דז׳יגאן פלעגט דאך שוין זאגן (אדער נאך זאגן) אז ״הומור איז גאר אן ערנסטן עסק״…berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 3:54 pm היום: דאס ווייזט אז ווערטלעך זענען זייער ערנסט און חשוב. די גמ' האט געלייגט גרויס חשיבות אויף א מילתא דבדיחותא. דאס עפנט דעם קאפ און מאכט דעם מענטש גרייט צו לערנען תורה.
מילתא דבדיחותא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:27 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
יוסל ליבערמאן ע'ה וואס איז היינט אוועק האט דערציילט אז די נאכט וואס ער האט פארלוירן די וויצע פרעזידענטשאפט, איז ער אהיימגעקומען זייער צובראכן. זיין ווייב האט אים געוואלט מחזק זיין, האט זי אים געזאגט, דארפסט זיך נישט זארגן, דא אינדערהיים וועסטו אלעמאל זיין "וויצע" פרעזידענט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
- האט שוין געלייקט: 36 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
רעדנדיג פון דזשאו ליבערמאן ע''ה איז אינטערעסאנט ווי דער דעילי שאו האט אראפגעלייגט ווי אזוי עס קוקט אויס א וויצע פרעזידענט וואס היט די ל''ט מלאכות.
יהא זכרו ברוך
יהא זכרו ברוך
איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מילתא דבדיחותא
אינגערמאנטשיקל: אפשר בין איך גאר "זקינינו" אדער איינער פון די גאר חשוב'ע ניקס? איי 'עט מען פרעגן א קשיא. ווי קום איך צו זאגן אויף מיר אליין אז איך בין א חשוב'ער ניק? דער תירוץ איז פשוט. איך בין טאקע אן עניו. איך זאג נאר וואס א צווייטער האלט.
ועוד י"ל. (אסטראלאג. דאס מיינט..."ועוד יש לומר". דאס איז אן עקספרעשן פון תוס'. ניין ס'איז נישט א מין שווייצער טשאקאלאד. דאס איז א קאמענטאר פון די מענטשן וועלכע האבן צוגעגעבן זייער מיינונג צו די מיינונג פון רש"י און די גמרא (געמארעה). אונז פארשטייען דיך. אלס יונגל ביסטו נישט געגאנגען אין סאטמארער, אפילו נישט אין בעלזער חיידער. נאר ערגעץ וואו אין א פאבליק סקול אין קענזעס. צוזאמען מיט דיין רבי הרב הקאדעש מהרי"ד ווייס.)
צוריק צו אינגערמאנטשיקל:
דו ביסט נאכנישט עכט דער בעל מסורת הש"ס. ווייל דער בעל מסורת הש"ס פון קאווע שטיבל זאגט (כמעט) קיינמאל נישט עפעס סובסטאנטיוו. אויסער, פארשטייצעך ווען מ'קען געבן א שטעך פאר דעם ארוני וציוני בערל בעל עגלה. ער צייכנט נאר צו עין שם ועיין שם. דו זאגסט כאטש עפעס וואס האט א שוויות. בכל אופן א יישר כח.
נ.ב.: איך האב נאך א ביסל די סייד עפעקטס פון דעם משתה היין.
ועוד י"ל. (אסטראלאג. דאס מיינט..."ועוד יש לומר". דאס איז אן עקספרעשן פון תוס'. ניין ס'איז נישט א מין שווייצער טשאקאלאד. דאס איז א קאמענטאר פון די מענטשן וועלכע האבן צוגעגעבן זייער מיינונג צו די מיינונג פון רש"י און די גמרא (געמארעה). אונז פארשטייען דיך. אלס יונגל ביסטו נישט געגאנגען אין סאטמארער, אפילו נישט אין בעלזער חיידער. נאר ערגעץ וואו אין א פאבליק סקול אין קענזעס. צוזאמען מיט דיין רבי הרב הקאדעש מהרי"ד ווייס.)
צוריק צו אינגערמאנטשיקל:
דו ביסט נאכנישט עכט דער בעל מסורת הש"ס. ווייל דער בעל מסורת הש"ס פון קאווע שטיבל זאגט (כמעט) קיינמאל נישט עפעס סובסטאנטיוו. אויסער, פארשטייצעך ווען מ'קען געבן א שטעך פאר דעם ארוני וציוני בערל בעל עגלה. ער צייכנט נאר צו עין שם ועיין שם. דו זאגסט כאטש עפעס וואס האט א שוויות. בכל אופן א יישר כח.
נ.ב.: איך האב נאך א ביסל די סייד עפעקטס פון דעם משתה היין.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
- האט שוין געלייקט: 36 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
דו קוואליפיצירסט צו ווערן דער קומענדיגע שאפער פאר דער בעש''ט...berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:44 am
נ.ב.: איך האב נאך א ביסל די סייד עפעקטס פון דעם משתה היין.
איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
- פוילישע פעפער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 309
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
א הונקעדיגע האט אמאל געטראפען א בלינדע
פרעגט די בלינדע: נו, ווי אזוי גייט עס?
ענטפערט די הונקעדיגע: זעהסט דאך...............
פרעגט די בלינדע: נו, ווי אזוי גייט עס?
ענטפערט די הונקעדיגע: זעהסט דאך...............
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
- פוילישע פעפער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 309
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
דער האט געפרעגט וואסערע מגיפה איז געווען אין שנת ת.נ.צ.ב.ה אז אזויפיל טויזענטער אידן זענען נעבעך געשטארבן דעמאלטס............
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מילתא דבדיחותא
דו מיינסט צו זאגן פאר דעים קומענדיגן בעש"ט.משה רבקש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:31 pmדו קוואליפיצירסט צו ווערן דער קומענדיגע שאפער פאר דער בעש''ט...berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:44 am
נ.ב.: איך האב נאך א ביסל די סייד עפעקטס פון דעם משתה היין.
ס'איז נאר דא איינער אין דעם הייטיגן דור וואס וויל זיך פארגלייכן צו דעם בעש"ט. דאס איז דער אלעמען באקאנטער הייליגער שפיטיווקער זכותו יגון עלינו ועל כל ישמעאל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מילתא דבדיחותא
איך מאך א דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין שום פאליטישע שטעלונג, נאר איך ברענג דאס ווערטל ווייל ס'איז א גוט ווארט.
מיט א סאך יארן צוריק, ווען ס'איז אנגעגאנגען די מחלוקת צווישן די צדדים (נישט פערזענליך) פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד מיט הרב קוק איבער די רבנות אין ירושלים, האט ר' י"ח ברוב ענוותנותו געזאגט "איך בין נאר דער פורים רב"... ער האט מסביר געווען, פארוואס נעמט מען אויף א פורים רב? ווייל אויב דער רב וועט ווערן (ח"ו) שיכור אום פורים, און מ'וועט קומען פרעגן א שאלה, מ'קען דאך נישט פסק'נען ווען מ'איז שיכור, דערפאר נעמט מען אויף דעם פורים רב, ער זאל פסק'נען. נאך פורים ווען דער רב איז שוין נישט שיכור ווערט ער צוריק רב. די זעלבע מיט דעם ירושלימ'ער רבנות, דער רב איז יעצט שיכור ווען ער וועט זיך אויסניכטערן וועט ער צוריק איבערנעמען דאס רבנות.
מיט א סאך יארן צוריק, ווען ס'איז אנגעגאנגען די מחלוקת צווישן די צדדים (נישט פערזענליך) פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד מיט הרב קוק איבער די רבנות אין ירושלים, האט ר' י"ח ברוב ענוותנותו געזאגט "איך בין נאר דער פורים רב"... ער האט מסביר געווען, פארוואס נעמט מען אויף א פורים רב? ווייל אויב דער רב וועט ווערן (ח"ו) שיכור אום פורים, און מ'וועט קומען פרעגן א שאלה, מ'קען דאך נישט פסק'נען ווען מ'איז שיכור, דערפאר נעמט מען אויף דעם פורים רב, ער זאל פסק'נען. נאך פורים ווען דער רב איז שוין נישט שיכור ווערט ער צוריק רב. די זעלבע מיט דעם ירושלימ'ער רבנות, דער רב איז יעצט שיכור ווען ער וועט זיך אויסניכטערן וועט ער צוריק איבערנעמען דאס רבנות.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
אמאל איז א פרוי ארויס פון שטוב א פאר שעה נאכמיטאג, פאר'ן ארויסגיין האט זי געקאלט איר מאן זאגן אז זי גייט, בלא בלא וכו' וכו', און די קינדער קומען באלד אהיים, בלא בלא וכו' וכו', און ס'איז דא עסן גרייט, בלא בלא וכו' וכו', און מיט וועמען זי גייט, און ווען זי פלאנט צו זיין צוריק, בלא בלא וכו' וכו'.
הקיצור, דער האט געהאלטן אינמיטן עפעס טוהן, האט ער איר אויסגעהערט מיט א האלבע אויער, און זאגט איר אהא, אהא, אוקי, אוקי... און שוין, ביז זי האט אראפגעלייגט די טעלעפאן, ב"ה.
אפאר מינוט שפעטער כאפט ער זיך, רבש"ע, זיין ווייב האט עהם לכאורה געבעטן עפעס טוהן, אבער קען זיך נישט דערמאנען וואס... עפעס מיט די קינדער? עסן? ריין מאכן?
ער זעהט זיך אין א פלאנטער, ער ווייסט נישט וואס זי האט געוואלט ער זאל טוהן, ער קען איר זיכער נישט רופן זאגן אז ער האט איר נישט ממש אויסגעהערט... אבער באלד קומט זי שוין אהיים...
האט ער זיך שנעל מיישב געווען, מתוך פחד, אז ער וועט טוהן אלעס וואס מען קען נאר, און האפענטליך וועט איינע פון זיי זיין וואס זי האט עהם געבעטן, און זי וועט זיך נישט אויפרעגן אויף עהם...
אומר ועושה, ער האט געגעבן צו עסן פאר אלע קינדער, זיי אפגעבאדן, געוואשן אלע דישעס, ריין געמאכט די הויז...
נאך אביסל קומט זי אהיים, ער האפט צו זעהן אז ער האט נישט פארפעלט פון וואס זי האט עהם געזאגט.
זי קוקט זיך ארום און זאגט עהם, "שיין דיין ארבעט דא, אבער איך פארשטיי נישט? איך האב דיר דאך געזאגט אז מיין מאמע קומט באלד אריבער צו קעהר נעמען פון די קינדער, זיי געבן עסן, קלינען די קאך, באדן, ריין מאכן"...
הקיצור, דער האט געהאלטן אינמיטן עפעס טוהן, האט ער איר אויסגעהערט מיט א האלבע אויער, און זאגט איר אהא, אהא, אוקי, אוקי... און שוין, ביז זי האט אראפגעלייגט די טעלעפאן, ב"ה.
אפאר מינוט שפעטער כאפט ער זיך, רבש"ע, זיין ווייב האט עהם לכאורה געבעטן עפעס טוהן, אבער קען זיך נישט דערמאנען וואס... עפעס מיט די קינדער? עסן? ריין מאכן?
ער זעהט זיך אין א פלאנטער, ער ווייסט נישט וואס זי האט געוואלט ער זאל טוהן, ער קען איר זיכער נישט רופן זאגן אז ער האט איר נישט ממש אויסגעהערט... אבער באלד קומט זי שוין אהיים...
האט ער זיך שנעל מיישב געווען, מתוך פחד, אז ער וועט טוהן אלעס וואס מען קען נאר, און האפענטליך וועט איינע פון זיי זיין וואס זי האט עהם געבעטן, און זי וועט זיך נישט אויפרעגן אויף עהם...
אומר ועושה, ער האט געגעבן צו עסן פאר אלע קינדער, זיי אפגעבאדן, געוואשן אלע דישעס, ריין געמאכט די הויז...
נאך אביסל קומט זי אהיים, ער האפט צו זעהן אז ער האט נישט פארפעלט פון וואס זי האט עהם געזאגט.
זי קוקט זיך ארום און זאגט עהם, "שיין דיין ארבעט דא, אבער איך פארשטיי נישט? איך האב דיר דאך געזאגט אז מיין מאמע קומט באלד אריבער צו קעהר נעמען פון די קינדער, זיי געבן עסן, קלינען די קאך, באדן, ריין מאכן"...
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
האט אמאל א יוד געפרעגט דעם רב, אויב מעג ער שבת אינדערפרי נאכן דאווענען אפירזוכן זיין פלונית'טע צווישן אלע ווייבער וואס שטייען קעגן איבער דעם ביהמ"ד, איז עס נישט א פראבלעם פון בורר?
"עס ווענדט זיך", ענפערט דער רב, "איז עס פסולת מתוך אוכל אדער אוכל מתוך פסולת?"...
"עס ווענדט זיך", ענפערט דער רב, "איז עס פסולת מתוך אוכל אדער אוכל מתוך פסולת?"...
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
אויב די גייסו שוין יא אהין…
איז דא נאך א תנאי,
ס׳דארף זיין ביד, נישט בכלי….
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מילתא דבדיחותא
דאס דערמאנט מיך א מעשה (שהיה): מיט יארן צוריק איז געווען א באסדרייווער וועלכער האט געדרייווט פאר מאנסי טרעילס. ער איז געווען א פשוט'ער, אבער קלוגער איד. איין טאג ווען ער האט שוין געהאלטן נאנט צו דעם לעצטן סטאפ. ס'איז נאר געבליבן איין פאסאזשיר א פרוי. זייער א "פרומע". קומט זי צו די פראנט נעבן דעם דרייווער און זי זאגט איהם..."איך ווייס נישט אויב איך מעג בלייבן אויפ'ן באס וועגן איסור ייחוד". האט ער איהר געזאגט..."איין מינוט"...ער צינדט אן די לייט און געט א קוק אויף איהר. און ער זאגט..."ניין. ס'איז נישט דא קיין חשש פון איסור ייחוד"...!היום האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 2:20 am האט אמאל א יוד געפרעגט דעם רב, אויב מעג ער שבת אינדערפרי נאכן דאווענען אפירזוכן זיין פלונית'טע צווישן אלע ווייבער וואס שטייען קעגן איבער דעם ביהמ"ד, איז עס נישט א פראבלעם פון בורר?
"עס ווענדט זיך", ענפערט דער רב, "איז עס פסולת מתוך אוכל אדער אוכל מתוך פסולת?"...
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
אדער דער גבאי וואס האט זיך אנגערופן הויך "רבי, איר קוקט אין קוויטל, אבער איך קוק אויף די פרוי, און איך זאג אז דער מאן קומט נישט צוריק"...
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
ביי די ליטווישע קומען פאר גרויסע אסיפות צווישן די עסקנים און גדוילים, די מצב הפרנסה איז גאר שמאל, און יעצט קומט נאך צו אז די מדינה האט געשניטן איר תמיכה פאר די בני תורה…
הקיצור, ס׳איז אריינגעקומען די אפשאצונג פון די עקאנאמיסטן אז די פראבלעם איז, אז עס איז היינט א צוויי דז׳אב עקאנאמי, דאס הייסט אז א משפחה דארף האבן לכה״פ צוויי מקורות פון הכנסה.
עכ״פ, הערט מען אז עס קאכט זיך אויפן טיש א גרויסע התוועדות פון מאה רבנים צו מבטל זיין דער חרם דרבינו גרשון…

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היום, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מילתא דבדיחותא
איך האלט אז מ'דארף אנהייבן ארויסצוזוכן דעם תימנ'ער ייחוס. זיי האבן קיינמאל נישט אנגענימען דעם חרם דרבינו גרשום.
אין אן עליכע בחינה: מ'האט זיך אמאל נאכגעפרעגט אינפארמאציע איבער א געוויסן מענטש. האט דער שואל געפרעגט...וואס טוט ער פאר פרנסה? ...די תשובה איז...אלעס, נאר נישט ארבעטן.
אין אן עליכע בחינה: מ'האט זיך אמאל נאכגעפרעגט אינפארמאציע איבער א געוויסן מענטש. האט דער שואל געפרעגט...וואס טוט ער פאר פרנסה? ...די תשובה איז...אלעס, נאר נישט ארבעטן.
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס האט אליעזר עבד אברהם געלייגט שלעסער, אויף אברהם אבינו'ס קעמלעך?
ער האט געוויסט אז ער גייט יעצט זוכן א שידוך פאר יצחק,
און נאר דאס פעלט איהם אויס, אז איין בהמה זאל זיך עפענען דאס מויל,
ער האט געוויסט אז ער גייט יעצט זוכן א שידוך פאר יצחק,
און נאר דאס פעלט איהם אויס, אז איין בהמה זאל זיך עפענען דאס מויל,
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז קאלסלאו ביי א שמחה גלייך צו פייערדיגע חסידים? ביידע ווייקן זיך ביז סוף טיש
Re: מילתא דבדיחותא
מען האט אמאל אריינגעלייגט איי׳ס אין א ישיבה, רופט זיך אן איין בחור צום אנדערן אז על פי פשטות גייט די איי געבוירן א בעבי! פרעגט אים די בחור פארווינדערט, וואס הייסט? זאגט ער די מנהל זיצט אויף דעם א גאנצן טאג
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס זעצט מען זיך אוועק אויף דער ערד ערב תשעה ב'אב מיט אן איי און מען ווייענט?
ווייל דא איז די לעצטע איי פון די פסח חלוקה
ווייל דא איז די לעצטע איי פון די פסח חלוקה
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס לייגט מען ביימער און בלעטער אין הויז שבועות?
ווייל די איבערגעבליבענע קארטאפעל פון פסח וואקסט שוין ביימער
ווייל די איבערגעבליבענע קארטאפעל פון פסח וואקסט שוין ביימער
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!