yn.NY האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 1:08 am
הוילע שטותים! ...און וועמענס זכות איז אז אידן אין ארץ ישרא גייען מיט שטריימלעך?
--
כ'האב נישט געוויסט וואספארא חסיד דער בעלזער איז פון דיין רבי
כאילו אידישקייט ווענד זיך צי מען גייט מיט א שטריימל.
אויף יענע וועלט וועט מען נישט מעסטן די שטריימל מען וועט מעסטן די צדקה וחסד וואס מען האט געטוהן, אויב וויל מען ארויסברענגען סאטמערע רב׳ס גדלות זאל מען רעדן פון זיינע צדקה וחסד און נישט פון זיין שטריימל, וואס אגב ער אליין האט דאך געהאלטן נשתכח תורת הבעשט איז אפילו לשיטתיה איז די שטריימעל סתם א איך וויל נישט זאגן משוגעת אבער ס׳ליגט נישט עפעס מוראדיג אינדעם
סאטמאר'רע רב זצ"ל האט טאקע געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הכעש"ט. נאר ער האט זייער שטארק געהאלטן פון טראגן דעם חסיד'ישן לבוש.
ס'אינטערסאנט די נקודה וואס ראדני ברענגט ארויס.... אז מען טראכט אריין אז די רבי זי''ע וואס האט טאקע געהאלטן נשתכחה(?), זאל אבער שטיין אזוי פעלזן שטארק מיט דעם נישט אזוי סתם משגעת פון די שטריימעל און אלע אנדערע חסידישע מלבושים נישט זייענדיג מוותר אויף א קוצו של יוד און פארלאנגט פון זיינע אונגארישע באטשי'ס די סאמע חסידישע לבוש וואס איז נישט געזען געווארן אינדערהיים אין אונגארן בכלל ביים המון עם בשעת די אנדערע גרויסע אדמורי'ם וואס האבן זיך שארף געדונגען מיטן נשתכחה האבן בכלל נישט פארלאנגט די חסידישע מלבושים ביי זייערע מענטשן אפילו פון די מלחמה איבערלעבער וואס האבן דאס יא געטראגן פארן קרוג (גאליציע, פולין, רוסלאנד וכו.)
דאס אז די האסט די קשיא ברענגט ארויס די נשתכחה.
וואס האט א לבוש וואס די סיבה צו עס האט גארנישט מיט חסידות (גראדע זענען די פוסקים וואס האבן געפסקנט אז עס איז דא א חיוב מסירת נפש געווען חסידים, אבער זיי האבן עס געפסקנט מכח הלכה נישט חסידות) און היות דו (לאו דווקא דו) ווייסט נישט וואס חסידות איז האסטו געמוזט טרעפן א לבוש און עס אריין שטופן אז דאס איז חסידות.
חסידות איז א פילאזאפיע/דרך החיים וואס האט גארנישט מיט חצוניות.
די סיבה וואס סאטמער רב האט איינגעפירט שטריימלעך אין אמעריקע איז כדי צו סטעמפלען אז איך שעם מיר נישט מיט מיין אידישקייט א שטריימל גראדע דינט די ציל

איך האב גראדע נישט קיין קשיא און מיין הערה איז געווען מער גענויגט אויפן סארקאסטישע זייט.
אבער אגב אז די גייסט אהין איז הגם חסידות איז נישט געווען געבונדן מיט חיצונית און לבוש האבן אבער רוב גדולי חסידות געלייגט גאר א שטארקע דגוש אויף דעם.
און בנוגע די רבי זי'ע וואס די ביסט אזוי שיין מסביר בטוב טעם פארוואס ער האט פארלאנגט די אלע חסידישע מלבושים מיט אזא שטארקייט, איז אפשר ביסטו מיר אויך מסביר פארוואס די רבי האט געפירט טישן פארן ציבור שעות ע''ג שעות און פארוואס ער האט געפראוועט קוויטלעך כסדר און אלע אנדערע חסידישע הנהגות וואס ער האט זיך נוהג געווען און פארלאנגט פון זיינע חסידים בלי שום יוצא מן הכלל....
סאטמער רב מהלך איז געווען אביסל אזוי ווי אין א ישיבה קטנה, למשל שיקן זיינע מענטשן ארבעט כדי זיי זאלן נישט האבן קיין צייט צו זינדיגן, דאס איז לכאורה די סיבה פארוואס ער האט אזוי פארפירט וועגן די שטריימל,
אנדערע רבנים האבן געפירט זייער קהילה מער אזויווי מיר ישיבה