יום טוב שני
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
יום טוב שני
מיין סטאטוס איז כרגע אז איך האלט איין טאג און כ'געפון זיך יו"ט אין חו"ל. קען מיך איינער אויסקלארן וואס קען איך יא אדער נישט טון ע"פ הלכה אום יו"ט שני?
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: יום טוב שני
מעגסט קאכן אן אן עירוב תבשילין.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
מעגסט אלעס טון אבער נישט בפרהסיה
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: יום טוב שני
עס איז א מחלוקת ט''ז ומג''א, אבער רוב אחרונים נעמען אן ווי דער מג''א אז אפי' בצנעא איז אסור (הפרי חדש והגר''ז וכמדומה המשנ''ב), און אזוי איז בדרך כלל די אנגענומענע מנהג.שאלתיאל האט געשריבן:דעטס איט? שאר מלאכות?כרם זית האט געשריבן:מעגסט קאכן אן אן עירוב תבשילין.
אויך קוק אריין אין משנ''ב סימן תצ''ו ווי אזוי זאלסט זיך פירן בנוגע דאווענען.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 40
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:32 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
Re: יום טוב שני
כ'געדענק מיט יארן צוריק בין איך געווען פסח אין א"י און איינגעשטאנען אין די שעראטאן האטעל אויף קינג דזשארדזש אין ירושלים, האב איך דארט באגעגענט א איד פון אנטווערפן. פארציילט ער מיר, אז ער איז א יעדן יו"ט אין ארץ ישראל און אלע זיינע קינדער וואוינען אין א"י. האט ער אנגעפרעגט אויב געדענק איך גוט, הרב אוירבאך ז"ל וויפיל טעג ער ברויך האלטן יו"ט? ווייל למעשה וואוינט ער אין חו"ל? האט ער עם געפסק'נט אז נאר איין טאג כמנהג א"י ווייל למעשה איז ער יעדן יו"ט אין א"י, און אלע זיינע קינדער וואוינען דארט. איין יאר האט ער געהאט צוטוהן מיט די פוס, און נישט געקענט זיין אין א"י יו"ט, האט עם רב אוירבאך געפסק'נט צו האלטן צוויי טעג.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:01 am
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
Re: יום טוב שני
הייסט הלכה ווענד זיך צי די פוס טוט וויי? אויב עס איך טשאקלעד וואס איז געמאכט פון חלב ישראל און מיין פוס הייבט אן וויי טוען מיינט עס אז מען מעג עסן חלב עכו״ם?
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: יום טוב שני
קענסט אננעמען אזוי ווי די חכם צבי און שועה"ר אז מטוט אזוי ווי דארט ווי מאיז..
אויב פאנגט מען מיט די אנדערע אחרונים ווערט עס זייער קאמפלעצירט און יעדע דיין וועט פסקנען אנדערש
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 127 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
Re: יום טוב שני
זיי רעדן נאר ביי א פארקערטע פאל, דהיינו א בן חוץ לארץ וואס געפונט זיך אין ארץ ישראל.
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: יום טוב שני
מה החילוק?מתתיהו האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 10:07 pmזיי רעדן נאר ביי א פארקערטע פאל, דהיינו א בן חוץ לארץ וואס געפונט זיך אין ארץ ישראל.
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 127 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
Re: יום טוב שני
עיי"ש בחכם צבי סי' קס"ז.בר גיורא האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 10:17 pmמה החילוק?מתתיהו האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 10:07 pmזיי רעדן נאר ביי א פארקערטע פאל, דהיינו א בן חוץ לארץ וואס געפונט זיך אין ארץ ישראל.
זיין עיקר נקודה איז אז אין ארץ ישראל איז אסור צו האלטן צוויי טעג משום בעל תוסיף, ממילא איז עס נישט קיין חומרא נאר א קולא.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re:
פארן א קאר אדער אנצינדן א לייט אין ביהמ"ד טארסטו (זיכער) נישט.
ביי דיר אין שטוב מעגסטו אנצידן און אויסלעשן די לייטס. אויך אויפמאכן די טעלעוויזיע, רח"ל. נאר נישט צו הויעך אז די שכנים זאללן הערן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל
די אנגענומענע מנהג איז אז די צווייטע טאג טוט מען נישט קיין מלאכות און מ'דאווענט חול המועד'יגע/וואכעדיגע דאווענען, אבער אויב האלטסטו געהעריג צוויי טעג איז אויך גוט. אויב ווילסטו די צווייטע טאג זיך אפפעקלען צו א געגנד וואו ס'וואוינען נישט קיין אידן קענסטו דארט לכתחילה טוהן מלאכות בפרהסיא, סיידן אז דו זעהסט אויס אידיש און ס'קען זיין א חילול השם, אין אזא פאל קענסטו זיך איינשפארן אין א דירה אין א גוי'אישע געגנד און וואטשן טעלעוויזיע אגאנצן טאג. אזוי צו אזוי, אסרו חג אין אזא פאל זענען דא וואס לייגן תפילין אבער ס'פעלט עכט נישט אויס, איך וואלט עס נישט געטוהן.
אויב ביזטו אין חו"ל מיט א גאנצע געזינדל און דו עסט ביים שווער וכו' וואלט איך (און אסאך היימישע דיינים) לכתחילה געזאגט צו האלטן צוויי טעג פשוט זיך צו שפארן די אומזינסטיגע קאפפארדרייענישן. מענטשן מיינען אז ס'איז א קונץ צו האלטן נאר איין טאג, איך פלעג א שטיק צייט וואוינען אין ישראל און געהאלטן איין טאג און איך האב נישט זוכה געוועהן איינצוזעהן די גרויסע גליקן דערפון, גליקליך איז מען ווען מ'האט א שמחת יום טוב און קיין קאפוויי וואס קענען זיך מאכן פון די אלע סארטן שטיקלעך און דריידלעך.
אגב, די זעלבע זאך איז אויך פארקערט, א בן חו"ל וואס פארט קיין א"י. הגם אין ירושלים איז דא גאנץ א שטארקע יו"ט שני קולטור, אבער אויב איז ער אין אן אנדערן שטאט/שטעטל אין ארץ ישראל מיט די גאנצע משפחה זאל ער האלטן איין טאג געהעריג.

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
Re: יום טוב שני
ווען אין רוים, טוה וויאזוי רומיים טוהען.
דאס איז נישט מער פון קאממען סענס, כ׳פארשטיי בכלל נישט די מו״מ אין די אחרונים.
דאס איז נישט מער פון קאממען סענס, כ׳פארשטיי בכלל נישט די מו״מ אין די אחרונים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: יום טוב שני
צ/ק
זאלסט פרעגען א שאלה
אז דו פרעגסט שוין קען איך דיר זאגען אז רוב פוסקים נעמען אהן ווי די מג"א אז מען טאר גארנישט טוען נאר ממש בצנעה דברים שבצנעה למשל א שויער לאפוקי פון אויסלעשען א לעקטער אפילו בצנעה.
די צווייטע סדר איז ראטזאם צו מיטהאלטען - נאך הבדלה בצנעה - אבער פארשטייט זיך נישט מאכען קיין ברכות.
ספירה לכתחילה נאך מעריב, ס'איז נישט דא די ענין פון נאכן סדר
תפילה דארף מען דאווענען אזוי ווי אין ארץ ישראל אבער נישט אויף א אופן פון פרסום, תפילין אסרו חג נאר בצנעה

- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
Re:
איך שפיר נישט קיין קאפ פררדרייעעניש. איך מאך הבדלה בצנעה און איך האלט מיט די סדר. איך לאז נאר ארויס די ברכות וואס האבען דווקא מיט די סדר. כזיתים קומען אויס א סך גרינגער ביי אינו מצווה ועושה. נאך יעדער כוס מאך איך א ברכה אחרונה בצנעה. ס׳קומט מיר זייער גרינג.הכנה דרבה האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 3:50 am די אנגענומענע מנהג איז אז די צווייטע טאג טוט מען נישט קיין מלאכות און מ'דאווענט חול המועד'יגע/וואכעדיגע דאווענען, אבער אויב האלטסטו געהעריג צוויי טעג איז אויך גוט. אויב ווילסטו די צווייטע טאג זיך אפפעקלען צו א געגנד וואו ס'וואוינען נישט קיין אידן קענסטו דארט לכתחילה טוהן מלאכות בפרהסיא, סיידן אז דו זעהסט אויס אידיש און ס'קען זיין א חילול השם, אין אזא פאל קענסטו זיך איינשפארן אין א דירה אין א גוי'אישע געגנד און וואטשן טעלעוויזיע אגאנצן טאג. אזוי צו אזוי, אסרו חג אין אזא פאל זענען דא וואס לייגן תפילין אבער ס'פעלט עכט נישט אויס, איך וואלט עס נישט געטוהן.
אויב ביזטו אין חו"ל מיט א גאנצע געזינדל און דו עסט ביים שווער וכו' וואלט איך (און אסאך היימישע דיינים) לכתחילה געזאגט צו האלטן צוויי טעג פשוט זיך צו שפארן די אומזינסטיגע קאפפארדרייענישן. מענטשן מיינען אז ס'איז א קונץ צו האלטן נאר איין טאג, איך פלעג א שטיק צייט וואוינען אין ישראל און געהאלטן איין טאג און איך האב נישט זוכה געוועהן איינצוזעהן די גרויסע גליקן דערפון, גליקליך איז מען ווען מ'האט א שמחת יום טוב און קיין קאפוויי וואס קענען זיך מאכן פון די אלע סארטן שטיקלעך און דריידלעך.
אגב, די זעלבע זאך איז אויך פארקערט, א בן חו"ל וואס פארט קיין א"י. הגם אין ירושלים איז דא גאנץ א שטארקע יו"ט שני קולטור, אבער אויב איז ער אין אן אנדערן שטאט/שטעטל אין ארץ ישראל מיט די גאנצע משפחה זאל ער האלטן איין טאג געהעריג.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: יום טוב שני
ראדני: דו האט "גע-מיסס'ד" דעם פוינט פון הג"ר ש"ז אוירבך'ס זצ"ל פסק.
דער איד האט דאך סוכ"ס נישט געוואוינט אין ארץ ישראל. נאר וויבאלד ער האט געהאט א קביעות צו זיין דארט א יעדן יו"ט האט עס געהייסן אז ער וואוינט דארט. נאר ווען ער איז נישט געווען דארט האט חל געווען אוף איהם דער דין פון יו"ט שני של גליות.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל
Re: יום טוב שני
א שאוער (מעגן) [דארפן] בני חו"ל אויך נעמען.
דאס איז אלץ געזאגט געווארן ווען ביידע מנהגים זענען אייניג הארב, אין אזא פאל אבער וואס די מנהג חו"ל איז הארבער זאגט די משנה אז נותנין עליו חומרי מקום שיצא משם וחומרי מקום שהלך לשם, אבער לויט די גמרא גייט מען לויט די פלאץ פון וואו מ'קומט, און פון דארט און ווייטער טוען אלע פוסקים זיגזעגן צווישן די צוויי דעות.הייליגע קוה האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 11:59 am ווען אין רוים, טוה וויאזוי רומיים טוהען.
דאס איז נישט מער פון קאממען סענס, כ׳פארשטיי בכלל נישט די מו״מ אין די אחרונים.