ביאלאגיע – דאס וואונדער פון באשעפענישן

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1521 מאל

ביאלאגיע – דאס וואונדער פון באשעפענישן

שליחה דורך דיכטער »

צווישן די קארידארן דא אין דעם שטיבל באהאלטן זיך אומשאצבארע אוצרות פון שריפטן און ארטיקלען וואס ווי מער איך זוך און נישטער זע איך אלס מער איין, אז עס האנדלט זיך דא פון אן אומענדליכע קוואל און אומאויפהערליכע שטראם פון ווערדפולע אינפארמאציע וועלכע איז אהערגעשטעלט געווארן מיט די גוטהארציגקייט פון א הייפעלע וואוילטעטיגע שרייבער.

איך האב געזען אז אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער דאס וואונדער פון די לעבעדיגע באשעפענישן, ווי יידל האט באשריבן DNA און נאך. אבער דאך האב איך נישט געפונען איין אשכול וועלכע באציט זיך צו דאס וואונדער פון ביאלאגיע אין אלגעמיין. דעריבער, פאנג איך אן דעם שטרענגל (געהענגל) מיט האפענונג אז עס זאל זיין - והגפנים סמדר נתנו ריח.

***
פון די גרעסטע וואונדער אין דעם אומענדליכן וועלט איז אן קיין צווייפל דאס וואונדער פון לעבן. עס איז העכסט שטוינענד און פארגאפענד זיך צו באקענען פון דער נאנט מיט דער אומגעהויערע טיפע קאמפלעקציטעט וועלכע שטעלט צוזאם דער זאך וועלכע מיר רופן לעבן.

דער וועלט פון ביאלאגיע איז ריזיג גרויס. יעדן טאג ווערן אנטפלעקט פילע נייע און אינטערעסאנטע באשעפענישן פון וועלכע מען האט קיינמאל נישט געוואוסט איבער זייער עקזיסטענץ צו זאגן. פון דער אנדערע זייט זענען פארהאן פיל באשעפענישן און געוואוקסן וועלכע זענען געווען פאר יעדעם באקאנט און פארשפרייט איבער גרויסער לענדער אבער זענען היינט צו טאגס, אין א שטענדיגע געפאר פון אונטערגאנג.

דורכאויס די לאנגע יארן האט זיך די דעמאגראפיע פון די באשעפענישן שטענדיג געביטן. יעדער עפאכע האט זיך געהאט זיין דאמינירענדע באשעפעניש וועלכע האט זיך פארמערט אויפן וועלט און ווען עס איז געקומען זיין צייט צו גיין האט ער פריי געמאכט דאס ארט פאר זיין נאכפאלגער. א בחינה פון תעלא בעידניה סגיד ליה. די באשעפענישן וועלכע האבן געהאט דער מעגליכקייט זיך צו אדאפטירן צו דער שטענדיג-טוישענדע פלאנעט האבן באוויזן זיך צו האלטן און אנדערע זענען פארניכטעט געווארן איבערלאזענדיג בלויז צייכענעס פון א ווייטער פארגאנגענהייט פון א רייכע שפרודלדיג לעבן.

וואס איז דאס ביאלאגיע?

ביאָ וועלכע באדייט אין לאטיניש בלוט און לאגיע וועלכע טייטשט חכמה, מיינט די חכמה פון די לעבעדיגע.

דער וועלט איז איינגעטיילט אין פיר קאטעגאריעס, דומם צומח חי און מדבר. כאטש וואס עס איז אמת פון א געזעלשאפטליכע פערספעקטיוו איז עס נישט ממש אזוי קלאר פון א וויסנשאפטליכע קוק ווינקל. ווארום, אין דער וויסנשאפטליכע וועלט איז עס איינגעטיילט בעיקר אין צוויי: מאלעקיואלן וועלכע לעבן און מאלעקיואלן וועלכע זענען נישט לעבעדיג.

וואס מיינט אז עפעס לעבט?

אין דער וויסנשאפטליכע וועלט, כדי צו אנגעבן אז עפעס לעבט דארף ער נאכקומען דריי הויפט באדינגונגען:
1 ער זאל האבן דער מעגליכקייט צו רעאגירן צו זיין ארום.
2 ער זאל קענען וואקסן און נוצן ענערגיע.
3 ער האט דער פאטענציאל פון זיך פרוכטבארן.

עס זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען צווישן די וויסנשאפטלער איבער די הויפט תנאים צו דעפינירן לעבן און צי פארשידענע סארטן עלעמענטן וועלכע זיצן ביים גרעניץ אויב זיי זענען לעבעדיג צי נישט, אבער דאס איז נישט אזוי ווייט נוגע פאר דער אלגעמיינע טערמין וועלכע עס ווערט געגעבן פאר די מערהייט פון באשעפענישן צו וועלכע מיר באציען זיך, אלס לעבעדיג.

אלעס אין דער וועלט איז געמאכט פון אטאמען, ווי שוין אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות דא אינעם שטיבל. אויפן שפיץ גאפל: אן אטאם איז דער קלענסטער איינהייט פון יעדער פיזישע קעגנשטאנד. אין דער גאנצע ריזיגע עקזיסטירענדע, אוניווערס, זענען בלויזן פארהאן אומגעפער 118 סארטן אטאמען. ווען פארשידענע אטאמען פארבינדן זיך צוזאמען, שאפן זיי א גרעסערע קעגנשטאנד וועלכע רופט זיך א מאלעקיולע. די מאלעקיועלן פון זאכן וואס לעבן נישט, ווי למשל שטיינער, וואסער, זאמד, אייזן און פארשידענע גאזן, האבן נישט דער מעגליכקייט צו ווירקן אויף זייער ארטייל. זיי ווערן געפירט בלויז דורך דער קראפט וועלכע הערשט איבער זיי אויף דער מינוט. א שטיין וועט נאר טוישן זיי פארעם טאמער וועלן די באדינגונגען ארום איהם זיך טוישן. צום ביישפיל, עס וועט ווערן אנגעהייצט אדער עפעס פון אינדרויסן וועט טוישן זיין לאקאציע. אנדערש איז אבער מיט לעבעדיגע מאלעקיועלן, זיי האבן דער מעגליכקייט צו פאבריצירן ענערגיע און עס נוצן אויף צו טוישן זייער פארעם אדער פארדייען אנדערע מאלעקיועלן און איבערבייטן זייער מאלעקיועלע צוזאמשטעל.

יעדע לעבעדיגע באשעפעניש אויף דעם פלאנעט, פון דעם קליינעם שפין וואס קריכט ביים ווינקל אין שטוב, ביזן גרעסטן וואל פיש וועלכע שווימט אינעם ים, זענען אלע געמאכט דורך דער עלעמענט וועלכע רופט זיך קארבן. קארבן איז אן אייגענארטיגע אטאם מיט פארשידענע אייגענשאפטן וועלכע געבן איהם די ריכטיגע קאנדידאטור אויף צו זיין דער באזע פון לעבן.

פון דעם רויען עלעמענט ווערן געמאכט פיר הויפט מאלעקיועלן וועלכע זענען ווי די פיר בוכשטאבן צו שרייבן דער DNA. אלע באשעפענישן נוצן די זעלבע פיר מאלעקיועלן אויף צו צוזאמענשטעלן זייערע DNA און געוואנדן אין דער וועג וויאזוי זיי זענען צוזאמענגעשטעלט, וועלן ארויסקומען, אדער זאפטיגע מאראנצן אדער האריגע פעל.

די DNA מאלעקיועלן ליגן אין א באשטימטע פלאץ פון וואו זיי פראדוצירן די פונקטליכע פראטיענס וועלכע עס פעלן זיך אויס. פראטיענס, זענען שוין טיף קאמפיליצירטע מאלעקיועלן וועלכע די DNA האט צוזאמען געשטעלט. די פראטיענס פארמירן א צעל, דער צעל איז דער קלעסטער איינהייט פון סיי וועלכע טישיו אינעם קערפער. א טישיו איז א צוזאמשטעל פון פיל פיל פון די זעלבע צעלן ווי למשל דער הארץ וועלכע איז געמאכט פון ביליאנען קליינע צעלן וועלכע צוזאמען, פארמירן זיי דער הארץ. דער זעלבע איז מיט סיי וועלכע ארגאן אינעם קערפער און לויט וויאזוי יעדע איינציגע צעל איז אויסגעשטעלט, אזוי וועלן זיי אינאיינעם פארמירן דער גרויסער ארגאן וועלכע זיי שטעלן צוזאם.

אינעם קומענדיגן קאפיטל האפן מיר זיך צו באקאנט מאכן מיט דער אינטערעסאנטע חכמה פון טעקסאנאמיע. דאס איז וויאזוי באשעפענישן ווערן גרופירט און קאטאגאריזירט אין פאמילעס און סובפאמיליעס דורך זייערע אייגענארטיגע כאראקטעריסטיקס און אייגענשאפטן און מיט וואס יעדער איינער פון זיי איז אנדערש פונעם אנדערן.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר