבר (ווי אלע אנדערע מאמרים אין ספר הנ"ל), ואם שגיתי ה"ה יכפר
טיילונג איצט!
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

די מחלוקת פון שיטות קוסובה און בריסק זעהט מען דאך שוין אינעם חידושי רבינו חיים הלוי און די הערות פונעם חזון אי"ש, נישט אזוי?
אתערותא דלתתא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: מבריסק ועד קוסובה

שליחה דורך אתערותא דלתתא »

אוואדע געוויס
מוטשא טראוואחאו, פאקיטא דאנעראו.
(אמיגאו)
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re:

שליחה דורך צקון לחש »

הכנה דרבה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:23 pm די מחלוקת פון שיטות קוסובה און בריסק זעהט מען דאך שוין אינעם חידושי רבינו חיים הלוי און די הערות פונעם חזון אי"ש, נישט אזוי?
יא איך געדענק טאקע דעם איינע שורה טאקע פון ענבל אז די אלע השגות פון חזון איש ווייזט טאקע אויף א הבדל אין שיטות, דאך מיין איך אז ער איז נישט אקעי מיט'ן עס אזוי אקאדעמיש שניידן, אפשר ווייל תורה איז העכער פון דעם ועל זה הדרך, אבער קען טאקע זיין אז איך בין נישט גערעכט, וואס זאל איך טוהן אז איך האב נישט די אטענטשען ספען דורכצוליינען זיינע מאמרים בעיון כל הצורך
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: Re:

שליחה דורך צקון לחש »

צקון לחש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:33 pmוואס זאל איך טוהן אז איך האב נישט די אטענטשען ספען דורכצוליינען זיינע מאמרים בעיון כל הצורך
דאך אבער האב איך לכבוד המעיינים געזוכט און ב"ה געטראפן די מאמר פון הרב ענבל, ווי עס איז נתפרסם געווארן בשעתו הרי שלכם לפניכם
טיילונג איצט!
פארשפארט