זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 40
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:32 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ווען ס'איז איין טאג פערציג דעגראד און דער נעקסטער טאג זעכציג. ערשט מאך אפ וואס דו ווילסט, ווילסט יעצט זאל זיין ווינטער? פיין. פרילינג? פיין עני אוו די פיר סיזענס גוט אבער ביטע חוש נישט ארום אין איין וואך פון א ווינטער צו א זומער און גלייך דערנאך צו ווינטער. לכבוד דעם לויפט דערוילם ארום מיט רינעדיגע נעזער, הוסט דעם שליים אין יענעמס אויער
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:01 am
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיך רעגט אויף אז מען פארקויפט שוין פסח׳דיגע זאכן אין גראסערי, לא די אז פאר פסח דארף איך ליידן פאר אכט טעג פון סופער סנעקס וואס טעיסט פון פאפנדעקל, און קוקיס וואס טעיסט פון מכת צפרדע, נו החרשתי, אפשר טאקע פאר דעים מישט מען זיך נישט ביי חסידים, כדי מען זאל נישט דארפן מיט מאכן די עשר מכות עסן.
אבער פון פורים למען ה׳ ולתורתו פארקויפט מען שוין דעי נאסע טישוס באדעקט אין טשאקלעד, אוי האט המן אויסגעפירט ווען נישט פורים הייבט מען עס הערשט אן פארקויפן נאך תענית בכורים
אבער פון פורים למען ה׳ ולתורתו פארקויפט מען שוין דעי נאסע טישוס באדעקט אין טשאקלעד, אוי האט המן אויסגעפירט ווען נישט פורים הייבט מען עס הערשט אן פארקויפן נאך תענית בכורים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 29
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:15 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:55 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
סא גיי נישט פורים נאכמיטאג צו ליע קארנער היוז (ביים פאברענען די פאן...)
אדער קום נישט ארויס פון די הייוועי פון ב"פ קיין וומ"ס (ווייל מקען זעהן אינגעלייט מיט אנגעשריבענע פענער)
אדער קויף עס נישט (צו פארברענען) וועסטו נישט האבן אזויפיל פראבלעמען
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 176
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:24 pm
- האט שוין געלייקט: 36 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ווען אמאזאן פארקויפט א בוך פון די טעראריסט יחיה סינוואר ימ"ש
באזוך די "קאווערס פון אויסגאבעס-קריטיק און קאמאנטארן" אשכול
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
איך ווער אויפגערעגט עד כדי רתיחת הדם ווען איך זעה דעם נאמען פון אסטראלאג שר"י. לעומת להבדיל הרב קוק זצ"ל. או. קעי. איך בארואיג מיך ווען איך זעה אז ער (אסטראלאג) איז א בהמה.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 176
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:24 pm
- האט שוין געלייקט: 36 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 7:45 pmאיך ווער אויפגערעגט עד כדי רתיחת הדם ווען איך זעה דעם נאמען פון אסטראלאג שר"י. לעומת להבדיל הרב קוק זצ"ל. או. קעי. איך בארואיג מיך ווען איך זעה אז ער (אסטראלאג) איז א בהמה.
באזוך די "קאווערס פון אויסגאבעס-קריטיק און קאמאנטארן" אשכול
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 6:29 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיך רעגט אויף דער וואס רופט מיר אריין צו זיין א צענטער "נאר" פאר הודו, און נאכדעם בעט ער "בלייב שוין ביז נאך ברוך שאמר..
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיך רעגט (א סאך מאל) אויף ווען איינער שטייט פארנט פון ביהמ"ד שבת אינדערפריה ווען איך גיי אין שול און ער רופט מיך אריין זאגנדיג אז איך בין דער "צענטער" און ער האט נאר 5 מענטשן.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 6:29 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
און געווענליך איז יענער בית המדרש און א בעיסמענט, און די סטיעם באמבערט וויל דער רבי/רבי'לע איז קאלט אפילו אינמיטן זומער.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 3:42 pm מיך רעגט (א סאך מאל) אויף ווען איינער שטייט פארנט פון ביהמ"ד שבת אינדערפריה ווען איך גיי אין שול און ער רופט מיך אריין זאגנדיג אז איך בין דער "צענטער" און ער האט נאר 5 מענטשן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פאר דעים איז דא אן עצה: זאל די רבי'לע אנטון זיין ברייטן פעלץ אין ביהמ"ד בשעת'ן דאווענען.
אנישט זאללן די חסידים צוזאמשטעללן די געלט אדער מאכן א קאמפיין צו קויפן פאר די רבי א נייעם פעלץ.
אנישט זאללן די חסידים צוזאמשטעללן די געלט אדער מאכן א קאמפיין צו קויפן פאר די רבי א נייעם פעלץ.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ענק ווייסן וואס ס׳רעגט מיך אויף, איך ווער אויפגערעגט ווען איך גיי אין גראסערי אין איך זעה דעם פארשאלטענעם פארשמייליגטען סעלף טשעק אוט, לא די אז איך דארף מיך אליינס משמש זיין ככהן גדול בלפני ולפנים, נאר דעם דעמן מאשין ארבעט קוים, איך קלאפ אויפן סקרין ואיננו דער שגץ רירט זיך נישט, קומט דער בהע״ב שרייען האלאו צוברעך נישט מיין מאשין (כאילו ס׳נאך נישט צובראכן) אז די קענסט נישט צו שטעלן נערמאלע מאשינס, שטעל נישט צי קיין מאשינס, איך גיי מיך מער נישט לאזן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הייליגע קוה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
האלו האלו, ס'איז דא גענוג מענטשן וואס האבן זיך ליב 'אליינס' מסדר צו זיין מיטן סעלף טשעק-אוט, ווי זיך באכלעפטשענען מיטן ערל דארט ביים רעדזשיסטער...הייליגע קוה האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 5:35 pm ענק ווייסן וואס ס׳רעגט מיך אויף, איך ווער אויפגערעגט ווען איך גיי אין גראסערי אין איך זעה דעם פארשאלטענעם פארשמיילחגטען סעלף טשעק אוט, לא די אז איך דארף מיל אליינס משמש זיין ככהן גדול בלפני ולפנים, נאר דעם דעמן מאשין ארבעט קוים, איך קלאפ אויפן סקרין ואיננו דער שגץ רערט זיך נישט, קום דער בהע״ב שרייען האלאו צוברעך נישט מיין מאשין (כאילו ס׳נאך נישט צובראכן) אז די קענסט נישט צו שטעלן נערמאלע מאשינס, שטעל נישט צי קיין מאשינס, איך גינ מיך מער נישט לאזן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 40
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:32 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
זיך באכלעפטשענען? מאן דכר שמי' דער טישל פארט פון זיך אליין דער קעשיר סקענט אריין די בארקאודס, און א צווייטער פאקט עס איין, אריין אינעם וואגן און ארויס פונעם געשעפט און א חוץ מנשק זיין דעם קרעדיט קארטל מיטן מאשין בלייבט גארנישט איבער פאר קליענט זיך צו באכלעפטשענעןצוויי האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 6:35 pmהאלו האלו, ס'איז דא גענוג מענטשן וואס האבן זיך ליב 'אליינס' מסדר צו זיין מיטן סעלף טשעק-אוט, ווי זיך באכלעפטשענען מיטן ערל דארט ביים רעדזשיסטער...הייליגע קוה האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 5:35 pm ענק ווייסן וואס ס׳רעגט מיך אויף, איך ווער אויפגערעגט ווען איך גיי אין גראסערי אין איך זעה דעם פארשאלטענעם פארשמיילחגטען סעלף טשעק אוט, לא די אז איך דארף מיל אליינס משמש זיין ככהן גדול בלפני ולפנים, נאר דעם דעמן מאשין ארבעט קוים, איך קלאפ אויפן סקרין ואיננו דער שגץ רערט זיך נישט, קום דער בהע״ב שרייען האלאו צוברעך נישט מיין מאשין (כאילו ס׳נאך נישט צובראכן) אז די קענסט נישט צו שטעלן נערמאלע מאשינס, שטעל נישט צי קיין מאשינס, איך גינ מיך מער נישט לאזן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 40
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:32 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיך רעגט דער וועלכער קומט עלעוו אזייגער אין שול און מאכט משוגע יעדעם, האסט שוין געדאווענט? ווילסט מיט דאווענען? האלאו ווילס שטארק דאווענען מיט מנין קום ניינע אזייגער וועסטו האבן מנין ברייט און בין איך שוין יא מסכים וועלן אייביג זיין צוויי שלעפערס וועלכע פאר סאם ריזן קענען זיי קיינמאל נישט זיך מיטכאפן מיטן עולם. נערווירענדיג!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיר רעגט אויף דער וואס קומט ביים זמן ער"ש אין מקוה אין יאגט ארויס די עולם פון שויער. האלאו, דארפסט וויכטיג א שויער? דאן קומט ביטע א שעה צוויי פאַרן זמן.
לא באתי לנצח (שולי)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2024 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פארוואס קומסטו אין א מנין נאך געלט מיט צוואנציגערס? קום מיט א פעקל איינסערס! איך בעהט טשענטש פון א נארישע פינווער און ער האט נישט, ער גייט ברענגען שפעטער. אדער יא אדער ניין.. דאס רעגט מיך אויף.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
הני מילי ווען ס'ארבעט גוט. און ועל כולם באקומט ער נאך א פסק אויך.צוויי האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 6:35 pmהאלו האלו, ס'איז דא גענוג מענטשן וואס האבן זיך ליב 'אליינס' מסדר צו זיין מיטן סעלף טשעק-אוט, ווי זיך באכלעפטשענען מיטן ערל דארט ביים רעדזשיסטער...הייליגע קוה האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 5:35 pm ענק ווייסן וואס ס׳רעגט מיך אויף, איך ווער אויפגערעגט ווען איך גיי אין גראסערי אין איך זעה דעם פארשאלטענעם פארשמיילחגטען סעלף טשעק אוט, לא די אז איך דארף מיל אליינס משמש זיין ככהן גדול בלפני ולפנים, נאר דעם דעמן מאשין ארבעט קוים, איך קלאפ אויפן סקרין ואיננו דער שגץ רערט זיך נישט, קום דער בהע״ב שרייען האלאו צוברעך נישט מיין מאשין (כאילו ס׳נאך נישט צובראכן) אז די קענסט נישט צו שטעלן נערמאלע מאשינס, שטעל נישט צי קיין מאשינס, איך גינ מיך מער נישט לאזן.
אין די גראסערי/סופערמארקעט וואו איך קויף איין זענען די סעלף טשעקאוט רעדזשיסטערס איינגעשטעלט זייער גוט. אויך איז אייביג דא אן ארבעטער וועלכער איז גרייט צו העלפן מיט סיי וואספארא פראבלעים מ'האט. לעומת ביי די געהעריגע רעדזשיסטערס איז אייביג דא א לאנגע שורה.