קליינע צדיק האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 12:17 pm
וואס מען איז ביי די שטייעדיגע בתי כבוד
מיטאמאל פילט מען איינגעצוימט, מקען נישט קוקן אין ערגעץ, קוקט רעכטס כאפט מען יענעמס אויגן לינקס די סעים אא"וו
איינער רילעיט?
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם, איך האב א פראבלעם ווען איך זיץ און טוילעט פאר פופצען מינוט און די נשמות פון די עסן האלטן נישט ביים ארויסקומען, און אינמיטן קומט אן א באס דרייווער און רייסט אויף די נעקסטע טיר ווארפט ארויף די ציצות אויף די טיר לאזט אראפ די הויזן און נאך פאר די שליסלעך דערגרייכט די פלאר הערט מען שוין א תקועה גדולה און א סקונדע שפעטער איז ער שוין פארטיג און צוריק אויף די באס, און די נשמות און מיין גוף פייטן זיך נאך ארום ווער עס זאל זיין די ערשטע ארויס צוקומען.

וואס כאפסטו נישט?
דער באס דרייווער הייבט אן זיין טאג זעקס אזייגער. ער פראבירט צו מתקן זיין די נשמות אבער אן ערפאלג. ער מאכט א קאווע און הויבט אן זיין רוט. נאכן פארן פופצען מינוט הייבט ער אן שפירן ווי די אראלים מיט די מצוקים שלאגען זיך, אבער ער פארט זיך ווייטער געמיטלעך. ווען עס קומט אבער זיין צווייטע רוט שפירט ער ווי דער מצב הויבט אן ווערן ענג, די אראלים הויבן זיך אן מתגבר זיין איבער די מצוקים און ער האט נאך א צוואנציג מינוט רוט צו מאכן....
יעצט דער נערישער צוקוקער וואס זעהט ווי אזוי דער באס דרייווער פייפט מיטן גרויסען פייפער ווען א אינגעל שפעטיגט. פארדריסט אים פארוואס דער דרייווער טוט דאס. ער כאפט גארנישט אז דער באס דרייווער האט אן אגענדע יעצט עוסק צו זיין אין גלגולי נשמות, און ער יאגט זיך אהין... נעקסט מאל זיי אים דן לזכות...
ווען דו טרעפסט אים אכט אזייגער האלט ער שוין נאנט צו כלות הנפש, נו אודאי איז נצחו אראלים את המצוקים... וואס כאפסטו נישט??
שאלתיאל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 8:28 am
וואס מוטשעט זיך געפערליך זיך צו רוקן אין א חלום? אפטמאל אין א חלום דארף איך לויפן/אנטלויפען און עס רוקט זיך קוים ס'פילט כאילו איך שטופ א בארג. אפי' גיין פון איין פלאץ צום אנדערן נעמט אסאך ענערדזשי און גייסטישע כוחות. מ'קען משוגע ווערן
איך האב עס אויך!
איך שפעקיליר נאר אז עס האט לכאו' מיט די וועג וויאזוי די מח עקספיריענסד די פעולה פון גיין, אנדערש ווי אלע אנדערע מחשבות/דמיונות/געפילן וועלכע דארפן נישט קיין פיזישע input כדי זיי צו שפירן, דארף דאס 'גיין' יא מער אקטועלע מאוומענטס כדי עס זאל זיך שפירן ווי מ'גייט, און וויבאלד דאס געשעט נישט אין (stationary) חלום בלייבט עס ביים urge צו לויפן אבער אן די אקטיווע perception אז מ'רוקט זיך טאקע..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה(איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
אדרבה קום אריין מיט א עצה, איך האב לעצטענס אנגעהויבן כאפן אז איך בין אנדערש פון רוב מענטשן אין זייער א סאך עספעקס, איך בין אבער צופרידן מיט עס, אין איך האלט אז רוב זאכן איז א מעלה אבער יעדע שטיק צייט למשל נאכן ליינען ווי אזוי א מענטש טראכט אדער ראגירט צו זאכן הייב איך אן טראכטן אז אפשר איז עפעס ראנג מיט מיך
זאקן האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 11:00 am
אדרבה קום אריין מיט א עצה, איך האב לעצטענס אנגעהויבן כאפן אז איך בין אנדערש פון רוב מענטשן אין זייער א סאך עספעקס, איך בין אבער צופרידן מיט עס, אין איך האלט אז רוב זאכן איז א מעלה אבער יעדע שטיק צייט למשל נאכן ליינען ווי אזוי א מענטש טראכט אדער ראגירט צו זאכן הייב איך אן טראכטן אז אפשר איז עפעס ראנג מיט מיך
איך האב נישט געוויסט אז ס'דא מענטשן וואס חלומ'ן נישט, א שנעלע סירטש קוקט אויס אז דו ביסט נישט די איינציגסטע כאטש ס'איז זעלטן אז א מענטש חלומ'ט בכלל נישט. ס'אויך מעגליך אז דו חלומ'סט יא נאר געדענקסט נישט.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
איך האב אפילו נישט געמאכט א סירטש ווייל איך האב מיך פארגעשטעלט אז איינער פון די תירוצים גייט זיין אז איך חלום אבער איך געדענק נישט אז איך האב גע׳חלומ׳ט, די אמת איז וואס א חילוק צו איך חלום אבער איך פארגעס עס גלייך אדער איך חלום נישט אינגאנצן