שוידערליכע טראגעדיע אין וומסב"ג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בן ישי »

ווער איז דאס?
דוד בן ישי עבדך משיחך
אתערותא דלתתא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אתערותא דלתתא »

נעבעך נעבעך מען זאל שוין מער נישט הערן פון אזאלכע צרות
מוטשא טראוואחאו, פאקיטא דאנעראו.
(אמיגאו)
בינה ודעת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:56 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בינה ודעת »

עסקן בדברים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:18 pm לוי קרענץ מוחה קעגן די מאמע
ער טוט וואס אלע רבנים און דיינים וואלטן ווען געדארפט טוהן.

''במקום שאין אנשים השתדל להיות איש''
פתחו לי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 29, 2024 6:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך פתחו לי »

די קעפעלע האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 2:50 pm
בינה ודעת האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 2:21 pm
די קעפעלע האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:11 pm
לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 11:19 pm קיינער זאגט נישט אז דאס איז געקומען ווייל ער האט נישט געקענט זעהן זיין טאטע

אבער דאס זאגט יא א יעדע בר דעת,
נישט צו לאזן א קינד זעהן זיין טאטע איז בלויז רשעות!!!!

און יא, די אווערנעס איז געשען צוליב די טראגישע אומקום פונעם קינד.

אגב איך מיין אז אין די אשכול מאכט מען יעצט חזרה.
מען גייט שוין ארום די בוים...
זאג נאר, די קענסט די אמת'ע דיטאלן וואס איז דא געווען און פארוואס מען האט נישט געלאזט די טאטע האבן א קשר מיט זיין זון, און צו עס איז אפשר געווען דעת תורה און אנדערע וואס האבן געמאכט די החלטה?

זיי שוין שטיל!! די רוקד על הדם איינער.

צו איך קען די אמת'ע דיטאלן וואס איז דא געווען, און פארוואס מען האט נישט געלאזט די טאטע האבן א קשר מיט זיין זון?
ניין, איך קען נישט די דיטאלן. און איך בין בכלל נישט נייעריג צו קענען. ווייסט פארוואס? ווייל ס'מאכט גארנישט אויס.
ווען די וועסט הערן אז איינער האט געשאכטן א געגט'ן טאטען ווייל די קינדער זאלן נישט צומישט ווערן..... צו ווייל ער איז א משוגענער, אדער סיי וואס, וואלט יעדער געשריגן, רוצח!
אקוראט די זעלבע איז דא, נישט צולאזן א טאטען צו א קינד איז רציחה גמורה ממש, און נאך סאך ערגער, ווייל די צער איז סאך גרעסער עד אין לשער. און ס'איז נישט דא אויף דעם קיין שום מין תירוץ שבעולם בשום אין פנים ואופן!!

ס'איז נאר זייער אינטערעסאנט, ווי ליידער איז דאס א פאל צווישן הונטערטער פעלער ווי מ'באגייט די שרעקליכע אכזריות, און אלץ האבן די רוצחים עפעס געהיימע דיטאלן וואס קיינער ווייסט נישט... יעדער קען דעם טאטן אלץ א העכסט נארמאלער מענטש, אבער זיי האבן עפעס געהיימע דיטאלן וואס קיינער ווייס עפעס נישט, עד כדי כך צו באגיין אזא שוידערליכע רציחה?
נאר וואס דען? יעדען גנב וואס מ'כאפט ביי די גניבה האט א זאק מיט פולע באבע תירוצים. אוודאי אזוי, נאר וואס דען זאל ער טוהן? שטיין און מודה זיין יא איך בין דער גנב? אבער אמת בלייבט אמת אז נאך אלע באבע תירוצים בלייבט ער נאך אלץ דער גנב.


און צו עס איז אפשר געווען דעת תורה און אנדערע וואס האבן געמאכט די החלטה?

א דעת תורה??? אפשר א דעת תורא.. אדער א דעת טורף...

אפרייסן א קינד פון א טאטען איז כנגד כל התורה כולה. א רב אדער א דיין וואס גיבט א היתר צו אפרייסן א קינד פון א טאטן איז קיין רב נישט, נאר א שגץ טמא א אומווערדיגער רוצח, ער מעג האבן ריזיגע סטראקעס מיט טויזענט ברענטשעס, און ער מעג קענען כל התורה כולה אויסענווענדיג.
און אין בעסטן פאל איז ער א גרויסער שוטה משוטה, א תם ומתמם עם תמימים וואס ווערט פארנארט פון די כוחות פון עמלק, פון די כוחות פונעם סמך מם ונוקביה די לילית הרשעה ימ''ש, וואס שטרעבן מיט אלע כוחות חרוב צו מאכן יודשע שטובער, און אפרייסן אידישע קינדערליך מחיק אבותם, אריינצושטעכן א מעסער אין די שכינה הקדושה וואס זוכט נאר דאס פארקערטע, להשיב לב אבות על בנים. און מ'טאר אזעלכע היתירים חלילה וחס נישט פאלגן בשום אופן. קיין שריד ופליט וואלט שוין נישט געבליבן פונעם כלל ישראל ווען מ'זאל ווען פאלגן רבנים וואס רעדן כנגד התורה.

נאר דער ריינער אמת איז, אז ס'איז שקר וכזב מיסודו. קיין איין ערליכער רב האט אזאנס קיינמאל נישט מתיר געווען. אלעס איז רשעים עשקנים וואס טוען כל מה שלבם האכזרי חפץ.

נאר ווי געזאגט ס'מאכט נישט אויס אפילו יא, ווייל דאס איז אפיקורסות און כנגד כל התורה כולה.
איין קליינע דוגמה וואס מען קען ארויסשרייבן ברבים ווייל עס זייער באקאנט
עס איז לעצטענס געווען אין בארא פארק א אינגערמאן וואס האט געשוחט'ן זיינע עלטערן, די אינגערמאן איז געווען א גרוש פאר אסאך יאר, ער איז אויך געווען א שצמוציגע מסוכן'דיגע חולה וואס נאר זיין געשוויסטער און אפאר אנדערע האבן געוויסט דערפין, ער האט אויסגעזען אויפן גאס ווי גאנץ א נארמאלע מענטש, ערליך, געארבעט און אימשעדליך, ער האט געהאט וויזיטעשון און במשך הזמן איז איינע פון זיינע זון זייענדיג א אינגע בחור מחליט געווען (צו האט איהם די טאטע משכנע געווען) און איבער געלאזט די געזינטע מאמע און געגאנגען וואנען מיטן טאטע, די תוצאות זענען אז די זוהן האט מען ארעסטירט אפאר יאר צוריק פורים פאר........ און ער האט געהאט א היסטארי פון....ווי אויסגעשמוסט דא אינעם שטיבעל בשעתו.

יעצט לאמיר צוריק דרייען די זייגער פאר איין מינוט.
ווען די מאמע מיט דעת תורה און עסקנים ערלעדיגט אז די זון האט נישט קיין שום קשר מיטן קראנקע טאטע'ן, און מען לאט איהם נישט צו וכו: וואלט ער נישט אפשר געקענט אויפוואקסן ווי זיין עלטערע נארמאלע חשובע ברידער, אדער עכ'פ וואלט מען ווען אפשר כאטשיג געראטעוועט זיינע וויקטימ'ס פון אביוז?
קיינער פון גאס וואלט נישט געוויסט ווי קראנק די טאטע איז געווען, (ביז די דיטאלן זענען ארויס געקומען היי יאר), און די אלע קידערישע שרייערס וואלטן געשריגען הויך פונקט ווי די שרייסט יעצט, שוטה שגץ טמא לילית זרע עמלק דעת תורא ס'ם און אזוי ווייטער, גאר קליגע און טרעפליכע דיבורים.

אויב די ביסט נישט אינטערסירט אין וויסן די פרטים ווייל עס מאכט נישט אויס, ביסטו די שופך דם...
פארוואס קענסטו ארויס שרייבן דעם איין קליינע דוגמא ברבים?
ווייל דו מיינסט אז קיינער קען זיך נישט דארט נאכפרעגן?
איך האב יא געפרעגט, בנוסף צו וואס איך ווייס שוין פון לאנג.

ביסט א פאלנער שקרן.

דער פרשה דארט איז בכלל נישט ווי דו שרייבסט.
ער איז וואס ער איז, און וואס יעדער ארום ווייסט אז ער איז.
זיין חשוב'סטע זוהן, איז טאקע דער וואס איז איינגעשטאנען מיט זיין טאטע ביים זיידן .
קענסט פארקויפן באבקעס, און שרייבן ליגענט, אבער מיין נישט אז מ'וועט עס גלייבן.
קיינער האט דארט נישט געהאט קיין חלום פון אוועק נעמען זיין וויזיטעישאן רייטס, דער מאמע אוודאי נישט.

דארפסט נישט האקן א טשייניק, מיט שקר וכזב, כדי צו פארענטפערן מעשים אשר לא ייעשו, ביי די יעצטיגע טראגעדיא.
שטילערהייט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:43 pm

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך שטילערהייט »

בינה ודעת האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:42 pm
עסקן בדברים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:18 pm לוי קרענץ מוחה קעגן די מאמע
ער טוט וואס אלע רבנים און דיינים וואלטן ווען געדארפט טוהן.

''במקום שאין אנשים השתדל להיות איש''
אבער שטיין אין בלאזן שופר ביי א טיר איז ווערט כפרות, זאלן די רבנים שרייען און בלאזן אין די בתי מדרשים.

רבנים ווילן זיך נישט אריינמישן, ווער יא איז רוב מאל אינטערגעקויפט (באצאלט) פון איין זייט.
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

שטילערהייט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:14 am
בינה ודעת האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:42 pm
עסקן בדברים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:18 pm לוי קרענץ מוחה קעגן די מאמע
ער טוט וואס אלע רבנים און דיינים וואלטן ווען געדארפט טוהן.

''במקום שאין אנשים השתדל להיות איש''
אבער שטיין אין בלאזן שופר ביי א טיר איז ווערט כפרות, זאלן די רבנים שרייען און בלאזן אין די בתי מדרשים.

רבנים ווילן זיך נישט אריינמישן, ווער יא איז רוב מאל אינטערגעקויפט (באצאלט) פון איין זייט.
איז ער טאקע געקומען ספעציאל פון ארץ ישראל ???

ווי האט ער בכלל געהערט פון די נייעס? איז עס געווען אין מידיע? ער ליינט קאווע שטיבל
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אוהב ספרים »

די פרעגסט קשיות אויף א קוקו. ער זאגט אויך אז די קינד איז פאר די בר מצוה.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך טמיר »

לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 7:35 pm
מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 7:33 pm אויב אזוי איז אסאך מאהל איז דא צוויי צדדים אין נישט ווייזען די קינדער
ריכטיג. אבער ווען א קינד זאגט אז ער וויל זעהן זיין טאטע און מען לאזט אים נישט איז נישט דא קיין צוויי צדדים!
און יעך זאג:
אין דעם אליין (וועדער ס'דא 2 צדדים צי נישט) איז אויך דא 2 צדדים...

יעדע פאקט האט נאר איין צד
יעדע אפיניאן קען האבן 2 צדדים
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בן ישי »

קענסט מיר מסביר זיין א צד פארוואס ער האט קיינמאל נישט געמעגט זעהן זיין זוהן?
דוד בן ישי עבדך משיחך
אתרוגים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:11 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אתרוגים »

איך האב א נאנטע קרוב וואס גייט אדורך אזא פרשה נעבעך.

אין קאורט האט די מאמעס זייט געטענה"ט אז די טאטע פלעגט שלאגן די קינדער.
די זיבעצן יעריגע טאכטער האט עדות געזאגט אז עס שקר וכזב.
די יונגערמאן האט נישט קיין געלט צו פייטן, ווען ער האט שוין יא געגעבן געלט פאר זיין לויער האט די מאמעס צד אינטערגעשמירט דעם לויער פיר מאל אזוי סאך ער זאל נישט פייטן.
די עטליכע מאל וואס די מאמעס זייט האט שוין יא מסכים געווען אויף סופערווייזד וויזיטעישן האט מען איהם אויך פארנערט, זיי האבן אפגעמאכט זיך צו טרעפן אין סענטראל פארק, און נאך אפאר שעה ווארטן איהם מודיע געווען אז זיי קומען נישט.
זיי האבן געזאגט וועלכע טאג זיין זוהן'ס בר מצוה גייט זיין,און אפילו איינגעליידנט, און די טאג פון די בר מצווה האבן זיי איהם פארציילט אז די בר מצווה איז שוין געווען.
זיי האבן אויך געזאגט אז די בחור גייט קענען קומען צו זיין משפחה און מאכן אן אייגענע בר מצוה סעודה, און אויך געקענסלט די לעצטע מינוט.
ער איז א תמים שאין כדוגמתו, און זיי ניצן עס אויס צו טרייבן שפאס און זך אינטערהאלטן אויף זיין חשבון, טרינקען זיין בלוט אויף א נישט נארמאלע אופן.
די מאמע איז נישט אליינס, די גאנצע משפחה אירע העצן און העלפן צו.
די גרעסטע רשעות איז נאך אז נישט אלע קינדער זענען די גאנצע צייט ביי די מאמע, זיי זענען ביי אנדערע מענטשן א חלק פון די צייט, ווייל ד מאמע האט נאכאמאל חתונה געהאט, און זי וויל נישט די קינדער אויפן קאפ א גאנצע צייט.
זיין משפחה הערט צוריק פון די מוסדות ווי זיי לערנען און פון ווי די קינדער שטייען איין אז די קינדער זענען נעבעך מיאוס צופליקט, יעדער פון זיי אויף א אנדערע אופן.
בינה ודעת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:56 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בינה ודעת »

אתרוגים האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:34 am איך האב א נאנטע קרוב וואס גייט אדורך אזא פרשה נעבעך.

אין קאורט האט די מאמעס זייט געטענה"ט אז די טאטע פלעגט שלאגן די קינדער.
די זיבעצן יעריגע טאכטער האט עדות געזאגט אז עס שקר וכזב.
די יונגערמאן האט נישט קיין געלט צו פייטן, ווען ער האט שוין יא געגעבן געלט פאר זיין לויער האט די מאמעס צד אינטערגעשמירט דעם לויער פיר מאל אזוי סאך ער זאל נישט פייטן.
די עטליכע מאל וואס די מאמעס זייט האט שוין יא מסכים געווען אויף סופערווייזד וויזיטעישן האט מען איהם אויך פארנערט, זיי האבן אפגעמאכט זיך צו טרעפן אין סענטראל פארק, און נאך אפאר שעה ווארטן איהם מודיע געווען אז זיי קומען נישט.
זיי האבן געזאגט וועלכע טאג זיין זוהן'ס בר מצוה גייט זיין,און אפילו איינגעליידנט, און די טאג פון די בר מצווה האבן זיי איהם פארציילט אז די בר מצווה איז שוין געווען.
זיי האבן אויך געזאגט אז די בחור גייט קענען קומען צו זיין משפחה און מאכן אן אייגענע בר מצוה סעודה, און אויך געקענסלט די לעצטע מינוט.
ער איז א תמים שאין כדוגמתו, און זיי ניצן עס אויס צו טרייבן שפאס און זך אינטערהאלטן אויף זיין חשבון, טרינקען זיין בלוט אויף א נישט נארמאלע אופן.
די מאמע איז נישט אליינס, די גאנצע משפחה אירע העצן און העלפן צו.
די גרעסטע רשעות איז נאך אז נישט אלע קינדער זענען די גאנצע צייט ביי די מאמע, זיי זענען ביי אנדערע מענטשן א חלק פון די צייט, ווייל ד מאמע האט נאכאמאל חתונה געהאט, און זי וויל נישט די קינדער אויפן קאפ א גאנצע צייט.
זיין משפחה הערט צוריק פון די מוסדות ווי זיי לערנען און פון ווי די קינדער שטייען איין אז די קינדער זענען נעבעך מיאוס צופליקט, יעדער פון זיי אויף א אנדערע אופן.


רחמנא ליצלן! רחמנא ליצלן! מ'ווארפט זיך ארום מיט די אומשולדיגע קינדער ווי טשיקענס, פאר תאוות רציחה ונצחון.

און באלד גייען קומען דא אפאר מה יפית'ניקעס און טענה'ן עה, מ'דארף הערן ביידע צדדים... דארפסט פארשטיין די קינדער ווערן צומישט...

איין זאך קען איך זיי זאגן פאר די עושי רשעה, און פאר די וואס איז יש בידם למחות ואינם מוחים: ''אוי לכם מיום הדין, אוי לכם מיום התוכחה''.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בינה ודעת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס רייסט די הארץ צו ליינען! וואס זאגן די קינדער אליינס?

איז שייך צו חלומ'ען אז נאך די יעצטיגע שרעקליכע געשיכטע וועלן זיי זיך איבערטראכטן? אדער רשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר?

איך בין זיכער אז יעצט, ווען כלל ישראל איז אנגעווארעמט, קען מען טרעפן עסקנים וואס זאלן זיך אריינלייגן און מסדר זיין די זאך לטובת די קינדער און לטובת די טאטע!
וירח ה' את ריח הניחוח
בינה ודעת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:56 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בינה ודעת »

וואס מ'דארף די ערשטע טוהן איז זה לעומת זה. אזוי ווי זיי האבן זייערע פרויען סופארט גרופעס, מיט א גאנצן ליגעל טיעם גרייט צו פארציקן זייערע קרבנות, אזוי דארף זיין אויף פארקערט. מ'דארף גרינדן אן ערנסטע קאמיטע פון טויגליכע טעטיגע מענטשן וואס פארשטייען דעם מצב, און דאס דארף האבן א ליגעל אפטיילונג, א פאנדרעזינג אפטיילונג, און א מאסיווען פי אר אפטיילונג, ווי מ'זאל כסדר רעדן פון דעם, און פארשטייט זיך די וואס וואס וועלן באגיין מהיום והלאה אזעלכע רשעות וועלן דארפן אויסשטיין ביזי בזיונות אין די גאנצע שטאט, וכו' וכו'.

דער אמת איז אז ס'איז שוין דא אזא בי''ד וואס טוט אסאך אויף, נאר גייען די פאלשע בתי דינים און טוענים, און פירן מיט זיי א ביטערע מערכה. ממילא דארף דאס צוגיין מיטן גרעסטן מאס אגרעסיווקייט און דרייסטקייט אן קיין פחד ומורא פון קיינעם, יהיה מי שיהיה. נישט פון די פאלשע דיינים ובתי דינים, און נישט פון קיין גרויסע רבי'ס, נאר טוהן וואס מ'האט צו טוהן. כולי האי ואולי וועט דער אייבישטער העלפן אז מ'וועט מצליח זיין כאטש אביסל צו צוברעכן די כח הרשעות. מי יתן והיה.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אוהב ספרים »

אתרוגים האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:34 am איך האב א נאנטע קרוב וואס גייט אדורך אזא פרשה נעבעך.

אין קאורט האט די מאמעס זייט געטענה"ט אז די טאטע פלעגט שלאגן די קינדער.
די זיבעצן יעריגע טאכטער האט עדות געזאגט אז עס שקר וכזב.
דער יונגערמאן האט נישט קיין געלט צו פייטן, ווען ער האט שוין יא געגעבן געלט פאר זיין לויער האט די מאמעס צד אינטערגעשמירט דעם לויער פיר מאל אזוי סאך ער זאל נישט פייטן.

דאס איז מן הסתם הוילע דמיונות, און אומלעגאל, איך האף נאר אז אלע אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט איז נישט אזוי אמת'דיג.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך מילך טראק »

אוהב ספרים האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 8:17 am
אתרוגים האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:34 am איך האב א נאנטע קרוב וואס גייט אדורך אזא פרשה נעבעך.

אין קאורט האט די מאמעס זייט געטענה"ט אז די טאטע פלעגט שלאגן די קינדער.
די זיבעצן יעריגע טאכטער האט עדות געזאגט אז עס שקר וכזב.
דער יונגערמאן האט נישט קיין געלט צו פייטן, ווען ער האט שוין יא געגעבן געלט פאר זיין לויער האט די מאמעס צד אינטערגעשמירט דעם לויער פיר מאל אזוי סאך ער זאל נישט פייטן.

דאס איז מן הסתם הוילע דמיונות, און אומלעגאל, איך האף נאר אז אלע אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט איז נישט אזוי אמת'דיג.
Conflict of interest
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך נחום הסופר »

פאריעריגע שניי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:28 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:38 pm
חמול על מעשיך האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:07 pm שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל מען האט נישט געלאזט זיין טאטע קומען צו זיין בר מצוה..
האט דער בחור'ל איבערגעלאזט א מאניפעסטא אדער צוואה ווי ער באשטעטיגט זיינע מאטיווען פאר'ן באגיין זעלבסטמארד? אדער ער איז דיר געקומען אין חלום איינמעלדן אז דאס איז די אורזאך?
יא, עס איז געבליבן א געשריבענע צעטל פונעם בחור.
וואס עס שטייט ווייס איך נישט
איינער ווייסט מער דעטאלן איבער די געשריבענע צעטל?
בינה ודעת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:56 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בינה ודעת »

imresizer-1712294155455.jpg
imresizer-1712294882743.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
אבן הפינה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 01, 2023 6:21 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אבן הפינה »

שווער צו שרייבען ווען עס איז דא חברה וואס נאך אפשרייבען זייערע מיינונג שרייבען זיי נאך צו פינטעל . דאס איז דאס.. און קיינער זאל נישט זאגען פארקערט פין מיך, וויל אזוי האלט איך, אזוי פארשטיי איך, און דאס איז עס פינטעל. איך וויל נישט הערן נאך א צד , ס’נישטא נאך א צד אין דזעטס איט פינטעל . פול סטאפ . טאמער טראכסטו בטעות א הוא אמינה אפשר נישט ביסטו א רוצח, רוקד על דם, שלעכטע, רשע, צודרייטער, קאקא, משוגענער, וכו’ וכו’ כיד הטובה עליהם .
איז קודם אן הקדמה צו זיי רעדט איך נישט ביטע גיי ווייטער נישט דיך מיין איך .
און צי דער וואס ווילען דיבעיטן אויסשמועסן, לאמיר טראכטן צוזאמן זאכן וואס נאגעלט אין מיין קאפ און אדרבה לאמיר טראכטען מיט א קלארן דעת.

די טרגדיה איז שרעקליך און יעצט בשעת שרייבן די שורות עכ’’פ אנוכי הקטן ווייס איך נישט באמת וואס האט פארסירט, ס’’ה שמועות וואס לויפן ארום און קרעמלעך און בהמי’’ד,

ווי פעינפאל און שרעקליך עס הערט זיך אויס נאך אלס איז עס זייער שווער צו זאגען אז דאס קינד האט זיך גענומען די לעבן ווייל זיין טאטע איז נישט געווען אפאר חדשים צוריק ביי זיין בר מצווה, רייס מיך נישט אפ אבער א קינד וואס האט א פאר יאר נישט קיין עכטע שייכות מיט זיין טאטע , עס קען עהם אפשר שטערן אבער ביז צי נעמען דעהם לעבן איז זעהר שווער צו גלייבן בפרט ווען א געווענליכע קינד האט אינגאנצען אנדערע דאגות ביי זיין בר מצווה, טאטע יא אדער נישט זיין איז א עדאלט געפיהל וואס מענטשען ארום ווען זיי טראכטן פון דער מצב נעמען זיי א עדאלט געפיהל וואס זיי האבן ווען א טאטע בטייליטגט זיך נישט און זייערע שמחה און דמיונון אז דאס קינד האט אויכעט דעהר געפיל , נאכאמאל פאר מען רייסט מיך אפ, יעדער קינד האט אן אנדערע נפש איינער שטערקער איינער שואכער איך רעד נישט ספיציפיש אויף דעהם פאל ווייל איך ווייס נישט, קען גאר זיין אז דא איז עס יא געווען א דירעקט גורם , אבער ביז מען הערט נישט פון מומחים וואס קענען דעם קינד פין דער נאנט אין די לעצטע פאר חדשים איז שווער צו גלייבן אבער זעהר שווער צו גלייבן אז דאס זאל זיין די גורם , איך וואלט געזאגט מיט א פעסטקייט (פארשטייט זיך א חוץ א מומחה קרוב זאגט אנדרעש) אז זיכער איז דאס נישט דער גורם .

א קינד וואס חלישט צו זעהן זיין טאטע מאמע קען רואיהגעהייט געוואר ווערן בסוד וואס טוט זיך און טרעפן וועגען צי האבן א שטיקל קשר , וכבר היה לעולמים, (נאכאמאל פאר דער וואס האט נישט פארשטאנען די ערשטע מאהל, איך ווייס נישט אויף דער מעשה איך רעד בכלליות).

גיין באשולדיגען צד האשה מיטן טויט איז נאריש אן טראכטען, סתם רעדען פין געפיהל וואס האט גארנישט מיט מציאות.

יעצט לגבי נישט צילאזן עלטערן צי א קינד, פארשטייט זיך מ’דארף זעהן אז ס’זאל קיינמאל נישט געשעהן אבער צי דער וואס שרייבען דא נישטא נך א צד פינטעל. פול סטופ. רוצח, וכל שמות שאפשר , חברה בארואיהגט זיך (אוי איך רעד דאך נישט צו זיי, ) עס הערט זיך אזוווי דער UN האט קאנדעמט ישראל פאר נישט לאזן די אראבערס פון עזה ארבייטן אין א’’י און בידים אוועק גענומען מקור הפרנסה פון מיליוני אראבערס , ווער רעדט נאך פון נישט אריינשיקען גאזעלין דאס איז ממש רשעות לשמה . פינטעל פול סטופ . נישטא נאך א צד .... האלו האלו קאלם דאון יא יא עס איז דא א צד וואס האלט אז אויב דער גאזאלין גייט מען נוצען מיך צו הארגענען וועל איך דיר נישט געבען גאזעלין אין זעך נאך לאזן קאסטען , האסט פארשטאנען ?? זיכער נישט, ווייל די UN האט עס נאך נישט פארשטאנען, און לפי שיטתם דארף מדינת ישראל וואטער אריינשיקען באצאלען געזעלין , נישט קיין נפקא מינה וואס עס ווערט גענוצט פאר.

יערער מעשה האט צוויי צדדים יא א יערער מעשה און דא אויכעט, מוז נישט זיין אז צד האשה איז גערעכט אבער א צד איז דא,

זיי טענה’ן א’’י מוז שוין סטאפען די אטאקעס, א’’י זאגט נאו פראבלעם מען הערט אויף די מינוט וואס חמאס געבד צירוק די געפאנגענע און הערט אויף שיקען ראקעטס, וואס זאגט דע וועלט, א רשעות פון א’’י שיסען באמבעס הארגענען מענטשען . ווי לאנג נאך ? זיי מוזן שוין יעצט אויפהערן . אבער שוין . נישטא קיין צוויי צדדים . פינטעל.
א’’י זאגט נאכאמאל איך בין גררייט איך הער שוין אויף עס ליגט אין דיינע הענט. און איך וועל סטאפען אין די מינוט וואס דו שיקסט צירוק די געפאנגענע . וואס ענפערט די וועלט , טו ראנגס איז נאט רייט, דו הער אויף דאס איז די ערשטע זאך , שפעטער וועלן מיר שוין זעהן וועגן די נעקסטע סטעפ.

נאכאמאל איך ווייס נישט דא ביי דעהר קעיס, אבער אסאך מאל דער וואס שרייט און שטויסט הויעך האט די טשיפ אין די הענט און קען אין איין מינוט ווערען געהאלפען , סיי עלטערן צו זעהן קינדער און די זעלבע זאך ביי גיטין , אבער ניין, קודם דו הער אויף אין וועגען דיין טענה מ’וועט שוין זעהן נאכדעהם, בשעת די אנדערע צד זאגט אז איר ווילט אזוי שטארק טו וואס די האסט צו טועהן אין א מינוט שפעטער טו איך וואס די ווילסט , אין געווענליך דא בלייבט עס , אבער נויז מאכען זיי גוט , ווייל מ’שרייט קודם געב א גט , אדער קודם געב מיך וויזיטעישן נאכדעהם וועלען מיר זעהן .... און דער עולם גולם קויפט עס.

אז איך זעה ווי די מאן און זיינע עסקנים האבן געהייג’עקט די מצב מיט דעם לעכעריגע טענה אז דאס בחור’ל האט זיך געהארגעט ווייל די טאטע איז נישט געוועהן ביים בר מצווה וואס צאמצושטעלען די צוויי זאכען מוז קומען מוט אן אג'נדה אראפהאקען איינער ווייל על פי שכל האט עס נישט קיין שום שייכות, זעה איך שוין נאך שטערקער אז די צד האשה האט שוין גאר א שטארקע צד
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך דערהויבענע איד »

שלום עליכם הרב אבן הפינה.


דו שרייבסט אפאר מאל אז 'מ'דארף' קענען זען צוויי צדדים, און אדערווייל הער איך נאר איין צד פון דיר....



נאכדערצו אז דו שימפסט קעגן די וואס האלטן פארקערט 'עולם גולם קויפט עס אפ', 'לעכערליך', 'נאריש צו טראכטן', לאמיר דיר זען יעצט זען די אנדערע זייט.


און ביטע לאז ארויס ישראל מיט די ארבער'ס ימ''ש, מאכסט א חרוסת וואס ס'פעלט נישט אויס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך קורקלענד »

ס'איז נישט קיין לעכער'דיגע טענה. ס'איז דא אסאך רומארס וואס פארן ארום. איך האלט נישט ביים טראגן אין ברענגען ווייל איך ווייסַנחשט וואס איז אמת און וואס נישט. אבער אויב איז אמת קען גאר זיין נאך א צד אז די טאטע איז גאר שטיל און זאגט נישט א גרויס חלק פון די מעשה וואס האט טאקע געקענט גורם זיין אז דאס קינד זאל עס טוהן וועגן דעם. איך פערזענליך פיל אז ס'ליגט א אחריות אויף צד האם זיך צו פארטיידיגן. פון די אינפארמאציע וואס איז אויף די גאס איז זייער שווער צו געבן רעכט פאר צד האם. אויב וויל זי סימפאטיע דארף זי זיך רעכענען מיטן גאס.
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך די קעפעלע »

סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 2:54 pm @די קעפעלע מ'מעג איינעם הרג'נען פאר סעלף דיפענס, אבער איך דארף נישט יעדע מאל טראכטן אז "אפשר" איז געווען סעלף דיפענס, נאר ווען איינער הרג'ט מאכט מען א ויצעקו. די זעלבע איז גילטיג דא.
איך דינג זיך נישט אויף די ויצעקו ביים וויליאמסבורגע פרשה, ווייל איך ווייס נישט וואס עס איז פארגעגאנגען, און ווייל איינער שיקט א וואטסעפפ אדער אפי' מיין חבר'ס שוואגער'ס קויזען'ס פעטער וואס האט אליינס געהערט פון דער/יענער משפחה..., איז נישט אינטערסאנט.

און עס איז פשוט אז די אלע קינדערישע שרייעריי פון די פאר פרישע נעביכדיגע ניקס (זיי האבן ארויסגעשפראצט אזוי פליצלינג?) האט נישט קיין פשט פון אפענטפערן ווייל ווי מען זעהט, ווערט מען נישט פארטיג מיט זיי, זאלן זיי האבן די לעצטע ווארט און גוט שבת.

אז עס איז דא קאראפשען מיט שלעכטע מענטשן אינעם וועלט דינגט זיך אויך קיינער נישט, מען מעג און מען דארף פראבירן צו טוהן וואס מען קען ווען מען באגייט זיך מיט אימרעכט און שלעכטע נצחון, דאס אפצושטעלן מיט אלע כוחות.

עס איז אבער נאך אלץ דא גוטע ערליכע אידען עסקנים לטובת הכלל ווי אויך ריינע דעת תורה מיט חשובה רבנים ואנשי מעשה וואס פראבירן צו טוהן פארן אייבערשטער אויף ווי ווייט עס איז שייך און העלפן ביי גיטין לטובת די נרדף נישט קיין חילוק ווער עס זאל נאר זיין.

אזוי פיל איז אבער פשוט אז די הנחה אז עס קען נישט זיין א בארעכטיגטער מציאות פון מונע זיין קינדער פון האבן קשר-שייכות מיט געוויסע עלטערן אין עטליכע אימשטעדן, איז א מסוכן'דיגע קאסטבארע מהלך.

ווען מען האלט מיט אביסעל פון פרשיות וואס עס גייט ליידער פאר ביי גיטין איבער די לעצטע צענדליגע יאר און מען זעהט תוצאות פון אזוי פיל אידישע קינדער וואס זענען נעבעך אפגעשאכטן געווארן דורך קראנקע שלעכטע עלטערן סיי טאטע'ס און סיי מאמע'ס (טאקע אן א לוויי' מיט א וואטסעפפ פון ר' יונתן הי'ו צו ברענגן אויפמערזאמקייט אויף די שרעקליכע שחיטה) דארף עס אויך קאסטען א טרער און א וויי געשריי.

א יעדע פרשה דארף אן אמת'ע ריינע דעת תורה דורכטוהן די פאקטן און שוקל צו זיין די שני צדדים מיט די תוצאות וואס וועט זיין די מערסטע לטובת די קינדער'ס געזינט און וואוילזיין צו בלייבן און וואקסן א נארמאלע ערליכע מענטש
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך צפת »

לייף אינשורנס איז געווען?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך עמרם »

איך האב געזעהן א אינטערסאנטע מעסידש, ארום פארן, לאור המצב, איך נעם נישט קיין אחריות, אבער ס'איז דא פעלער וואס ס'איז ליידער אזוי,
(קיינער דארף גארנישט מגיב זיין, איך האב עס נישט געשריבן, נאר אריינעמען אין זיך, אמאל באשמיצט מען איינעם, אפי' ער איז נישט שילדיג)

ק''פ:
פאר די אלע וואס קענען נישט פארנעמען א צווייטע זייט…


איך בין אגג'עטע מאמע פאר פינעף זיסע געלונגענע קינדער ב"ה
כהאב געברענגט אין מגדל געווען מיינע קינדער אלע יארן אינגאנצן אליין
ביים אפטיילונג, האט מיין גרוש פארפירט אין געטוהן אלעס אין די וועלט וואס איז נאר שייך כדי צו צונעמען די קינדער פון מיר לאלתר
פראבירט מוכיח צו זיין אויף אלע מיני וועגן ווי שטארק איך בין נישט כשיר, נישט ביכולת צו מגדל זיין קינדער, וואספארא סכנה ממשית סגייט זיין אויב איין קינד בלייבט ביי מיר
דערצו האט מיין גרוש געלט ווי מיסט
ער האט זיך נישט אפגעהאלטן פון קיין שום שריט קיין שום שוידערליכסטע מעשה צו טוהן כדי ארויסצורייסן די קינדער פון מיר
לייגט נאך צו צו דעם געלט ווי וואסער נאך אויך....געצאלט אין געשמירט פאר א האלבע וועלט געלט כדי דאס זאל געשעהן

(שטייצעך געטענה'ט די קינדער זאלן זיין ביי אים, אזוי איז ער אויך פטור פון מזונות, דאס איז נאך וואס ער איז קיינמאל אין שטוב געווען!
אנטלאפן אין פארלאזט, ניטאמאל געוויסט ווי אזוי די קינדער הייסן! אמתדיג! אבער געווען גרייט אלעס צו טוהן, דאס מיינט שרייען אין פאפירן די קינדער ביי אים, דאס מיינט, זיי זאלן געהאדעוועט ווערן ביי חברים אין פרעמדע שטיבער, אונז זענען שוין פארדעם געווען איינמאל צוטיילט, אין אזוי איז עס געגאנגען יעדע מאל די קינדער זענען געווען ביי אים, האט ער זיי ארויפגעלייגט אויף די ווייב פון זיין חבר, אין ער מיט זיין חבר זענען געפארן האקן אלעבן...נאר זיך פארשטעלן א פרעמדע אביוזטע ווייב, וואס איר פרעגט אויך קיינער, מ'ווארפט איר ארויף פרעמדע קינדער...די צער וואס מיינע קינדער זענען אריבער...)

אין אהעלן טאג איז ער אנטלאפן, אן צו זאגן גארנישט
זיך באהאלטן ערגעץ אין די וועלט פאר 10 חדשים! (אזוי געטריי פאר די קינדער, זיי אפצולאזן אזא לאנגע צייט פלוצלונג, אן צו זיך נאכפרעגן די גאנצע צייט צו אלעס איז אוקי מיט זיי, צו זיי האבן פון וואס צו לעבן בכלל וכו' וכו')
אזוי אינצווישן האב איך אליין געדארפט בר מצוה מאכן מיין זוהן, אן א טאטע, אונז האבן נישט אפילו געוואוסט ווי ער איז, אזוי פארבלענדעט זענען מענטשן געווען פאר זיין געלט, אז זיי זענען געווען באשוואוירן פאר אים נישט צו אויסזאגן פאר די עגונה/קינדער ווי איר מאן/זייער טאטע באהאלט זיך (אויך זיין גרויסער הייליגער רבי...יא..האט געוואוסט ווי ער איז אבער פאר זיין געלט האט ער געשוויגן אין מיטגעשפילט)😰
אזוי האב איך אליין בר מצוה געמאכט
כ'וועל נמנע זיין דא פארברייטערן די צער אין ווייטאג פונעם קינד...

אבער דא האט ער זיך אנגעהויבן מיטן בית דין, אין פארשטאנען אז אויב ער קומט צוריק אזוי פלוצלונג ס'וועט מאכן זייער נישט א גוטע רושם אויב זיי גייען זיך דערוויסן אז ער איז אזוי אנטלאפן נישט געווען אין נישט געמאכט א בר מצוה פאר זיין זוהן...
איז ער מיט איינעם אויפגעשפרונגען פון זיין באהעלטעניש
אין פראבירט איבערדרייען די גאנצע מעשה פון קאפ ביז פוס (נרקסיסט בלעז)

אין געשריגן שטיין אין ביין אז מהאט אים נישט געלאזט קומען צום בר מצוה
ער האט אזוי געוואלט, ער האט אזוי ליב דעם קינד אין אלע קינדער אין זיין הארץ ווערט צופיצלט צו צוזעהן די מצב, זיין הארץ בענקט אזוי אין מלאזט אים נישט צו אין אזוי פיהל רשעות וכו' וכו'
ליגן קאסט נישט געלט
אבער ווען מהאט נאך געלט, אין אסאך, קל וחומר....

סאיז געווען א טריט פון מיר, ער זאל מיר צונעמען אלע קינדער פון מיר, אין די קינדער ח"ו זאלן מיר מער קיינמאל זעהן אין קענען, ליידער קענען אונז דעם כח פון שכנוע הסתה געלט שקר חנופה וכו'

אבער איך, אלס געטרייע מאמע, האב געוואוסט מיין ווערד, מיין ארבעט מיין פלאג אין מיה וואס כהאב אלע יארן אריינגעלייגט אין די קינדער

אין אלץ יידישע מאמע, האט מען מיר מחנך געווען על אדני האמונה והבטחון
אין פיזישע מלחמות אין גיין אין בית דין אין אויסשרייען מיין גארגל אין מיין הארץ, האב איך פארשטאנען סאיז אובער, ס'וועט מיר גארנישט העלפן

איך האב זיך מחזק געווען באמונה, אז סאיז דא נאר איין בעשעפער אויף דער וועלט וואס ער פירט אלעס, אין ער ווייסט וואס איך האב אלס געטוהן אין אריינגעלייגט אין מיינע קינדער
אין די שכר האט נישט פארשפעטיגט צו קומען!

געבט נישט כח פאר מענטשן! געבט כח פארן בעשעפער
גלייבט אז סאיז דא א גאט
אין מענטשן/קינדער האבן א הארץ
אין ווער סגייט מיט הארץ אין אמת, באקומט צוריק הארץ מיט אמת

כ'האב ניטאמאל געדארפט עפענען מיין מויל, ווי מער ער איז ארומגעלאפן מיט מיר צו מענטשן אויפווייזן וואספארא בער איך בין, אלץ מער האט מען געזעהן ווער דער אמתער בער ער איז!

פרעגט איר, אויב ער איז אזא רשעותדיגע בריה, וואס קען אנטלויפן פאר אזא לאנגע צייט נישט בר מצוה מאכן לאזן 5 פיצלעך אליין אויפן וואסער..זיך אויפוועקן אין טרייען איבערדרייען די גאנצע מעשה פ"וו האב איך כאטש נישט פראבירט צונעמען די קינדער פון אזא טאטע? (וואס האט נאך אסאך גייסטישע עכטע סכנהדיגע קרענקן) ווייל איך ווייס, אז מהשם הורים לילדים
דאס איז דער טאטע פון דיע קינדער, אין זיי האבן באקומען אלע כוחות ווי אזוי צו אומגיין מיט דעם טאטן, אויך אויב ער איז טויט משוגע
אין א קינד דארף א טאטע מיט א מאמע, כל עוד זיי זענען ביים לעבן, נישט א חיליק ווי משוגע זיי זאלן זיין, ער דארף זיי
אזוי האב איך טאקע געטוהן, על אף ס'געווען זייער שווער צו עס גלייבן
אבער ווי מער כ'האב געגלייבט אז דיע קינדער האבן די כוחות צו האנדלען מיט אים
אלס מער זעה איך עס

גלייבטס אין בעשעפער, כ'מיין אז נאך אזוי פיהל טראגעדיעס וואס כלל ישראל גייט אריבער, גענוג צו געבן אזוו פיהל כח פאר די מענטשהייט
כוחי ועוצם ידי
א מענטש האט קיין שום כח נישט
נאר דער רבוש''ע עשה עושה ויעשה

אין ווער סבאשולדיגט, אזוי ווי דא ביי די מעשה ל"ע פון דער קינד וואס האט זיך גענומען דאס לעבן
איך נעם נישט קיין שום צד
ווער בין איך צו זאגן עפעס
אבער איך נעם יא די צד פון אריינגעבן פאר אלע נעבעכדיגע נשמות וואס זוכן א טרייסט אין מיינען אז די טרייסט וועלן זיי טרעפן דורכן באשמוצן אין באשילדיגן איינעם
קום איך זאגן, אזוי געטריי זענט איר? זייטס אזוי געטריי פאר דער וואס האט אייך באשאפן וואס אלעס וואס פאסירט קומט נאר פון אים
אין גלייבטס אז אויב אזוי איז געווען האט אזוי געדארפט זיין, ס'האט מיט די מאמעס העצן גארנישט
ווייל ווען די אייבישטער וויל, זאל א טאטע/מאמע העצן וויפל זיי ווילן ס'גייט גארנישט העלפן וכן להיפך, מ'קען אויך נישט מאכן א מענטש זאל איינעם ליב האבן בכח.....
זייטס אמתדיג מיט זיך אליין
ליבשאפט גייט נישט מיט מלחמות
אין זאכן האבן זייער צייט
אזוי האט די אייבישטער געוואלט אזוי איז געשעהן
אונז פירן נישט אין וועלן נישט פירן בעסער ווי אים דיע וועלט
ס'נאר דא צו אנעמען זיינע גזרות באהבה
באשולדיגן קומט נישט אין באטראכט
סאיז די גרינגסטע זאך, איינער וואס באשולדיגט א מענטש מיינט עס גלייך אז ער גלייבט נישט אין די כח פון רבוש"ע אין ממילא איז ער משליט מענטשןס כוחות אויף אים אנשטאט כוחות עליון ה' ירחם

קומטס נישט וויינען אין שרייען נעמטס פשוט מער אריין דעם רבוש"ע אין אייער לעבן אין לעבטס מיטן אמת, וויפל איר געבט אזוי וועט איר צוריקבאקומען במוקדם או במאוחר באשולדיגן קומט דא נישט אריין איך קען נישט אים (גאלד) און נישט איר
אבער איך טראכט צו מיר
איך שטיי דא ערב פסח תשפ"ד
מיינע פינעף קליינע קינדערליך דארשטן צו זיצן ביים סדר נאכט מיט א טאטע אין כאטש האבן וועם צו פרעגן די פיר קשיות...


אבער זייער טאטע האט מחליט געווען צו זיין אויף פסח אין א אנדערע לאנד, מיט זיין צווייטע ווייב
צו איך קען/וויל יא אדער נישט
ער האט זיך אויפגעהויבן, אין מיר איבערגעלאזט אליין מיט אלע מיינע פינעף לעכטיגע נשמות

דארט מעבר לים שטייט ער
אין וויינט מיט ביטערע טרערן
צו זיינע חברים אין משפחה
"א טאטע האט א חוב פון והגדת לבנך
כהאב אזוי געהאפט צו פירן דעם סדר נאכט מיט מיינע לעכטיגע בנים
אבער זי לאזט נישט צו...אין כהאב גארנישט וואס צו טוהן דערוועגן
אזא רשעות אין אכזריות וואס נעמט נישט קיין סוף, װי אזוי קען א מאמע אזא זאך טוהן צו אירע אייגענע קינדער, וואס האב איך אלץ נישט געטוהן כדי צו קענען זיצן מיט מיינע טייערע קינדערלעך ביים סדר
וועמען וועלן זיי פרעגן די פיר קשיות? איך דאווין יעדן טאג זייער מאמע זאל עפענען דאס הארץ אין לייגן טובת הילד פאר טובת עצמה אין דער רבוש'ע זאל זיך שוין מרחם זיין אויף מיינע קליינע נשמות"

דאס שרייב איך, די מאמע פון דיע קליינע לעכטיגע נשמות, בשעת ער וויינט אז ער שטארבט פאר זיי
דערצייל איך אייך דעם אמת, אז סגייט אים אפילו נישט אן צו זיי גייען בכלל האבן וואס צו עסן פסח
קיינער הערט נישט די פאון קאלס וואס איז געגאנגען אהין אין צוריק ווי איך בעט זיך דער טאטע זאל זיי כאטש נעמען נאר צום סדר נאכט...
דאס בלייבט צווישן מיר אין אים
קיינער גייט דאס נישט וויסן

אבער איך האב יא מחליט געווען
לתועלת הציבור, אביסל אנהייבן זעהן זאכן מיט מער אטיפקייט מער אריינטראכטן אין אויפהערן קויפן אלעס וואס די אויג כאפט אפ מיטן ערשטן בליק
שרייען אין וויינען קאסט נישט געלט, אין ס'דרייען זיך ליידער צווישן אונז מענטשן (נרקסיסטים) וואס זיי לעבן פון דעם פאך! אין וועלן מצליח זיין צו צוגיין אייער הארץ אין נישט אויפהערן וויינען אין בעטן רחמנות געפיהל אויף זיי
אין די צייט וואס דער אמתער רחמנות איז בכלל דער וואס ווערט געפייניגט אין די זעלבע מינוט, דורך אט די דמעות תנין
וואס איז גארנישט מער ווי ריינע לויטערע אמת'ע טיפע אכזריות
מיט א משוגענע קרענק פון זעהן נאר זיך אין זיך גיין בגדל'ען אין בעטן רחמנות ביי מענטשן

זיי זענען גרייט אלעס אין וועלט צו טוהן פאר זייערע אגו אין אייגענע הנאות
אפילו אויפן חשבון פון רייטן אויף זייערע אייגענע קינדערס רוקן....
פארשפארט