זייטס גאר שטארק מתפלל ביי רפאנו...
איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 174
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
- האט שוין געלייקט: 193 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
האסט איר געבעטן און זי וויל נאך אלס נישט?
זי וויל נישט גיין דערמיט ווייל ס'איז אויסגעשטעלט פאר האר? דאן דזשאסט זיי איר מסביר אז ס'איז נישט אזוי. אויב וויל זי נישט ווייל די רבנים האבן עס גע'אסר'ט דאן זאג איר אז אין די גמרא שטייט 'איזה אשה כשירה העושה רצון בעלה' נישט 'העושה רצון רבנים'. די מאן איז די תורה אויטאריטעט אין שטוב ווילאנג ס'איז נישט קעגן די תרי"ג מצוות.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
איך זעה נישט פארוואס א בענדענע זאל נישט זיין צניעות'דיג, אבער ס'זעהט אויס לגמרי נישט צום דבר, אדער גיי א טורבאן אדער א שעניעל, די בענדענעס זעהען אויס ווי מען קלעבט ארויף א מערצעדעס לאוגאו אויף א טאיאוטע קעמרי.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
אפשר איז צייט אריין טרעידן דיין קעמרי....הייליגע קוה האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 6:55 pm איך זעה נישט פארוואס א בענדענע זאל נישט זיין צניעות׳דיג, אבער ס׳זעהטאויס לגמרי נישט צום דבר, אדער גיי א טורבאן אדער א שניעל, די בענדענע׳ס זעהען אויס ווי מען קלעבט ארויף א מערצעדעס לאוגאו אויף א טאיאוטע קעמרי.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
דו שרייבסט אז זי וויל נישט גיין דערמיט אויפ'ן גאס, איז משמע אז אינדערהיים גייט זי יא מיט עס. סאוי וואס גייט דיר אהן וויזוי זי גייט אויפ'ן גאס... ס'גייט דיר אהן וויאזוי אנדערע קוקן איר אהן?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 40
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:32 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
ווענדט זיך וואס מ'באקומט אנשטאטוואלווי האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 6:59 pmאפשר איז צייט אריין טרעידן דיין קעמרי....הייליגע קוה האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 6:55 pm איך זעה נישט פארוואס א בענדענע זאל נישט זיין צניעות׳דיג, אבער ס׳זעהטאויס לגמרי נישט צום דבר, אדער גיי א טורבאן אדער א שניעל, די בענדענע׳ס זעהען אויס ווי מען קלעבט ארויף א מערצעדעס לאוגאו אויף א טאיאוטע קעמרי.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:23 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
צומישט און צוחישט האט געשריבן: ↑ דו שרייבסט אז זי וויל נישט גיין דערמיט אויפ'ן גאס, איז משמע אז אינדערהיים גייט זי יא מיט עס. סאוי וואס גייט דיר אהן וויזוי זי גייט אויפ'ן גאס... ס'גייט דיר אהן וויאזוי אנדערע קוקן איר אהן?
פאר אינדערהיים האב איך איר עס געקויפט און זי טוט עס אן, טאקע ווייל כ'האב איר עס געבעטן צו אנטוהן טוט זי מיר עס פאר א גאנצע טובה, און כ'האב הנאה דערפון, אבער אין גאס וויל זי נישט גיין דערמיט, טענה'נדיג אז ס'גע'אסר'ט און זי וויל נישט זיין קיין פורץ ברבים (מיט'ן אויסרייד אז זי שעמט זיך), כ'וויל אבער זי זאל יא גיין אזוי אין גאס, כ'וויל זיך שטאלצירן מיט איר,
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:23 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
פארוואס זאגן אבער די קול קורא'ס אז ס'אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר, ווען ס'הייבט זיך נישט אן?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
הייליג האט געשריבן: ↑ פאר אינדערהיים האב איך איר עס געקויפט און זי טוט עס אן, טאקע ווייל כ'האב איר עס געבעטן צו אנטוהן טוט זי מיר עס פאר א גאנצע טובה, און כ'האב הנאה דערפון, אבער אין גאס וויל זי נישט גיין דערמיט, טענה'נדיג אז ס'גע'אסר'ט און זי וויל נישט זיין קיין פורץ ברבים (מיט'ן אויסרייד אז זי שעמט זיך), כ'וויל אבער זי זאל יא גיין אזוי אין גאס, כ'וויל זיך שטאלצירן מיט איר,
דו ביסט נישט גענוג צופרידן מיט איר, דארפסט א פרעמדנ'ס הסכמה?...
ועוד, אויב זי וויל נישט גיין דערמיט פארוואס צווינגסטו איר?
דו וואלסט געוואלט זי זאל איין טאג אהיימברענגען א הוט מיט וואס דו ביסט נישט קאמפארטעבל צו גיין, אבער זי האלט אז ס'מאכט דיר אויסזעהן בעסער?!...
ס'דא א וועג וויאזוי זאכן גייען צו, און מיט די ריכטיגע השתדלות און ליבשאפט וועט זי גרייט זיין צו טוהן פאר דיר וואס דו ווילסט, אבער גיי נישט בכפי'..
פאר מער הילף קענסטו אפשר קוקן אין די אשכול איבער מאן און ווייב וואס זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
געוואלט ענטפערן ממש די זעלבע, האסט מיר אויסגעכאפטצומישט און צוחישט האט געשריבן: ↑ דו ביסט נישט גענוג צופרידן מיט איר, דארפסט א פרעמדנ'ס הסכמה?...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
צומישט און צוחישט האט געשריבן: ↑ דו ביסט נישט גענוג צופרידן מיט איר, דארפסט א פרעמדנ'ס הסכמה?...
ועוד, אויב זי וויל נישט גיין דערמיט פארוואס צווינגסטו איר?
דו וואלסט געוואלט זי זאל איין טאג אהיימברענגען א הוט מיט וואס דו ביסט נישט קאמפארטעבל צו גיין, אבער זי האלט אז ס'מאכט דיר אויסזעהן בעסער?!...
ס'דא א וועג וויאזוי זאכן גייען צו, און מיט די ריכטיגע השתדלות און ליבשאפט וועט זי גרייט זיין צו טוהן פאר דיר וואס דו ווילסט, אבער גיי נישט בכפי'..
פאר מער הילף קענסטו אפשר קוקן אין די אשכול איבער מאן און ווייב וואס זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות.
א פרוי דארף גיין אנגעטוהן שיין אין גאס אויך פאר די מאן, ווען מענטשן זעהן אז זי איז שיין, ווערט זי באליבט פאר איר מאן, אין גאס דארף זי גייען מער צניעות'דיג ווי אינדערהיים אבער בכבוד'יגע און שיין.
אין א גוטע שלום בית, וועט א פרוי וועלן זיך געפעלן פאר די מאן, אזוי האט ג-ט באשאפן די וועלט, פארשטייט זיך אז צו פארלאנגען צו גיין זייער מאדנע, אדער אנדערש ווי די גאנצע משפחה, איז שווער פאר א פרוי, אבער א לבוש וואס יעדער גייט, און ס'האט נישט צוטוהן מיט משפחה, זעה איך נישט וואס איז ראנג צו בעטן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
מ'רעדט דאך האפענטליך נישט אז אהן דעם קוקט זי אויס מיאוס אז ער האט בושות פון איר, נאר ער קען באשטיין פאר עפעס א סיבה אז מענטשן זאלן איר זעהן מיט א שניעל.
'כדי לחבבה על בעלה' איז ווען ער הערט א גוט ווארט, א קאמפלימענט אויף זיין פרוי, וואס איז אבער די סיבה א מאן וויל זיך 'שטאלצירן' מיט זיין פרוי פאר אנדערע מענטשן?! ער ווערט סעטיספייד אויב יענער זעהט זיין ווייב אויף די וועג?...
ס'נישט קיין נפ"מ פארוואס זי איז אומבאקוועם, אויב איר איז עס נישט ניחא, שטופ נישט, בעטן מעג מען סתם אזוי אויך.
'כדי לחבבה על בעלה' איז ווען ער הערט א גוט ווארט, א קאמפלימענט אויף זיין פרוי, וואס איז אבער די סיבה א מאן וויל זיך 'שטאלצירן' מיט זיין פרוי פאר אנדערע מענטשן?! ער ווערט סעטיספייד אויב יענער זעהט זיין ווייב אויף די וועג?...
ס'נישט קיין נפ"מ פארוואס זי איז אומבאקוועם, אויב איר איז עס נישט ניחא, שטופ נישט, בעטן מעג מען סתם אזוי אויך.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
אויב ער קוקט איר אהן בעסער מיטן שניעל, דען טראכט ער אז זיין חבר האלט אויך אזוי, ניין ?
ער שרייבט ער האט געבעטן, אויב די פרוי פאלגט נישט, אדער זענען זיי נישט אויף די זעלבע בלאט, אדער איז קיין שלום בית נישטא, אבער איך פארשטיי זייער גוט אז די מאן וויל וויאוזי זיין פרוי זאל גיין אין גאס, מיר וואלט אויך זייער געבאדערט אז מיין ווייב גייט אפי' אין גאס מיט א טורבאן.
ער שרייבט ער האט געבעטן, אויב די פרוי פאלגט נישט, אדער זענען זיי נישט אויף די זעלבע בלאט, אדער איז קיין שלום בית נישטא, אבער איך פארשטיי זייער גוט אז די מאן וויל וויאוזי זיין פרוי זאל גיין אין גאס, מיר וואלט אויך זייער געבאדערט אז מיין ווייב גייט אפי' אין גאס מיט א טורבאן.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:23 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
אבער פארוואס לייגן די רבנים ארויף א נאסע ליילעך אויף די שניעל'ס אז מ'טאר עס נישט טראגן ווייל ס'אויסגעשטעלט אז מ'זאל זיך לאזן ווילן וואקסן די האר, ווען ס'העעבט זיך נישט אן????
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
דאס איז דאך א גזירה לגזירה. די איינציגע וואס וועט וויסן אויב די פרוי לאזט זיך וואקסן די האר איז די מקווה אידענע. אין די מערסטע פלעצער (אויסער אין געוויסע פארהייליגטע) גייט די מקוה אידענע נישט ארום "גאסיפ'ן" איבער ווער ס'לאזט זיך יא אדער נישט וואקסן די האר. אויך אינטרעסירט עס קיינעם נישט. אויסער אין געוויסע מקומות הקדושים.וואו די מ. אידענע פארציילט פאר איהר חבר'טע און איהר חבר'טע פארציילט פאר איהר מאן. און איהר מאן פארציילט פאר די דיינ'טע. (איי, אל תרבה שיחה. ווען ס'קומט צו אידישקייט איז אלעס מותר. און די דיינ'טע פארציילט פאר איהר מאן דער דיין. דער דיין פארציילט פאר'ן רב. דער רב באפעהלט די רביצין אנצורופן די פרוי וואס איז עוברת על דת יהודית, רחמנא ליצלן. דער רב לאזט רופן די קאפל און ווארנט זיי אז זיי וועלן מוזן עוקר זיין פון שטעטל. מיט גוטן אדער מיט בייזן.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:23 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
האסטוך מיר נישט גענטפערט
פארוואס לייגן די רבנים ארויף א נאסע ליילעך אויף די שניעל'ס אז מ'טאר עס נישט טראגן ווייל ס'אויסגעשטעלט אז מ'זאל זיך לאזן ווילן וואקסן די האר, ווען ס'הייבט זיך נישט אן????
פארוואס לייגן די רבנים ארויף א נאסע ליילעך אויף די שניעל'ס אז מ'טאר עס נישט טראגן ווייל ס'אויסגעשטעלט אז מ'זאל זיך לאזן ווילן וואקסן די האר, ווען ס'הייבט זיך נישט אן????
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
איך וויל פארשטיין וואס איז א בענדענע אנדערש ווי די טיכלעך וואס מען פלעגט גיין פאר 30 יאר צוריק, ואין פוצה ומצפצף
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2024 12:06 pm
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
ר' בערל האט שוין געענטפערט, אז מ'קען נישט זען דערמיט ווילאנג די האר איז, און וועגן דעם איז עס אויסגעשטעלט אז די וועלכע ווילן זיך לאזן וואקסן די האר קענען עס טוהן דערמיט ווייל קיינער וועט נישט באמערקן.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:23 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
לגבי די טעם איז עס די זעלבע ווי א בענדענע
טא פארוואס פארפירט ען דירעקט וועגן א שיניעל?
טא פארוואס פארפירט ען דירעקט וועגן א שיניעל?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
כולהו חדא גזירה, איי דאנט עקספעקט א בעל עגלה טא נוי דיס טערמס.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:10 pm דאס איז דאך א גזירה לגזירה. די איינציגע וואס וועט וויסן אויב די פרוי לאזט זיך וואקסן די האר איז די מקווה אידענע. אין די מערסטע פלעצער (אויסער אין געוויסע פארהייליגטע) גייט די מקוה אידענע נישט ארום "גאסיפ'ן" איבער ווער ס'לאזט זיך יא אדער נישט וואקסן די האר. אויך אינטרעסירט עס קיינעם נישט. אויסער אין געוויסע מקומות הקדושים.וואו די מ. אידענע פארציילט פאר איהר חבר'טע און איהר חבר'טע פארציילט פאר איהר מאן. און איהר מאן פארציילט פאר די דיינ'טע. (איי, אל תרבה שיחה. ווען ס'קומט צו אידישקייט איז אלעס מותר. און די דיינ'טע פארציילט פאר איהר מאן דער דיין. דער דיין פארציילט פאר'ן רב. דער רב באפעהלט די רביצין אנצורופן די פרוי וואס איז עוברת על דת יהודית, רחמנא ליצלן. דער רב לאזט רופן די קאפל און ווארנט זיי אז זיי וועלן מוזן עוקר זיין פון שטעטל. מיט גוטן אדער מיט בייזן.
אז די פרוי "זיכט" נישט צו געפעלען (אינטייסען -סעדאסען) איר man
איז נישט קיין חילוק מיט וואס זי גייט אויף איר ראש איטס אלל אין די מיינד ויש חולקים.
גיי מיר אין מקוה.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:01 am
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
אין וועלכע משוגע׳נע דור לעבען מיר?
מען טאר נישט גיין קיין בענדענע, ווייל מען קען צוקומען צי לאזן וואקסען די האר, וואס נניח אז מען דארף שניידן די האר איז עס תקנה (וואס רוב וועלט האט נישט אנגענומען) ווייל עס קען צוברענגען צי גיין אויפגעדעקט די האר, און גיין אויפגעדעקט די האר אין ערגסטען פאל איז עס א ״עוברת על דת יהודית״ וואס איז גמרא שפראך פאר ״כ׳האב עס נישט געזעהן ביים טאָטע׳ן״