עס ווענד זיך ווי גרויס די עובר איז, און ווי עס האלט,לאמיר זאגן האט געשריבן: לגבי די מאראלישע פרעספעקטיוו. וואס טייטשט 'מאראל'? מאראל איז א בריה וואס דער אויבערשטער האט באשאפן. דאס איז דער 'הרגש' פון א מענטש איבער וואס איז יושר צו טון און וואס נישט. געפיל איז עפעס וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין א מענטש, פאר א צורך. מדת הרחמנות איז א געפיל. אלזא אויב מדת הרחמנות זאגט אז מען טאר נישט הרג'ענען, דאן איז הרג'ענען אוממאראליש. די נאטורליכע געפיל פון א געזונטער מענטש איז, אז אן עובר איז א מענטש און מען טאר אים נישט הרג'ענען. אלזא, ממה נפשך, זענען רציחה געזעצן 'מאראל' באזירט, דאן דארף מען מאכן די זעלבע געזעצן אויף עוברים אויך. אויב זענען די געזעצן תורה באזירט, דאן טאר מען אוודאי נישט הרג'ענען קיין עוברים.
די וואס פארטיידיגן הפלה אין אומוויכטיגע אומשטענדן, אדער די פרויען וואס באגייען הפלה, אין פעלער ווען עס איז נישט וויכטיג באמת. האבן דערשטיקט זייער נאטורליכע געפיל. צו ווייל זיי שפירן אז עס איז קיל צו קוועסשענען זאכן מיט קאלטע לאגיק עז איף די נאטורליכע געפיל האט נישט א ראלע צו שפילן דא, צו ווייל זיי זענען לייכטזיניג און גענצליך דיסקאנעקטעד פון די נאטורליכע 'זיך'.
אפילו נניח אז א מענטש איז בעה"ב אויף זיין אייגענעם גוף, האט אבער דער אויבערשטער אוועקגעשטעלט אז אין דיין גוף זאל זיך געפינען א צווייטן גוף, וואס אויף יענעם גוף ביזסטו שוין נישט בעה"ב.
א עובר פון צוויי וואכן אלט אדער אפילו זעקס וואכן אלט, איז ממש א גארנישט, ממש א באנדל, מען דארף נישט דערשטיקן קיין געפילן עס צו אפרייסן פונעם בויך, פינקט ווי מען דארף גארנישט דערשטיקן ווען מען רייסט אראפ א עפל פון א בוים, אבער אלס שפעטער אריין אין די טערם, ווערט עס טאקע מער און מער מענטש, און די פאולינג דאטא ווייזן טאקע אז די המון עם פון אמעריקע האלטן אז ווי שפעטער אריין אונעם פרעגנענסי זאל מען ענדערש נישט מעגן מאכן קיין אבארשן,
אזוי ווייט אז אין די לעצטע דריי חדשים ווען די קינד קען שוין לעבן אהן די מאמע זענען אזוי פיל ווי איבער אכציג פראצענט אמעריקע קעגן אבארשן