ביאלאגיע – דאס וואונדער פון באשעפענישן

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

ביאלאגיע – דאס וואונדער פון באשעפענישן

שליחה דורך דיכטער »

צווישן די קארידארן דא אין דעם שטיבל באהאלטן זיך אומשאצבארע אוצרות פון שריפטן און ארטיקלען וואס ווי מער איך זוך און נישטער זע איך אלס מער איין, אז עס האנדלט זיך דא פון אן אומענדליכע קוואל און אומאויפהערליכע שטראם פון ווערדפולע אינפארמאציע וועלכע איז אהערגעשטעלט געווארן מיט די גוטהארציגקייט פון א הייפעלע וואוילטעטיגע שרייבער.

איך האב געזען אז אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער דאס וואונדער פון די לעבעדיגע באשעפענישן, ווי יידל האט באשריבן DNA און נאך. אבער דאך האב איך נישט געפונען איין אשכול וועלכע באציט זיך צו דאס וואונדער פון ביאלאגיע אין אלגעמיין. דעריבער, פאנג איך אן דעם שטרענגל (געהענגל) מיט האפענונג אז עס זאל זיין - והגפנים סמדר נתנו ריח.

***
פון די גרעסטע וואונדער אין דעם אומענדליכן וועלט איז אן קיין צווייפל דאס וואונדער פון לעבן. עס איז העכסט שטוינענד און פארגאפענד זיך צו באקענען פון דער נאנט מיט דער אומגעהויערע טיפע קאמפלעקציטעט וועלכע שטעלט צוזאם דער זאך וועלכע מיר רופן לעבן.

דער וועלט פון ביאלאגיע איז ריזיג גרויס. יעדן טאג ווערן אנטפלעקט פילע נייע און אינטערעסאנטע באשעפענישן פון וועלכע מען האט קיינמאל נישט געוואוסט איבער זייער עקזיסטענץ צו זאגן. פון דער אנדערע זייט זענען פארהאן פיל באשעפענישן און געוואוקסן וועלכע זענען געווען פאר יעדעם באקאנט און פארשפרייט איבער גרויסער לענדער אבער זענען היינט צו טאגס, אין א שטענדיגע געפאר פון אונטערגאנג.

דורכאויס די לאנגע יארן האט זיך די דעמאגראפיע פון די באשעפענישן שטענדיג געביטן. יעדער עפאכע האט זיך געהאט זיין דאמינירענדע באשעפעניש וועלכע האט זיך פארמערט אויפן וועלט און ווען עס איז געקומען זיין צייט צו גיין האט ער פריי געמאכט דאס ארט פאר זיין נאכפאלגער. א בחינה פון תעלא בעידניה סגיד ליה. די באשעפענישן וועלכע האבן געהאט דער מעגליכקייט זיך צו אדאפטירן צו דער שטענדיג-טוישענדע פלאנעט האבן באוויזן זיך צו האלטן און אנדערע זענען פארניכטעט געווארן איבערלאזענדיג בלויז צייכענעס פון א ווייטער פארגאנגענהייט פון א רייכע שפרודלדיג לעבן.

וואס איז דאס ביאלאגיע?

ביאָ וועלכע באדייט אין לאטיניש בלוט און לאגיע וועלכע טייטשט חכמה, מיינט די חכמה פון די לעבעדיגע.

דער וועלט איז איינגעטיילט אין פיר קאטעגאריעס, דומם צומח חי און מדבר. כאטש וואס עס איז אמת פון א געזעלשאפטליכע פערספעקטיוו איז עס נישט ממש אזוי קלאר פון א וויסנשאפטליכע קוק ווינקל. ווארום, אין דער וויסנשאפטליכע וועלט איז עס איינגעטיילט בעיקר אין צוויי: מאלעקיואלן וועלכע לעבן און מאלעקיואלן וועלכע זענען נישט לעבעדיג.

וואס מיינט אז עפעס לעבט?

אין דער וויסנשאפטליכע וועלט, כדי צו אנגעבן אז עפעס לעבט דארף ער נאכקומען דריי הויפט באדינגונגען:
1 ער זאל האבן דער מעגליכקייט צו רעאגירן צו זיין ארום.
2 ער זאל קענען וואקסן און נוצן ענערגיע.
3 ער האט דער פאטענציאל פון זיך פרוכטבארן.

עס זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען צווישן די וויסנשאפטלער איבער די הויפט תנאים צו דעפינירן לעבן און צי פארשידענע סארטן עלעמענטן וועלכע זיצן ביים גרעניץ אויב זיי זענען לעבעדיג צי נישט, אבער דאס איז נישט אזוי ווייט נוגע פאר דער אלגעמיינע טערמין וועלכע עס ווערט געגעבן פאר די מערהייט פון באשעפענישן צו וועלכע מיר באציען זיך, אלס לעבעדיג.

אלעס אין דער וועלט איז געמאכט פון אטאמען, ווי שוין אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות דא אינעם שטיבל. אויפן שפיץ גאפל: אן אטאם איז דער קלענסטער איינהייט פון יעדער פיזישע קעגנשטאנד. אין דער גאנצע ריזיגע עקזיסטירענדע, אוניווערס, זענען בלויזן פארהאן אומגעפער 118 סארטן אטאמען. ווען פארשידענע אטאמען פארבינדן זיך צוזאמען, שאפן זיי א גרעסערע קעגנשטאנד וועלכע רופט זיך א מאלעקיולע. די מאלעקיועלן פון זאכן וואס לעבן נישט, ווי למשל שטיינער, וואסער, זאמד, אייזן און פארשידענע גאזן, האבן נישט דער מעגליכקייט צו ווירקן אויף זייער ארטייל. זיי ווערן געפירט בלויז דורך דער קראפט וועלכע הערשט איבער זיי אויף דער מינוט. א שטיין וועט נאר טוישן זיי פארעם טאמער וועלן די באדינגונגען ארום איהם זיך טוישן. צום ביישפיל, עס וועט ווערן אנגעהייצט אדער עפעס פון אינדרויסן וועט טוישן זיין לאקאציע. אנדערש איז אבער מיט לעבעדיגע מאלעקיועלן, זיי האבן דער מעגליכקייט צו פאבריצירן ענערגיע און עס נוצן אויף צו טוישן זייער פארעם אדער פארדייען אנדערע מאלעקיועלן און איבערבייטן זייער מאלעקיועלע צוזאמשטעל.

יעדע לעבעדיגע באשעפעניש אויף דעם פלאנעט, פון דעם קליינעם שפין וואס קריכט ביים ווינקל אין שטוב, ביזן גרעסטן וואל פיש וועלכע שווימט אינעם ים, זענען אלע געמאכט דורך דער עלעמענט וועלכע רופט זיך קארבן. קארבן איז אן אייגענארטיגע אטאם מיט פארשידענע אייגענשאפטן וועלכע געבן איהם די ריכטיגע קאנדידאטור אויף צו זיין דער באזע פון לעבן.

פון דעם רויען עלעמענט ווערן געמאכט פיר הויפט מאלעקיועלן וועלכע זענען ווי די פיר בוכשטאבן צו שרייבן דער DNA. אלע באשעפענישן נוצן די זעלבע פיר מאלעקיועלן אויף צו צוזאמענשטעלן זייערע DNA און געוואנדן אין דער וועג וויאזוי זיי זענען צוזאמענגעשטעלט, וועלן ארויסקומען, אדער זאפטיגע מאראנצן אדער האריגע פעל.

די DNA מאלעקיועלן ליגן אין א באשטימטע פלאץ פון וואו זיי פראדוצירן די פונקטליכע פראטיענס וועלכע עס פעלן זיך אויס. פראטיענס, זענען שוין טיף קאמפיליצירטע מאלעקיועלן וועלכע די DNA האט צוזאמען געשטעלט. די פראטיענס פארמירן א צעל, דער צעל איז דער קלעסטער איינהייט פון סיי וועלכע טישיו אינעם קערפער. א טישיו איז א צוזאמשטעל פון פיל פיל פון די זעלבע צעלן ווי למשל דער הארץ וועלכע איז געמאכט פון ביליאנען קליינע צעלן וועלכע צוזאמען, פארמירן זיי דער הארץ. דער זעלבע איז מיט סיי וועלכע ארגאן אינעם קערפער און לויט וויאזוי יעדע איינציגע צעל איז אויסגעשטעלט, אזוי וועלן זיי אינאיינעם פארמירן דער גרויסער ארגאן וועלכע זיי שטעלן צוזאם.

אינעם קומענדיגן קאפיטל האפן מיר זיך צו באקאנט מאכן מיט דער אינטערעסאנטע חכמה פון טעקסאנאמיע. דאס איז וויאזוי באשעפענישן ווערן גרופירט און קאטאגאריזירט אין פאמילעס און סובפאמיליעס דורך זייערע אייגענארטיגע כאראקטעריסטיקס און אייגענשאפטן און מיט וואס יעדער איינער פון זיי איז אנדערש פונעם אנדערן.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך סובסקרייב מיך פאר דעם אשכול, ס'קוקט אויס גאר אינטערסאנט!

בעצם בין איך א חסיד פון אלע דיינע שרייבונגען סאו נעם דעם קאמפלימענט פאר אלע דיינע ארטיקלען, דא האב איך געשפירט אז איך מוז מיך אנרופן ווייל קיינער האט עס נישט געטון, ס'איז גאר גוט און אינטערסאנט, קיפ איט קאמינג!
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

טאקסאנאמיע: ארדענונג אינערהאלב כאַאָס

שליחה דורך דיכטער »

עס זענען פארהאן צו טאגס איבער דריי מיליאן מינים פון באשעפענישן וועלכע זענען באוואוסט פאר סיענטיסטן און דער ליסטע וואקסט מיט יעדער פארבייגייענדע טאג. עס ווערט געשאצט אז דער ציפער פון סארטן באשעפענישן גרייכן פיל איבער צען מיליאן. דער ציפער איז נישט וויפיל באשעפענישן עס לעבן נאר וויפיל 'סארטן' באשעפענישן עס לעבן, פון יעדער סארט זענען פארהאן אן א צאל באשעפענישן וועלכע געהערן צו דעם מין.

כדי צו מאכן עטוואס סדר אין א וועלט פון אזא גרויסע פלוס פון פארשידענארטיגע פארעמען פון לעבן, האבן וויסנשאפטלער דורכאויס די יארן און איבערהויפט אין די לעצטער פאר הונדערט יאר, געשאפט א מעטאד וויאזוי צו קלאסיפיצירן די באשעפענישן און אנטיילן אין קאטעגאריעס לויט זייערע כאראקטאר, אייגענארטיגקייט און ענליכקייט צו אנדערע באשעפענישן.

איינער פון די הויפט פיאנערן אין דעם פעלד פון טאקסאנאמיע, איז דער ברומטער שוועדישע זואלאג, קארל לעניליוס וועלכע האט געלעבט אין דער ערשטע האלב פון דעם אכצנטן יאר-הונדערט. (צווישן די יארן 1707 – 1778) ער האט געשאפט א נייע וועג פון קלאסיפיצירן און ארדינירן די באשעפענישן וועלכע זענען געווען באקאנט פאר איהם, דורך אבזערווירן זייערע נאטורן און אייגנשאפטן און זיי פארגלייכן מיט אנדערע חיות.
זיין קלאסיפיקאציע איז דער פונדאמענט פון דער היינטיגער ביאלאגישע טאקאסאנמיע. ער האט אויך געטוישט דער וועג וויאזוי וויסנשאפטלער פלעגן געבן נעמען פאר באשעפענישן, דורכן איינפירן זיין בינאָמיאַל סיסטעם וועלכע געבט א צוויי-ווערטער נאמען פאר דעם באשעפעניש אין לאטיניש.

דער מערסט-איינפאכע און פרימיטיווסטע באשעפעניש איז גענוג קאמפליצירט און פארגעשריטן באגייסטערט צו ווערן דערפון. אין פאקט האט מען אמאל געמיינט אז עס זענען פארהאן באשעפענישן וועלכע קענען ארויסשפראצן פון בלאטע געבענדיג די ריכטיגע באדינגונגען און דאס איז אנגעבליך געווען דער אורזאך צו ווערים און אנדערע שמוציגע קריכעדיגע אנשיקענישן, א זאך וואס ווערט היינט אנגעקוקט קאמיש אומבעסטן. יעדער זאך וואס לעבט, מוז קומען פון א זאך וואס לעבט פאר איהם. דער פראנצויזישע כעמיקער און ביאלאג, לאי פעסטער האט דאס באשטעטיגט דורך אן עקפערימענט וועלכע ער האט דורכגעפירט אויף באקטעריע.

די סאמע ערשטע קאטעגאריע וועלכע נעמט אריין אין זיך אלע לעבעדיגע באשעפענישן צוזאמען, ווערט אנגערופן דאמעין.

עס זענען הויפטזעכערליך, פארהאן דריי סארטן פארעמען פון לעבן וועלכע גייען אריין אין דער קאטעגאריע גערופן: דאמעין.
איינס ווערט אנגערופן באקטעריע, דער פארעם איז דאס מערסע פארשפרייט צווישן אלע אנדערע באשעפענישן.
דער צווייטע, אַרקעיע, א פארם וועלכע ענדלט צו באקטעריע.
און דער דריטע, אייקאַריאָטא און וועלכע עס גייען אריין אלע אנדערע פארמען פון לעבן, ווי געוואוקסן, שוואמען און אלע חיות וואס מיר קענען און ליבן.

מיר קענען לעבן אלס א זאך וואס מיר זען און בייוואוינען מיט אונזערע חושים אבער דער אמת איז אז דער גרעסטער פראצענט פון לעבעדיגע באשעפענישן אויף דעם וועלט זענען קליין, צו קליין אז מיר זאלן זיך באקענען מיט זיי אן די ריכטיגע געצייג. דאס זענען די מיקראסקאפישע באשעפענישן. דער פעלד נעמט אריין אין זיך א רוזיגע אויסוואל פון אומצאליגע סארטן קריכעדיגער וועלכע קומען אין פיל סארטן פארעמען און מאסן. פון אזעלכע וואס זענען א האלבע מילימעטער אין גרויסקייט ביז אזעלכע וואס זענען אינגאנצן א צענטל פון א מיקראמעטער (א מיקראמעטער איז א טויזענסטל פון א מילימעטער).

ווען פיצעלע צעלן פארמירן צוזאמען א לעבעדיגע זאך ווערט דער זאך אנגערופן אן אָרגאַניזם. אן ארגאניזם קען זיין אזוי קליין ווי עטליכע פאר צעלן וועלכע ארבעטן צוזאמען ביז אזוי גרויס ווי אונז מענטשן וואס זענען צומאגעשטעלט פון טריליאנען פארשידענע צעלן.

דער וועלט פון מיקרא-ארגאניזמס איז פול מיט ארגאניזמס וועלכע מיר קענען נישט אויפכאפן מיטן נאקעדיגן אויג און שפורדלט און ווירבלט מיט לעבן און ווירטשאפט פול ווייטער פון וואס מיר קענען זיך פארשטעלן. די פיצעלע באשעפענישן, כאטש וואס זיי זענען דורכאויס דאס מערסטע פונעם מענטשליכן געשיכטע געווען פארהוילן פון אונז, פארנעמען זיי אבער נישט קיין קלענערע טייל אינעם געשיכטע פון לעבן און אין אירע פולע וואונדער און געהיימניסן.

א געווענליכע צעל פון א לעבעדיגע זאך פארמאגט צווישן אנדערע קאמפליצירטע באשטאנדענטיילן, א קערל אדער ווי עס רופט זיך, א נוקליעס, וואס דאס איז ווי דער קערל פונעם צעל. אין דעם נוקליעס ליגן די DNA מאליקואלן וועלכע ענטהאלטן די גענעטישע אינפארמאציע איבער דעם צעל און ווען דער צעל צעטיילט זיך אין א פראצעדור גערופן מיטאסיס, וואס דאס איז א פראצעדור וואס יעדער לעבעדיגע צעל גייט נאטירליך אריבער ווען עס פארמערט זיך, וועט דער קערל צום ערשט זיך טאפלען און דערפון וועט ווערן א נייע זעלבסטשטענדיגע צעל. באקטעריע פון דער אנדערע זייט, פארמאגן נישט א נוקליעס און זייערע גענעטישע אינפארמאציע ליגט אין רינגען, לויזערהייט אינעם צעל. דער זעלבע איז מיט ארקעיא וועלכע פארמאגט אויך נישט קיין נוקליעס.

דער ערשטע טיילונג און דער וועלט פון די לעבעדיגע איז צווישן די צעלן וועלכע פארמאגן נישט קיין נוקליעס אינעם צעל, זיי ווערן אנגערופן פראָקאַריאָטע און פון דער אנדערע זייט, צעלן וועלכע האבן אין זיי א נוקליעס, זיי זענען, ווי שוין פריער דערמאנט, אֵייקַאריאָטע. אלע וואס פאררופן זיך לעבעדיג, גייען אריין אין איינער פון די דריי קאטעגאריעס אינעם דאמעין פון לעבן. ביז נישט לאנג צוריק זענען באקטעריע און ארקעיע, געלייגט געווארן אונטער איין נאמען, אבער אזוי ווי עס זענען פארהאן פונדאמענטאלע פארשידנהייטן צווישן זיי, זענען זיי צעטיילט געווארן אין עקסטערע דאמעינס.

דער צווייטע קאטעגאריע ווערט גערופן קעניגרייך - אין ענגליש קינגדאם. עס קומען ארויס פונעם דאמעין אייקאריאטע, בעיקר פיר קעניגרייכן, פון וועלכע עס שטרענגעלען זיך ארויס אומצאליגע צווייגן.

די פיר עיקר קעניגרייכן וועלכע געהערן צו דעם דאמעין אייקאריאטא, זענען:
די געוואוקסן, דאס נעמט אריין אין זיך אלע סארטן ביימער און גראזן, למיניהם.
דער צווייטער איז פאנגיי, דאס נעמט אריין אין זיך אלע סארטן שוואמען, זאצן, הייוון און שימל.
דער דריטער, אלדזשי, דאס אנטהאלט אין זיך אלע סארטן געוואוקסן וועלכע שפראצן אין וואסערן.
און דער פערטע איז אנימאליא, אין אידיש: די חיות. דאס נעמט אריין אלע סארטן באשעפענישן צו וועלכע מיר באציען זיך אלס חיות.

דער חיות קעניגרייך ווערט צעטיילט און צענדליגע טויזענטע שטאמען,
פון וועלכע עס קומען ארויס טויזענטע קלאסן,
וועלכע ווערן ווייטער צעטיילט אין אייגענע ארדענונגען,
פון דארטן צעטיילט זיך עס ווייטער אויף פאמיליעס,
אין יעדער פאמיליע געפינען זיך עטליכע סארטן, גערופן גענוס,
אין יעדער גענוס געפינען זיך פילע מינים. דאס איז דער מערסטע ספעציפיש וואס א באשעפעניש ווערט קלאסיפיצירט.

איינער פון די גרויסע דורכברוכן אין דעם וועלט פון ביאלאגיע וועלכע לעניליוס האט געשאפט מיט זיין נייע ארגאניזירונג, איז געווען אז ער האט קלאסיפיצירט דעם מענטש צווישן אלע באשעפענישן, א זאך וואס האט געשאפט א קאנטראווערסיע צווישן די רעליגיעזע געמיינדעס אין זיין צייט. נעם אין אכט אז דאס איז געווען איבער הונדערט יאר איידער טשארלס דארווין איז ארויסגעקומען מיט זיין בוך איבער עוואלוציע.

איז וואו טאקע געפינען מיר זיך אויפן בוים פון לעבן? אט האט איר:
מיר זענען אינעם דאמעין - אייקאריאטא
אינעם קעניגרייך - אנימאליע
אינעם שטאם (אין אנגליש: Phylum) גערופן - קאָרדאַטע. דאס נעמט אריין אלע סארטן קאמפליצירטע חיות, אריינגערעכנט אלע סארטן שרצים און פיש.
אינעם קלאס - מאמאליע, דערמיט וואס מיר געבן בורט צו גאנצע קינדער אנדערש ווי די עופות וועלכע לייגן אייער און מיר זייגן מילך.
אינעם ארדענונג - פרימעטן, דאס נעמט אריין אין זיך אלע סארטן מאלפעס. (דער ארדענונג איז נישט ווייט פונעם ארדענונג פון וואו די מאקאשן און מייזן שטאמען)
אין דער פאמיליע - האמינידי. אין דער פאמיליע ציילן זיך די גרויסע אַפען, די גארילעס און שימפאנזיעס.
אינעם גענוס - האמאנויד, אין וועלכע מיר זענען דער איינציגסטער מין, גערופן - האמא-סאפיען, אין אידיש: דער קלוגער מענטש.

ומותר האדם מן הבהמה אין כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

בלאַסטוּלא - די ערשטע שטאפלען צום לעבן

שליחה דורך דיכטער »

פון דעם בוים פון לעבעדיגע באשעפענישן, גערופן: אנימיליע, קומען ארויס פארשידענע שטאמען. איינס פון זיי, גערופן: בילאַטעריע - וועלכע נעמט אין זיך אריין אלע חיות מיט א סימעטרישע קערפער - צעטיילט זיך אין צוויי קאטעגאריעס, מיר וועלן פרובירן זיך צו באקענען מיט זיי, אין די פאלגענדע שורות.

צום ערשט, וואס איז דאס א סימעטרישע קערפער?

סימעטריע איז אן אייגענשאפט וועלכע א פארעם קען נעמען דאס איז ווען דער פארעם קען ווערן צעטיילט אויף א געוויסע וועג און ביידע טיילן וועלן האבן דעם זעלבן פארעם. ווי למשל א בלעטעל וואס די צוויי זייטן פונעם בלעטעל שפיגלען זיך אפ און זעען אויס דער זעלבע. דאס מערהייט פון באשעפענישן וואס מיר קענען, פארמאגן א צוויי-זייטיגע סימעטריע, דאס הייסט אז אויסערליך, קוקט דער קערפער אויס אייניג פון ביידע זייטן אויפן לענג, יעדער זייט האט איין פוס, איין האנט, איין אויג און א האלבע פון דער נאז און מויל וואס טרעפן זיך צוזאם אינעם צענטער.

בילאטעריע צעטיילט זיך ווייטער אין צו הויפט קאטעגאריעס.
די צוויי אפצווייגן אין בילאטעריע זענען איינס פראָטאָסטאָמיע און דער צווייטער דוּטעראָסטאָמיע.

דער אפצווייג פראטא-סטאמיע וואס טייטשט פראטא-ערשט, סטאמיע-מויל, נעמט אריין אלע באשעפענישן וועלכע אנטוויקלען אינעם עמבריאָנאַלע שטאפל פון זייער לעבן (די ערשטע פאזעס אינעם עיבור), צום ערשט דער עפענונג פון וועלכע זיי נעמען אריין שפייז און דערנאך דער עפענונג פונעם ארויסגאנג. דער אפצווייג דוטעראסטאמיע, ענטהאלט אלע באשעפענישן וואס צום ערשט ווערט ערצייגט דער עפענונ פון די געדערים און נאר שפעטער דאס מויל.

און יעצט שטייטעליך.

אלע באשעפענישן ווערן באשאפן פון איין צעל וועלכע אין מערסטע פעלער קומט צושטאנד נאכדעם וואס דער קערל אינוואדירט דער אוועריע און דערמיט פארמירט זיך א נייע סעט פון DNA. דער איינצעלע צעל וועלכע האט זיך נארוואס פארמירט וואס דערפון, וועט עווענטועל ארויסקומען א גאנצע לעבעדיגע באשעפעניש, ווערט אנגעריפן א זיגאָטאַ (Zygote).

נאכדעם וואס דער איין צעל האט זיך פארמירט, וועט זיך עס אנהייבן צו אנטוויקלען און עס וועט זיך צעטיילן אין צוויי און די צוויי וועלן זיך צעטיילן אין צוויי און אזוי ווייטער ביז עס וועט זיך פארמירן א גרופע פון צוויי אין דרייסיג צעלן, דאס הייסט אז דער צעל וועט זיך צעטיילן און טאפלען פונף מאל. נאכדעם וואס עס האט זיך פארמירט א גרופע פון צוויי און דרייסיג צעלן, פאסירט א ווואנדערליכע זאך, דער גרופע צעלן וועלן זיך אפשיידן און פארמירן דריי באזונדערע שיכטן. די דריי שיכטן וועלן זיך פארמירן ווי א טאבע (באל) דער אינערווייניגסטע, איין שיכט וואס איז ארום איהם און א שיכט העכער דעם פון אינדרויסן. און א הוילקייט אינערווייניג. דער טאבע ווערט אנגערופן בלאַסטאָסיס (blastocyst). פאר דעם זיגאטע צו ווערן א פערטיגע בלאסטאסיס, נעמט בערך פונף צו זעקס טעג.

פון דאן וועט דער איינפאכע מיקראסקאפישע טייגל, אנהייבן זיך צו קנעטן און וועלגערן ביז ווען עס וועט באקומען דער צורה פון א לעבעדיגע באשעפעניש, אין א העכסט וואונדערליכע פראצעדור.
דער גרופע פון צעלן וועלן אנפאנגען זיך צו פארעמען אין א לענגליכע רער מיט א הוילקייט פון אינערווייניג און דא קען דער באשאפעניש אנפאנגען צו נעמען צוויי אנדערע ריכטונגען געוואנדן אין דעם מין פון וועלכע דער באשעפעניש שטאמט. דער רער פאנגט זיך אן צו אויסלענגליכן פארמירנדיג א הוילקייט וועלכע דינט אלס דער אינערווייניגסטע טייל פונעם באשעפעניש פון זיין מויל ביז דער עפענונג פון די געדערים.
דער עמבריאן וועלכע זיין ערשטע לאך וועלכע האט זיך פארמירט, וועט זיין דער מויל און דער צווייטע עפענונג וועט זיך ענדגילטיג אנטוויקלען צו דער עפענונג פון די געדערים, ווערט אנגערופן פראטא-סטאמיע, פראטא - פריער סטאמיע - מויל. די באשעפענישן וועלכע דער ערשטע לאך וועט זיין דער געדערים עפענונג, וואס דינט אויף ארויסצושיקן אפפאל, און דער צווייטע לאך וועט שפעטער זיין דער מויל, ווערן גערופן דוטערא-סטאמיע.

דער שאטם קאָרדאַטאַ וועלכע אנטהאלט אלע באשעפענישן מיט אן אינערליכע ביין געבוי אריינגערעכענט דעם מענטש, געהערט צו דער צווייטע גרופע - דוטעראסטאמיע.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

פון די ביאלאגיע טעקסטבוך פון דר. סילוויאַ מעידער:
IMG_5871.jpeg
צום סוף איז די בּלאַסטאָסיסט. (ועיין באשכול זו.)

די חילוקים צווישן פּראָטאָסטאָמס און דוּטעראָסטאָמס:
IMG_5873.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: ביאלאגיע – דאס וואונדער פון באשעפענישן

שליחה דורך דיכטער »

ש'כח @מי אני פאר דער רעפערענס. נאך נישט געהערט פןן דעם בוך, עס שיינט צו זיין זייער אינטערעסאנט.

אז מ'רעדט שוין, איינער פון די אינטערעסאנטע חילוקים צווישן protostome און deuterostome איז, אזוי ווי מען זעט אין דאס בילד, אז אינעם ערשטער זענען די צעלן שוין באשלאסן (determinate) און זיי האבן שוין, יעדער איינער, זיין באזונדערע תפקיד. ווידעראום אינעם שפעטערע, ווערן די צעלן אפגעזונדערט נאר אין די שפעטערע פאזעס. דאס הייסט אז יעדער צעל אינעם בלאסטאסיס האט דער פאטענציאל ארויסצוואוואקסן אין סיי וועלכע טייל פונעם קערפער און טאמער איין צעל ווערט אוועקגענומען וועט עס גרינג ערזעצט ווערן דורך די איבעריגע צעלן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ערשט יעצט אנגעקומען צו לייענען די אשכול.
ממש גאונות! איך דערקוויק זיך...!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

די באשטימונג פון דאס געשלעכט

שליחה דורך דיכטער »

דער פרשה די וואך פאנגט זיך אן אשה כי תזריע וילדה זכר, וואו עס ווערן פארגעלייגט די הלכות פון א פרוי וואס האט א קינד. ווי פאסיג איז דער צייט דורכצוטוהן וויאזוי די באשטימונג פון דאס געשלעכט גייט צו אין דער צייט פון שוואנגערשאפט. נעמליך, וואס באשטומט וואס דער עוּבּר גייט זיין, צו דען גייט ער ארויסקומען א זכר אדער א נקבה.

דאס איבערוועגענדע מערהייט פון די באשעפענישן וועלכע מיר באגעגענען אויפן וועלט, מערט זיך געשלעכטליך, דאס הייסט אז עס זענען פארהאן צוויי סארטן פון דער זעלבע באשעפעניש, איינס א זכר און איינס א נקבה און דורך דעם וואס די צוויי ביישטייערן, יעדער איינער א סעט פון זיין גענעטישע צוזאמשטעל, פארמירט זיך א נייע גענעראציע פון דער באשעפעניש.
וואס איז אבער העכסט וואונדערליך און אינטערעסאנט איז אז די מעטאדן און מעכאניזמס וויאזוי באשעפענישן מערן זיך, זענען פארשידנארטיג און פולצאליג. פאלגענד זענען די פאר הויפט וועגן וויאזוי געשלעכטליכע רעפראדוקציע גייט צו צווישן די באשעפענישן.

ביי מענטשן אזוי ביי אלע וועלכע געהערן צו דעם מאמליע קלאס, זענען פארהאן צוויי אנדערע כראָמאָזאָמען וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף דאס געשלעכט פון דער באשעפעניש. איינס ווערט אנגערופן איקס (X) און איינס וויי (Y). דער זכר פארמאגט איין איקס און איין וויי אין זיינע צעלן, ווידעראם די נקבה פארמאגט צוויי פונעם איקס אין אירע צעלן.

א שנעלער איבערזיכט אויף גענעטיקס
א מענטש איז גענעטיש צוזאמגעשטעלט פון 23 פּאָר כראמאזאמען, (די כראמאזאמען ענטהאלטן די גענעטישע אינפארמאציע אין פארעם פון DNA) יעדער פּאָר באשטייט פון צוויי, איינס האט ער איבערגענומען פון זיין טאטע און איינס קומט פון זיין מאמע. אין דער פראצעדור פון רעפראדוקציע ווערן די כראמאזאמען אין יעדער סעט אפגעטיילט און דאן ווערן זיי נאכגעמאכט מיט א פונקטליכקייט און נאכדעם ווערן זיי צוריק פאראייניגט. אזויווי יעדער גענעטישע אינפארמאציע איז געדאפלט וועט דער גוף בלויז נוצן דער דאמינירנדע גען פון יעדער סעט. דאס הייסט דער גען וואס איז שטערקער און מער איינפלוסרייך פון צווישן דער פּאָר.

דער פראצעדור פון רעפראדוקציע
אין דער צייט וואס די כראמאזאמען ווערן אפגעטיילט און נאכגעמאכט אויף צו נוצן פאר רעפראדוקציע, וועט נאר איינער פון די צוויי כראמאזאמען אינעם סעט ווערן גענוצט אויף צו איבערמאכן די גענעטישע אינפארמאציע און אזוי ארום פארמירן דער קערל וועלכע איז געאייגנט פאר רעפראדוקציע. וועלכע כראמאזאם פון דער סעט עס וועט זיין, ווערט באשטומט אויף א צופעליגע שטייגער, אמאל איז עס דער כראמאזאם וועלכע ער האט גע׳ירש׳נט פון זיין טאטע און אמאל דער אנדערע וועלכע ער האט באקומען פון זיין מאמע.

ווען דער רעפראדוקציע צעל ווערט געשאפן, טאמער דער קערל צעל, דאס איז דער צעל וואס דער מאן ביישטייערט, איז געמאכט פון א וויי כראמאזאם, דאן וועט דאס קינד וואס וועט ארויסקומען פון דעם, זיין א זכר. דער צעל וועלכע דער ווייב ביישטייערט פאר רעפראדוקציע, וועט אייביג פארמאגן בלויז אן איקס כראמאזאם, פשוט ווייל זי, אלס א נקבה, פארמאגט איבערהויפט נישט קיין וויי כראמאזאם.

ביי עופות, א שטייגער ווי פייגעלעך און הינער, ארבעט עס פונקט פארקערט. דער זכר איז דער וואס האט בלויז איין סארט כראמאזאם און דער נקבה האט צוויי אנדערע סארטן.

בינען און אזוי אויך אנדערע ענליכע באשעפענישן ארבעטן אויף אן אנדערע שטייגער.
דער קעניגן בין זאמלט זיך אן קערעליך פון זכרים און ווען זי לייגט אייער קען זי אליין באשלוסן, טאמער וועט זי איינזייען אירע אייער מיט די קערעליך, וועלן ארויסקומען פון זיי ארבייטער בינען אדער אפילו א נייע קעניגן, אבער טאמער לאזט זי די אייער זיך אנטוויקלען אליין, וועלן ארויסקומען פון זיי זכרים. אזוי ארום קען זי מאניפולירן דעם בין שטאק און האלטן דער באלאנס פון דער באפעלקערונג לויט די אומשטענדן.

(איך האב פראבירט צו האלטן דעם ארטיקל ווי מער מלפני-הפרגוד׳דיג געשטומט, טאמער איז עס פארט נישט לויט דער סטאנדארט, ביטע אויפמערקזאם מאכן.)
פארשפארט