על כוס יין מלא?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

על כוס יין מלא?

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס איז סיי א שאלה (קשיא) און סיי אן ענטפער צו הרב חיים שלמה בערגער שליט"א. א ספרא רבה אין "מאמענט". ער האט נאך א סאך אנדערע "מעלות" וואס אונז גיי מיר דא נישט אויסרעכענען.

דער היינטיגער מאמר באציעט זיך אויף אן ארטיקל וואס הרב בערגער האט געשריבן אין מאמענט פון שב"ק פ' זכור תשפ"ד. ער האט עס געשריבן אן א פראגע צייכן.

זיין מאמר באציעט זיך אויף זיין שטענדיגע (און גערעכטע) מערכה אקעגן די היינטיגע נייע "סטייל" פון הויכע זעקס שטאקיגע שטריימלעך מיט די "דערנער" אויפ'ן שפיץ. ווי ער רופט דאס.

נאר בתוך הדברים. אינמיטן שמועס ווארפט ער אריין א סענטענס איבער "הרה"ק מ'סקולען שליט"א". צוערשט האב איך געמיינט אז ס'איז א טעות הדפוס. ער האט זיכער געוואלט עפעס שרייבן וועגן דעם פריער'דיגן סקולענער רבי'ן זצ"ל. נאר ליינענדיג האב איך געזעהן אז ער רעדט וועגן איינעם פון די היינטיגע סקולענער רבי'ס שליט"א. (כ'מיין פון לעיקוואוד). דארט האט זיך געהאנדלט טאקע וועגן די הויכע שטריימלעך. אז דער סקולענער רבי זז"ג האט עס אנגעטון. נאר איינמאל וועגן א ספעציעלע סיבה. עד כאן הסיפור.

יעצט וועגן די עיקר נקודה פון מיין שרייבן. דער סקולענער רבי שליט"א אזוי ווי זיינע ברידערס זענען אלע גאר וואוילע אידן תלמידי חכמים און פיהרן שיינע רביסט'וועס לתפארת בית ישראל. נאר איך האב איין בקשה. מאך נישט ביליג דעם טיטל "הרה"ק". אויב מ'וויל אז דער טיטל זאל האבן עפעס א חשיבות א ווערד דארף מען זיך נישט ארומווארפן דערמיט.

זיכער איז א יעדער רבי, ואדמו"ר א וואוילער איד. נאר דער טיטל "הרה"ק" איז אייביג געווען רעזערווירט פאר די אויסגעצייכנטע יחידי סגולה פון א יעדן דור. למשל דער פריער'דיגער סקולענער רבי און זיין טאטע דער בעל נועם אליעזר זצ"ל. און דער סאטמערער רבי זצ"ל און דער אלטער טאהשער רבי זצ"ל. און פון פריער'דיגן דור הרה"ק ר' אהרן מ'בעלזא זצ"ל. אפשר אין דעם היינטיגן דור קען מען אויך זאגן אויפ'ן תולדות אהרן רבי שליט"א "הרה"ק. נאר נישט אויף יונגעלייט (לפי ערך) וועלכע האבן קוים א ביסל א גרויע בארד. דאס נעמט גארנישט אוועק פון זייער חשיבות. נאר איך מיין אז הרה"ג און הרה"צ איז פונקט גוט.

וואס זאגט דער עולם?

נ.ב.: ס'איז גאר אן ערנסטע חומר למחשבה. ס'באלאנגט עכט נישט אין שמייכל. נאר מטעם הכמוס עמדי האב איך עס דא אריינגעלייגט.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך יין שרף »

דארפסט פארשטיין אז די פריעדיגע רבי האט נישט איבערגעלאזט קיין חסידות, נישט קיין מוסדות, נישט קיין ספרים, נישט קיין גארנישט. די איינציגסטע זאך וואס ער האט איבערגעלאזט ירושה איז האקן אויף סמארטפונים און די טיטל הרה"ק, נו, איז ווער איז יורש פאר די טיטעל, נישט זיינע קינדער? דיין רבי די הגה"ק פון די גלילות איז יורש? אוודאי די סקולענע קינדער!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך אפטימיסטיש »

קיינמאל געוויסט אז טיטלען ווערט פארטיילט לויט די יארגאנג...

ווי אלט ברויך מען זיין צו קוואליפיצירן פאר "הרה"ק"?

אפשר האט מען עס לעצטנס אראפגערוקט אביסל DUE TO INFLATION... (יא! ביי טיטלען איז אויך שייך אינפלאציע)
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך נאך א שמויגער »

יין שרף האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:44 am דארפסט פארשטיין אז די פריעדיגע רבי האט נישט איבערגעלאזט קיין חסידות, נישט קיין מוסדות, נישט קיין ספרים, נישט קיין גארנישט. די איינציגסטע זאך וואס ער האט איבערגעלאזט ירושה איז האקן אויף סמארטפונים און די טיטל הרה"ק, נו, איז ווער איז יורש פאר די טיטעל, נישט זיינע קינדער? דיין רבי די הגה"ק פון די גלילות איז יורש? אוודאי די סקולענע קינדער!
מ׳זאגט אז האקען אויף סמארטפונס האט ער געגעבען פאר רצ״מ זילבערבערג בחיים חיותו.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך כפתור »

אפשר מיינט עס הרב הקטן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך berlbalaguleh »

יין שרף האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:44 am דארפסט פארשטיין אז די פריעדיגע רבי האט נישט איבערגעלאזט קיין חסידות, נישט קיין מוסדות, נישט קיין ספרים, נישט קיין גארנישט. די איינציגסטע זאך וואס ער האט איבערגעלאזט ירושה איז האקן אויף סמארטפונים און די טיטל הרה"ק, נו, איז ווער איז יורש פאר די טיטעל, נישט זיינע קינדער? דיין רבי די הגה"ק פון די גלילות איז יורש? אוודאי די סקולענע קינדער!
איז האלט טאקע אז "הגה"ק" פאסט טאקע פאר איהם אויך נישט. מילא איבער גאונות קענמען זיך דינגען צי איינער קען מיט הונדערט בלאט גמ'-תוס' מער אדער ווייניגער. נאר ווען מ'זאגט הגה"ק אויף א היינטיגן רעבי'ן איז עס נישט מער ווי א דזשאוק.

לגבי די סקולענער רבי'ס. דאס ווענדט זיך נאר אין זיי אליין. אויב זיי וועלן גיין אין א גראדע ליניע און נישט אריינפאללן אין קארופשן און היפאקריסי וועללן זיי מיט די צייט האבן א גרויסן עולם און מ'וועט זיי רעספעקטירן.

ווי זאגט די משנה אין מס' עדיות אז (כ'מיין) דער זון פון ר' יהודה וואס ער האט געהאט א ישיבה האט געבעטן פון זיין טאטן פאר ער איז נפטר געווארן אז ער זאל זאגן פאר זיינע תלמידים אז זיי זאלן האבן רעספעקט (מער ווי דרך ארץ) פאר איהם. האט איהם דער טאטע געענטפערט..."מעשיך יקרבוך ומעשיך ירחקוך"...אז דאס ווענדט זיך אין דיר אליין. לויט דיינע מעשים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטימיסטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:56 am קיינמאל געוויסט אז טיטלען ווערט פארטיילט לויט די יארגאנג...

ווי אלט ברויך מען זיין צו קוואליפיצירן פאר "הרה"ק"?

אפשר האט מען עס לעצטנס אראפגערוקט אביסל DUE TO INFLATION... (יא! ביי טיטלען איז אויך שייך אינפלאציע)
ניין: ס'ווענדט זיך נישט נאר אין די יארן. וואס מ'האט געטון אין די אלע יארן.

אויף מיר וועט מען נישט זאגן "הרה"ק". וואסי. ווער ס'עסט א סאך סענדוויטשעס און טרינקט אויס עטליכע פעסער בראנפן אין זיבעציג-אכציג יאר הייסט נאכנישט קיין הרב הקדוש.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך א שמויגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:31 am
יין שרף האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:44 am דארפסט פארשטיין אז די פריעדיגע רבי האט נישט איבערגעלאזט קיין חסידות, נישט קיין מוסדות, נישט קיין ספרים, נישט קיין גארנישט. די איינציגסטע זאך וואס ער האט איבערגעלאזט ירושה איז האקן אויף סמארטפונים און די טיטל הרה"ק, נו, איז ווער איז יורש פאר די טיטעל, נישט זיינע קינדער? דיין רבי די הגה"ק פון די גלילות איז יורש? אוודאי די סקולענע קינדער!
מ׳זאגט אז האקען אויף סמארטפונס האט ער געגעבען פאר רצ״מ זילבערבערג בחיים חיותו.
דאס גאנצע עניין פון זיין האקן אויף סמארטפאונס און אינטערנעט און טעכנאלאגיע בכלל איז געווען נישט מער ווי א דזשאוק. ער איז דאך געווען אויסגעטון פון די וועלט. ער האט דען אין זיין לעבן געזעהן א קמפיוטער אדער א סמארטפאון. ער האט נאכגעזאגט וואס מ'האט איהם אריינגעבאמבעט. במחכת"ה.

כפתור האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:31 am אפשר מיינט עס הרב הקטן
איך בין נישט חושד הרב בערגער אז ער זאל פראווען עניוות אויף יענעמ'ס חשבון.

אונז האמיר א כלל. א יעדער קען זיין אן עניו אויף זיך אליין. ער קען אבער נישט זיין קיין עניו אויף יענעמ'ס חשבון.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך וואלווי »

כפתור האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:31 am אפשר מיינט עס הרב הקטן
דאס באלאנגט שוין פאר אונגוואר...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך נאך א שמויגער »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:21 am
נאך א שמויגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:31 am
יין שרף האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:44 am דארפסט פארשטיין אז די פריעדיגע רבי האט נישט איבערגעלאזט קיין חסידות, נישט קיין מוסדות, נישט קיין ספרים, נישט קיין גארנישט. די איינציגסטע זאך וואס ער האט איבערגעלאזט ירושה איז האקן אויף סמארטפונים און די טיטל הרה"ק, נו, איז ווער איז יורש פאר די טיטעל, נישט זיינע קינדער? דיין רבי די הגה"ק פון די גלילות איז יורש? אוודאי די סקולענע קינדער!
מ׳זאגט אז האקען אויף סמארטפונס האט ער געגעבען פאר רצ״מ זילבערבערג בחיים חיותו.
דאס גאנצע עניין פון זיין האקן אויף סמארטפאונס און אינטערנעט און טעכנאלאגיע בכלל איז געווען נישט מער ווי א דזשאוק. ער איז דאך געווען אויסגעטון פון די וועלט. ער האט דען אין זיין לעבן געזעהן א קמפיוטער אדער א סמארטפאון. ער האט נאכגעזאגט וואס מ'האט איהם אריינגעבאמבעט. במחכת"ה.
זאגטס אמת. ס׳גייט אויף די הייליגע סקולענער רבי זי״ע און אויכעט אויף יענער ״ממשיך דרכו״. די גאנצע וועלט גייט לאיבוד וועגן יענער ממשיך. ס׳דא מער אפגעפארענע וואס מיינען אז ״איך בין דאך סייווי א גוי״ ווי ס׳דא פון די אינטערנעט.
אויפריכטיג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך אויפריכטיג »

פ’’וו מיינסטו אז תולדות אהרן רבי פארדינט הרה’’ק מער ווי אדמו’’ר מסקולען? אי משום די עלטער איז דא אסאך עלטערע פון תו’’א.. אי משום ערליכקייט.. איז אדמו’’ר מ’סקולען אנגענומען עכ’’פ פאר עמך אידן אלץ גאר דערהויבן און אפגעהיטן נאך אזוי פיהל ווי דער תו’’א..
[NAMELESS]

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויפריכטיג האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:42 am פ’’וו מיינסטו אז תולדות אהרן רבי פארדינט הרה’’ק מער ווי אדמו’’ר מסקולען? אי משום די עלטער איז דא אסאך עלטערע פון תו’’א.. אי משום ערליכקייט.. איז אדמו’’ר מ’סקולען אנגענומען עכ’’פ פאר עמך אידן אלץ גאר דערהויבן און אפגעהיטן נאך אזוי פיהל ווי דער תו’’א..
סקולען ב''פ רבי ישעי' יעקב איז ידוע אז ער איר אן אויסנאם נאך פון גאר יונג א געוואלדיגע תלמיד חכם און ירא שמים

בערל רעדט לכאורה פון די ברודער'ס זיי זענען וואילע יונגעלייט
שיינע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך שיינע איד »

עס געפעלט מיר דער גאנצע שמיעס, כאילו אז ווייל דער שרייבער זאגט הרה״ק מיינט שוין אז ער איז טאקע הרה״ק, וויל איך ענק זאגען די גרעסטע ראי אז מען ווערט נישט א קדוש וועגען א שרייבער האט געשריבען, ווייל אויף מיין רביס ברודער שרייבען אלע שרייבערס הרה״ק אין ער איז א שגץ
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך אפטימיסטיש »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:15 am
אפטימיסטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:56 am
ווער ס'עסט א סאך סענדוויטשעס און טרינקט אויס עטליכע פעסער בראנפן אין זיבעציג-אכציג יאר הייסט נאכנישט קיין הרב הקדוש.
פאר'ן טרינקען גאנצעטע פעסער ברוינפען איז דער טיטל "הרב הקידוש" אדער גאר קידושא רבא... :lol:
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך כספי »

זאגסט גוט.

אבער וואס'י פשט פון די העדליין נאמען 'על כוס יין מלא?'?
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך סביב העולם »

כספי האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 11:51 am זאגסט גוט.

אבער וואס'י פשט פון די העדליין נאמען 'על כוס יין מלא?'?
על שם די פעסער ברוינפן
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
מופת הדור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך מופת הדור »

berlbalaguleh האט געשריבן: זיכער איז א יעדער רבי, ואדמו"ר א וואוילער איד. נאר דער טיטל "הרה"ק" איז אייביג געווען רעזערווירט פאר די אויסגעצייכנטע יחידי סגולה פון א יעדן דור. למשל דער פריער'דיגער סקולענער רבי און זיין טאטע דער בעל נועם אליעזר זצ"ל. און דער סאטמערער רבי זצ"ל און דער אלטער טאהשער רבי זצ"ל. און פון פריער'דיגן דור הרה"ק ר' אהרן מ'בעלזא זצ"ל. אפשר אין דעם היינטיגן דור קען מען אויך זאגן אויפ'ן תולדות אהרן רבי שליט"א "הרה"ק. נאר נישט אויף יונגעלייט (לפי ערך) וועלכע האבן קוים א ביסל א גרויע בארד. דאס נעמט גארנישט אוועק פון זייער חשיבות. נאר איך מיין אז הרה"ג און הרה"צ איז פונקט גוט.

הער זיך איין, יעדער זאגט אמאל א פארשטענדליכע טענה אזוי ווי דו האסט יעצט דערמאנט
אבער איך וואלט קיינמאל נישט געווארען דיין שותף לויכוחים ווען דו האסט אנגעכאפט אלס ביישפיל "תולדות אהרן רבי" for one and only example איבערצוהיפן אמשינוב רבי, פשעווארסק, ר' ישעי' יעקב, ועוד כמה.........
חוץ אויב דו האסט געמיינט הרה"ק מתו"א זי"ע.......
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך berlbalaguleh »

שיינע איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 10:34 am עס געפעלט מיר דער גאנצע שמיעס, כאילו אז ווייל דער שרייבער זאגט הרה״ק מיינט שוין אז ער איז טאקע הרה״ק, וויל איך ענק זאגען די גרעסטע ראי אז מען ווערט נישט א קדוש וועגען א שרייבער האט געשריבען, ווייל אויף מיין רביס ברודער שרייבען אלע שרייבערס הרה״ק אין ער איז א שגץ
זיי מוחל און זאג אונז ווער דיין רבי איז.'עמיר וויסן ווער דער "שייגעץ" איז. איך וויל קענען א רבי א "שייגעץ".

נעה: זאג נישט. ס'איז נאר א ווערטל. איך קען (ב"ה) נישט קיין רבי א שייגעץ.

דער גלח איז א שייגעץ.
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:35 am . נאר נישט אויף יונגעלייט (לפי ערך) וועלכע האבן קוים א ביסל א גרויע בארד.
עס ווענדט זיך אין די קאליר פון די בארד?
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: על כוס יין מלא?

שליחה דורך berlbalaguleh »

יא: איך האב געקענט א רבי/רב וואס האט נישט געקענט מאכן א מוציא אויף א רעטעך. נאר ווייל ער האט געהאט א לאנגע, ברייטע ווייסע בארד (און ער האט געטיילט א סאך קוגל) האט ער געהאט א גרויסן עולם.
פארשפארט