א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך berlbalaguleh »

התנצלות: איך בין נישט קיין היסטאריען. איך ווייס נישט קיין (פונקטליכע דאטומס. אלעס איז נאר בערך).

מיט בערך א צוואנציג יאר צוריק האט מען אין די אידישע גאס אנגעהויבן צו הערן וועגן א אידישע וועבסייט וואו מענטשן האבן געקענט ליינען און אריינשרייבן ארויסצוזאגן זייער מיינונג איבער פארשידענע עניינים. סיי פון פאליטישן און סאציאלן און חרדי'שן שטאנדפונקט.

ס'זענען אין די זעלבע צייט געווען עטליכע קלענערע סייטס וועלכע האבן אנגעהויבן צו פונקציאנירן. נאר זיי האבן נישט געהאט קיין קיום.

דער אויפגייענדער שטערן אין די נייע אינטערנעט טעכנאלאגיע איז געווען מיט'ן נאמען הייד פארק. ס'איז נישט געווען קיין שום קאנטראל אדער באגרעניצונג (לפי ידיעתי) פון די מענעדזשמענט.

מיט די צייט איז געווארן א מצב וואו מענטשן (חברים?) האבן געווארפן באשולדיגונגען און פערזענליכע אטאקעס איינער אויפ'ן צווייטן.

זענען געווען א גרופ פון יונגעלייט וואס האבן מחליט געווען זיך אפצוטיילן און אויפמאכן אן אייגענע וועבסייט. מיט'ן נאמען איי-וועלט (א קאמבינאציע פון אידיש און ענגליש אידישע וועלט).

צוערשט איז אין די (דאמאלס) נייע וועבסייט געווען אינגאנצן אן אפענער פארום. א יעדער האט געקענט שרייבן ככל העולה על רוחו אן קיין שום באגרעניצונגען. איך וויל נישט רעדן לשה"ר. נאר מ'האט דארט געשריבן א סאך זאכן וואס האבן נישט געטויגט. ספעציעל פאר ערליכע אידן. ס'זענען געווען מאמרים וועלכע האבן זיך געגרעניצט מיט ניבול פה, רח"ל.

מיט די צייט האט די מענעדזשמענט אנגעהויבן צו נעמען קאנטראל. נאר מ'איז געגאנגען מן הקצה אל הקצה. פון איין עקסטריעם צו דעם צווייטן. נישט נאר האט מען געמאכט א שטיקל סדר. נאר ס'איז אויך געקומען מיט אן אגענדא. ווער ס'האט עפעס געשריבן אין א מאמר אדער תגובה וואס איז נישט געפעללן פאר די אחראים און עורכים האט מען עס אפגעווישט כאילו לא היה. ס'איז געפלויגן. אויך ווער ס'האט נישט געשריבן לויט דעם גייסט פון זייער (שמאלע) אידעאלאגיע.

זענען געווען א גרופ פון יונגעלייט וועלכע האבן באשלאסן זיך אפצוטיילן און אויפמאכן אן אייגענע וועבסייט. מיט'ן נאמען "קאווע שטיבל". על שם פון די קאווע שטיבלעך אין א יעדן ביהמ"ד. וואו מ'קומט זיך צוזאם צו שמועסן איבער א גלעזל קאווע. דאס איז געווען בערך אין אדר שנת תשי"ב.

די נייע וועבסייט "קאווע שטיבל" איז געווארן זייער שטארק פאפולער.

נאר די אנשי איי-וועלט האבן געשריגן (כ'ווייס נישט ווי הויעך) אז די אנשי קאווע שטיבל זענען א באנדע פון שקצים און אפיקורסים. און אפשר ציונים אויך (בערל בעל עגלה איז נאך דאמאלס נישט געווען אויף קאווע שטיבל. איך האב געהערט איבער קאווע שטיבל פון א בחור אויף מיין באס.).

ס'איז געווען זייער א געשמאקע וועבסייט. מיט א אידישן טעם. מיט פרייהייט פון ווארט און אויסדרוק. פארשטייצעך לויט'ן גייסט פון די תורה און אידישקייט. ס'זענען געווען געוויסע תקנות וועלכע זענען שטרענג אינפארסירט געווארן. אז מ'טאר נישט רעדן קיין דברי כפירה (נישט אידעאלאגיע) און נישט קיין ניבול פה, ח"ו. אויסערדעם האט מען געקענט באהאנדלען סיי וועלכע אישו אדער פראגע אן מורא אז מ'וועט ווערן אויסגעמעקט אדער אראפגעווארפן.

אין די ערשטע צייט זענען געווען "אחראים" וועלכע האבן זיך געטוישט א יעדע שטיק צייט. שפעטער איז געקומען אן עורך קבוע מיט'ן ניק "קעלנער". נאך שפעטער זענען געווען אנדערע. ויהי אחרי קענלנער איז געקומען אן אנדערער "עורך" דער היינטיגער "מנהל" זז"ג. ער איז געווארן א ביסל שטרענגער. ער האט א ביסל איינגעצויגן דעם פאסיק. ס'זענען געווען מענטשן וועלכע האבן געהאט חילוקי דיעות מיט איהם. זענען זיי געגאנגען און האבן זיך אויפגעמאכט א וועבסייט'ל. בלשון קטנה. ווייל ס'איז נאך אין די ווינדלעך.

איך ווינטש זיי א סאך הצלחה. נאר איך האלט אז ס'האט נישט אויסגעפעהלט. ווייל קאווע שטיבל איז נאכאלץ און וועט בעז"ה פארבלייבן אלס די חשוב'ע און געשמאקע וועבסייט וואס ס'איז.

אזוי ווי איך האב שוין דערמאנט אין א פריער'דיגן מאמר. אז אויפהאלטן א וועבסייט קאסט געלט און כוחות. און די ליינערס און שרייבערס (וועלכע טראגן נישט דעם עול פון די הוצאות) זענען נאר געסט. דארפן זיי זיך צושטעללן צו די תקנות המקום. פארשטייצעך ווילאנג ס'ווערט געפיהרט בטוב טעם ודעת און מיט יושר. אויסער דעם האבן זיי נישט קיין שום רעכט אריין צו רעדן אין די מענעדזשמענט אדער וואס מ'זאל יא אדער נישט טון. ושלום על ישראל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ר'בערל ביסטו נישט געוואר געווארן דערפון פון נ"ר?...
גברא דלא עביד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2024 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך גברא דלא עביד »

איז שייך צו צושטעלן א לינק צום נייע וועבזייטל?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאצקע ציקער האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:52 am ר'בערל ביסטו נישט געוואר געווארן דערפון פון נ"ר?...
פון עהם אויך: ער האט מיר (טאקע) געשטופט אז איך זאל מיך איינשרייבן. נאר די ערשטע מאל איך האב געהערט וועגן קאווע שטיבל איז געווען פון א בחור אויף מיין באס. ער האט מיר געזאגט בלשון תמיהה. דו ווייסט נישט וועגן קאווע שטיבל? זעהט אויס זיין טאטע איז געווען אויף קאווע שטיבל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך berlbalaguleh »

גברא דלא עביד האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:01 am איז שייך צו צושטעלן א לינק צום נייע וועבזייטל?
מסתמא יא: נאר איך בין נישט דער מענטש. איך בין א גרויסער עם הארץ אין טעכנאלאגיע.
צוקוועטשטע איילבירטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך צוקוועטשטע איילבירטן »

מ'טאר נישט אויפגעבן, יש תקוה. כ'געדענק ווען דער אלעמען באקאנטער טשעיר פון דעם פעדעראל רעזערוו הגאון הגדול עלען גרינשפאן האט ריטייערט פון זיין פאזיציע איז ער אלט געווען 70 יאר האט עם איינער אינטעריוויוט און עם געפרעגט וואס ער פלאנט צו טוהן יעצט? האט ער עם געענטפערט אז די ערשטע זאך וואס ער וויל טוהן איז צו עפענען אן אימעיל
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

יש"כ בערך פאר דיין אינפארמאטיווע ארטיקל, אבער עס פעלט אסאך פרטים, וואס נישט מיט אלעם בין איך באקאנט.
ווי קרעטשמע און פאליש און ווערצהויז. און נאך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך berlbalaguleh »

מררדכי מרדכי: איך האב דאך געשריבן בכלליות אז ס'איז געווען נאך. איבער "פאליש" האב איך יא געוואלט א ביסל מאריך זיין.

צוערשט האב איך געמיינט אז פאליש איז סך הכול א פריילעך שטיבל. וואו א גרופ פון יוגעלייט (אפשר א פאר אלטע אויך) קומען זיך צוזאם און לופטערן אויס אלערליי נארישקייטן אן אפגעבן א שטיקל דין וחשבון ואס מ'קען יא אדער נישט ארויפלייגן פאר'ן ציבור.

איך האב דארט געליינט סך הכול איין מעשה וואס האט מיך געמאכט ברעכן א פאר מאל אינמיטן פון ליינען. ווען איך האב געענדיגט עס צו ליינען האב איך אינגעזעהן אז איך האב בכלל נישט געליינט א מעשה וואס האט עפעס א תוכן און א ציל. אויך בין איך געבליבן מיט א זויערן טעם אין מויל ווי גלייך איך וואלט אראפגעשלינגען א גאנצן "דזשאר" מיט זויערע פיקלס.
ארכיטקט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 201 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך ארכיטקט »

פון וועלכע נייע וועבזייטל רעד איר?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך רעד פון די פארשטארבענע וועבסייט "פאליש".
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך yatzmachp »

האסט פארגעסן אלע בלאגס וואס זענען געווען פאר די אלע וועבסייטס
[NAMELESS]

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך [NAMELESS] »

ש׳כח בערל פאר די שיעור אין היסטאריע, ס׳איז אינטערסאנט צו הערן פון איינעם וואס איז שוין אדורך געשווימען אזויפיל סייטס.
באניצער אוואטאר
עמקות התם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:14 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך עמקות התם »

berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:42 pm איך רעד פון די פארשטארבענע וועבסייט "פאליש".
איז נאך פארבליבען ארטיקלען,דיונים, פונעם פאליש?
"You are not your thoughts; you are the observer of your thoughts"
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך שפילער »

א שטיק צייט פלעגט זיין א וועבסייט קרעטשמע אבער סהאט אנגעהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך שפילער »

עמקות התם האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:27 am
berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:42 pm איך רעד פון די פארשטארבענע וועבסייט "פאליש".
איז נאך פארבליבען ארטיקלען,דיונים, פונעם פאליש?
אז מען וויל קען מען טרעפן
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
new news
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 31, 2023 5:52 pm
געפינט זיך: אינדערהיים
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך new news »

שפילער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:35 am
עמקות התם האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:27 am
berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:42 pm איך רעד פון די פארשטארבענע וועבסייט "פאליש".
איז נאך פארבליבען ארטיקלען,דיונים, פונעם פאליש?
אז מען וויל קען מען טרעפן
ווי?
לינק?
חב''ד הויזן האט געשריבן:
דאס אבער הצד השוה שבהן איינער וואס קען נישט מחלק זיין בין דם לדם ובין טראגעדיע לטראגעדיע און ציט גלייך מסקנות און טענות אויף פריער-אראפגעשטעלטע מסקנות און אגענדעס געפינט זיך אויף די זעלבע הענט-טראק נאר אין אנדערע באקסעס.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך שפילער »

א קליינע בליק אין פאליש...
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך berlbalaguleh »

שפילער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:34 am א שטיק צייט פלעגט זיין א וועבסייט קרעטשמע אבער סהאט אנגעהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים
ס'איז געווען נאך עטליכע קליינע. איך האב באזוכט א סאך פון זיי. נאר זיי האבן נישט געהאט קיין קיום.
באניצער אוואטאר
טראפעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 04, 2023 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך טראפעלע »

שפילער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 2:18 pm א קליינע בליק אין פאליש...
Web archive?
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך שפילער »

טראפעלע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:37 pm
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 2:18 pm א קליינע בליק אין פאליש...
Web archive?
Yup
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
whatever
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 04, 2023 3:42 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך whatever »

פאליש האט זיך פארמאכט לכאורה ווייל ס'איז געווארן out of hand מיט שמוץ...
מיין אישי ארבעט נישט, מ'קען מיך אימעיל'ן k32158734@gmail.com
הייליגע קוה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:18 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך הייליגע קוה »

whatever האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:08 pm פאליש האט זיך פארמאכט לכאורה ווייל ס'איז געווארן out of hand מיט שמוץ...
און דער עולם האט שוין נישט געקענט מער הענדלען אזויפיל סטימיולעשען? דאכט זיך אז פ***האב איז סטראנעגער טהען עווער.
(נישט אז איך ווייס וואס פ***האב מיינט, איך זאג סתם איבער וואס איך הער אין מקווה…עהעם)
צוקוועטשטע איילבירטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך צוקוועטשטע איילבירטן »

whatever האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:08 pm פאליש האט זיך פארמאכט לכאורה ווייל ס'איז געווארן out of hand מיט שמוץ...
ערגער פון א פארן סייט? פשטות נישט. נישט אז כ'קען בכלל פאליש, ערשטע מאל כ'האב בכלל געהערט דערפון איז דא אויף ק"ש. מן הסתם האט עס נישט געהאט גענוג באזוכערס
פארשפארט