סיפורי צדיקים

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס דערמאנט פונעם רדב״ז וואס איך האב צוגעברענגט (סימן תתקפה/ח״ג סימן תקנה) איבער א גדול וואס האט נישט געוויינט אחר מות בנו ל״ע, אז דאס איז ״מדרך הפילוסופים האומרים כי זה העולם הכל הוא מעשה תעתועים״ ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: סיפורי צדיקים

שליחה דורך moody »

פונק די שבת געטראכט אז פון דעם וואס בני אהרן האבן נישט געמעגט מאבל ביום הקמת המשכן, און א נזיר און כה"ג טארן קיינמאל נישט, זעה מיר דאך אז די אלטימעט אמת איז אז עס איז נישטא וואס צו מאבל זיין, נאר מדארף נאר אנקומען צו דעם מדרגה.
איך גלייב אז דאס איז איינע פון די נושאים אין "נחמה פאר א צובראכענע אבל" אשכול, ס'איז אויף מיין ליסט.
ראדני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:01 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

Re: סיפורי צדיקים

שליחה דורך ראדני »

אלבערט איינשטיין האט אמאל פארן גיין ארבעטען האט עים ס׳ווייב געבעטען אז ער זאל זיך מסדר זיין אביסל (כידוע איז ער געוועהן א שלאך הגדול), האט ער איר גע׳ענטפערט אז יעדער קען מיך סייווי.
אן אנדרעס מאל פאר ער איז געגאנגען אויפטרעטן ערגעץ האט עים ס׳ווייב נאכאמאל געבעטען אז ער זאל זיך מסדר זיין, האט ער איר גע-ענטפערט אז קיינער קען מיך סייווי נישט.
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

Re: סיפורי צדיקים

שליחה דורך נפה »

moody האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:08 pm פונק די שבת געטראכט אז פון דעם וואס בני אהרן האבן נישט געמעגט מאבל ביום הקמת המשכן, און א נזיר און כה"ג טארן קיינמאל נישט, זעה מיר דאך אז די אלטימעט אמת איז אז עס איז נישטא וואס צו מאבל זיין, נאר מדארף נאר אנקומען צו דעם מדרגה.
איך גלייב אז דאס איז איינע פון די נושאים אין "נחמה פאר א צובראכענע אבל" אשכול, ס'איז אויף מיין ליסט.
בעצם זעט מען נישט אן איסור אבילות פאר א כה גדול און א נזיר נאר אן איסור טומאה, (ביי די בני אהרן זעט מען יא, אבער דארט איז געווען אינמיטן די חנוכת הבית אזוי ווי רש" ברענגט "אבל אתם אל תערבבו שמחתו של מקום" אדרבא עס איז דא דארט א חיוב אבילות פאר גאנץ כלל ישראל), די חינוך ברענגט אבער יא די אזא מין טעם ביי א נזיר און ביי א כה"ג,
עס קען זיין אז עס גייט לשטתם אזוי ווי דער חינוך איז מסביר אבילות אין מצוה רסג אלס דרכיה דרכי נועם און דער רבוש"ע האט נישט געוואלט מצער זיין מענטשן, עי"ש,
משא"כ דער רמב"ן איז דארט מסביר אז די צער אויף א מת איז א חלק פון עבודת השם און אויב מען איז זיך נישט מצטער איז מען מורד אין כביכול'ס הנהגה.
פארשפארט