איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
צועקים וזועקים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך צועקים וזועקים »

הייליג האט געשריבן: פארוואס זאגסטו אז סנוד'ס איז מער אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר?
הייבט זיך נישט אן! די זעלבע ווי א בענדענע!
סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך, און טאקע פאר דעם וויל נישט מיין ווייב גיין אזוי אין גאס, איינער האט מיר א עצה? כ'חלש דערפאר.

זייטס גאר שטארק מתפלל ביי רפאנו...
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך חב''ד הויזן »

הייליג האט געשריבן: פארוואס זאגסטו אז סנוד'ס איז מער אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר?
הייבט זיך נישט אן! די זעלבע ווי א בענדענע!
סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך, און טאקע פאר דעם וויל נישט מיין ווייב גיין אזוי אין גאס, איינער האט מיר א עצה? כ'חלש דערפאר.

האסט איר געבעטן און זי וויל נאך אלס נישט?

זי וויל נישט גיין דערמיט ווייל ס'איז אויסגעשטעלט פאר האר? דאן דזשאסט זיי איר מסביר אז ס'איז נישט אזוי. אויב וויל זי נישט ווייל די רבנים האבן עס גע'אסר'ט דאן זאג איר אז אין די גמרא שטייט 'איזה אשה כשירה העושה רצון בעלה' נישט 'העושה רצון רבנים'. די מאן איז די תורה אויטאריטעט אין שטוב ווילאנג ס'איז נישט קעגן די תרי"ג מצוות.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: איז א

שליחה דורך היימלינד »

צועקים וזועקים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:18 pm זייטס גאר שטארק מתפלל ביי רפאנו...
נאכדעם וועט זיין ברך עלינו אדער אפשר גאר ברכינו
הייליגע קוה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:18 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך הייליגע קוה »

איך זעה נישט פארוואס א בענדענע זאל נישט זיין צניעות'דיג, אבער ס'זעהט אויס לגמרי נישט צום דבר, אדער גיי א טורבאן אדער א שעניעל, די בענדענעס זעהען אויס ווי מען קלעבט ארויף א מערצעדעס לאוגאו אויף א טאיאוטע קעמרי.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך וואלווי »

הייליגע קוה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 6:55 pm איך זעה נישט פארוואס א בענדענע זאל נישט זיין צניעות׳דיג, אבער ס׳זעהטאויס לגמרי נישט צום דבר, אדער גיי א טורבאן אדער א שניעל, די בענדענע׳ס זעהען אויס ווי מען קלעבט ארויף א מערצעדעס לאוגאו אויף א טאיאוטע קעמרי.
אפשר איז צייט אריין טרעידן דיין קעמרי....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

הייליג האט געשריבן: פארוואס זאגסטו אז סנוד'ס איז מער אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר?
הייבט זיך נישט אן! די זעלבע ווי א בענדענע!
סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך, און טאקע פאר דעם וויל נישט מיין ווייב גיין אזוי אין גאס, איינער האט מיר א עצה? כ'חלש דערפאר.

דו שרייבסט אז זי וויל נישט גיין דערמיט אויפ'ן גאס, איז משמע אז אינדערהיים גייט זי יא מיט עס. סאוי וואס גייט דיר אהן וויזוי זי גייט אויפ'ן גאס... ס'גייט דיר אהן וויאזוי אנדערע קוקן איר אהן?
צוקוועטשטע איילבירטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך צוקוועטשטע איילבירטן »

וואלווי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 6:59 pm
הייליגע קוה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 6:55 pm איך זעה נישט פארוואס א בענדענע זאל נישט זיין צניעות׳דיג, אבער ס׳זעהטאויס לגמרי נישט צום דבר, אדער גיי א טורבאן אדער א שניעל, די בענדענע׳ס זעהען אויס ווי מען קלעבט ארויף א מערצעדעס לאוגאו אויף א טאיאוטע קעמרי.
אפשר איז צייט אריין טרעידן דיין קעמרי....
ווענדט זיך וואס מ'באקומט אנשטאט :lol:
הייליג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך הייליג »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: דו שרייבסט אז זי וויל נישט גיין דערמיט אויפ'ן גאס, איז משמע אז אינדערהיים גייט זי יא מיט עס. סאוי וואס גייט דיר אהן וויזוי זי גייט אויפ'ן גאס... ס'גייט דיר אהן וויאזוי אנדערע קוקן איר אהן?

פאר אינדערהיים האב איך איר עס געקויפט און זי טוט עס אן, טאקע ווייל כ'האב איר עס געבעטן צו אנטוהן טוט זי מיר עס פאר א גאנצע טובה, און כ'האב הנאה דערפון, אבער אין גאס וויל זי נישט גיין דערמיט, טענה'נדיג אז ס'גע'אסר'ט און זי וויל נישט זיין קיין פורץ ברבים (מיט'ן אויסרייד אז זי שעמט זיך), כ'וויל אבער זי זאל יא גיין אזוי אין גאס, כ'וויל זיך שטאלצירן מיט איר,
הייליג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך הייליג »

צועקים וזועקים האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן: פארוואס זאגסטו אז סנוד'ס איז מער אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר?
הייבט זיך נישט אן! די זעלבע ווי א בענדענע!
סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך, און טאקע פאר דעם וויל נישט מיין ווייב גיין אזוי אין גאס, איינער האט מיר א עצה? כ'חלש דערפאר.

זייטס גאר שטארק מתפלל ביי רפאנו...

פארוואס זאגן אבער די קול קורא'ס אז ס'אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר, ווען ס'הייבט זיך נישט אן?
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

הייליג האט געשריבן: פאר אינדערהיים האב איך איר עס געקויפט און זי טוט עס אן, טאקע ווייל כ'האב איר עס געבעטן צו אנטוהן טוט זי מיר עס פאר א גאנצע טובה, און כ'האב הנאה דערפון, אבער אין גאס וויל זי נישט גיין דערמיט, טענה'נדיג אז ס'גע'אסר'ט און זי וויל נישט זיין קיין פורץ ברבים (מיט'ן אויסרייד אז זי שעמט זיך), כ'וויל אבער זי זאל יא גיין אזוי אין גאס, כ'וויל זיך שטאלצירן מיט איר,

דו ביסט נישט גענוג צופרידן מיט איר, דארפסט א פרעמדנ'ס הסכמה?...
ועוד, אויב זי וויל נישט גיין דערמיט פארוואס צווינגסטו איר?
דו וואלסט געוואלט זי זאל איין טאג אהיימברענגען א הוט מיט וואס דו ביסט נישט קאמפארטעבל צו גיין, אבער זי האלט אז ס'מאכט דיר אויסזעהן בעסער?!...
ס'דא א וועג וויאזוי זאכן גייען צו, און מיט די ריכטיגע השתדלות און ליבשאפט וועט זי גרייט זיין צו טוהן פאר דיר וואס דו ווילסט, אבער גיי נישט בכפי'..
פאר מער הילף קענסטו אפשר קוקן אין די אשכול איבער מאן און ווייב וואס זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות.
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך צוויי »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: דו ביסט נישט גענוג צופרידן מיט איר, דארפסט א פרעמדנ'ס הסכמה?...
געוואלט ענטפערן ממש די זעלבע, האסט מיר אויסגעכאפט
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך מילך טראק »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: דו ביסט נישט גענוג צופרידן מיט איר, דארפסט א פרעמדנ'ס הסכמה?...
ועוד, אויב זי וויל נישט גיין דערמיט פארוואס צווינגסטו איר?
דו וואלסט געוואלט זי זאל איין טאג אהיימברענגען א הוט מיט וואס דו ביסט נישט קאמפארטעבל צו גיין, אבער זי האלט אז ס'מאכט דיר אויסזעהן בעסער?!...
ס'דא א וועג וויאזוי זאכן גייען צו, און מיט די ריכטיגע השתדלות און ליבשאפט וועט זי גרייט זיין צו טוהן פאר דיר וואס דו ווילסט, אבער גיי נישט בכפי'..
פאר מער הילף קענסטו אפשר קוקן אין די אשכול איבער מאן און ווייב וואס זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות.

א פרוי דארף גיין אנגעטוהן שיין אין גאס אויך פאר די מאן, ווען מענטשן זעהן אז זי איז שיין, ווערט זי באליבט פאר איר מאן, אין גאס דארף זי גייען מער צניעות'דיג ווי אינדערהיים אבער בכבוד'יגע און שיין.

אין א גוטע שלום בית, וועט א פרוי וועלן זיך געפעלן פאר די מאן, אזוי האט ג-ט באשאפן די וועלט, פארשטייט זיך אז צו פארלאנגען צו גיין זייער מאדנע, אדער אנדערש ווי די גאנצע משפחה, איז שווער פאר א פרוי, אבער א לבוש וואס יעדער גייט, און ס'האט נישט צוטוהן מיט משפחה, זעה איך נישט וואס איז ראנג צו בעטן.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

מ'רעדט דאך האפענטליך נישט אז אהן דעם קוקט זי אויס מיאוס אז ער האט בושות פון איר, נאר ער קען באשטיין פאר עפעס א סיבה אז מענטשן זאלן איר זעהן מיט א שניעל.

'כדי לחבבה על בעלה' איז ווען ער הערט א גוט ווארט, א קאמפלימענט אויף זיין פרוי, וואס איז אבער די סיבה א מאן וויל זיך 'שטאלצירן' מיט זיין פרוי פאר אנדערע מענטשן?! ער ווערט סעטיספייד אויב יענער זעהט זיין ווייב אויף די וועג?...

ס'נישט קיין נפ"מ פארוואס זי איז אומבאקוועם, אויב איר איז עס נישט ניחא, שטופ נישט, בעטן מעג מען סתם אזוי אויך.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך מילך טראק »

אויב ער קוקט איר אהן בעסער מיטן שניעל, דען טראכט ער אז זיין חבר האלט אויך אזוי, ניין ?
ער שרייבט ער האט געבעטן, אויב די פרוי פאלגט נישט, אדער זענען זיי נישט אויף די זעלבע בלאט, אדער איז קיין שלום בית נישטא, אבער איך פארשטיי זייער גוט אז די מאן וויל וויאוזי זיין פרוי זאל גיין אין גאס, מיר וואלט אויך זייער געבאדערט אז מיין ווייב גייט אפי' אין גאס מיט א טורבאן.
הייליג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך הייליג »

אבער פארוואס לייגן די רבנים ארויף א נאסע ליילעך אויף די שניעל'ס אז מ'טאר עס נישט טראגן ווייל ס'אויסגעשטעלט אז מ'זאל זיך לאזן ווילן וואקסן די האר, ווען ס'העעבט זיך נישט אן????
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס איז דאך א גזירה לגזירה. די איינציגע וואס וועט וויסן אויב די פרוי לאזט זיך וואקסן די האר איז די מקווה אידענע. אין די מערסטע פלעצער (אויסער אין געוויסע פארהייליגטע) גייט די מקוה אידענע נישט ארום "גאסיפ'ן" איבער ווער ס'לאזט זיך יא אדער נישט וואקסן די האר. אויך אינטרעסירט עס קיינעם נישט. אויסער אין געוויסע מקומות הקדושים.וואו די מ. אידענע פארציילט פאר איהר חבר'טע און איהר חבר'טע פארציילט פאר איהר מאן. און איהר מאן פארציילט פאר די דיינ'טע. (איי, אל תרבה שיחה. ווען ס'קומט צו אידישקייט איז אלעס מותר. און די דיינ'טע פארציילט פאר איהר מאן דער דיין. דער דיין פארציילט פאר'ן רב. דער רב באפעהלט די רביצין אנצורופן די פרוי וואס איז עוברת על דת יהודית, רחמנא ליצלן. דער רב לאזט רופן די קאפל און ווארנט זיי אז זיי וועלן מוזן עוקר זיין פון שטעטל. מיט גוטן אדער מיט בייזן.
הייליג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך הייליג »

האסטוך מיר נישט גענטפערט
פארוואס לייגן די רבנים ארויף א נאסע ליילעך אויף די שניעל'ס אז מ'טאר עס נישט טראגן ווייל ס'אויסגעשטעלט אז מ'זאל זיך לאזן ווילן וואקסן די האר, ווען ס'הייבט זיך נישט אן????
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך אוהב ספרים »

איך וויל פארשטיין וואס איז א בענדענע אנדערש ווי די טיכלעך וואס מען פלעגט גיין פאר 30 יאר צוריק, ואין פוצה ומצפצף
חס ושלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2024 12:06 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך חס ושלום »

הייליג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:06 pm האסטוך מיר נישט גענטפערט
פארוואס לייגן די רבנים ארויף א נאסע ליילעך אויף די שניעל'ס אז מ'טאר עס נישט טראגן ווייל ס'אויסגעשטעלט אז מ'זאל זיך לאזן ווילן וואקסן די האר, ווען ס'הייבט זיך נישט אן????
ר' בערל האט שוין געענטפערט, אז מ'קען נישט זען דערמיט ווילאנג די האר איז, און וועגן דעם איז עס אויסגעשטעלט אז די וועלכע ווילן זיך לאזן וואקסן די האר קענען עס טוהן דערמיט ווייל קיינער וועט נישט באמערקן.
הייליג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך הייליג »

לגבי די טעם איז עס די זעלבע ווי א בענדענע
טא פארוואס פארפירט ען דירעקט וועגן א שיניעל?
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך yesiknow »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:10 pm דאס איז דאך א גזירה לגזירה. די איינציגע וואס וועט וויסן אויב די פרוי לאזט זיך וואקסן די האר איז די מקווה אידענע. אין די מערסטע פלעצער (אויסער אין געוויסע פארהייליגטע) גייט די מקוה אידענע נישט ארום "גאסיפ'ן" איבער ווער ס'לאזט זיך יא אדער נישט וואקסן די האר. אויך אינטרעסירט עס קיינעם נישט. אויסער אין געוויסע מקומות הקדושים.וואו די מ. אידענע פארציילט פאר איהר חבר'טע און איהר חבר'טע פארציילט פאר איהר מאן. און איהר מאן פארציילט פאר די דיינ'טע. (איי, אל תרבה שיחה. ווען ס'קומט צו אידישקייט איז אלעס מותר. און די דיינ'טע פארציילט פאר איהר מאן דער דיין. דער דיין פארציילט פאר'ן רב. דער רב באפעהלט די רביצין אנצורופן די פרוי וואס איז עוברת על דת יהודית, רחמנא ליצלן. דער רב לאזט רופן די קאפל און ווארנט זיי אז זיי וועלן מוזן עוקר זיין פון שטעטל. מיט גוטן אדער מיט בייזן.
כולהו חדא גזירה, איי דאנט עקספעקט א בעל עגלה טא נוי דיס טערמס.

אז די פרוי "זיכט" נישט צו געפעלען (אינטייסען -סעדאסען) איר man
איז נישט קיין חילוק מיט וואס זי גייט אויף איר ראש איטס אלל אין די מיינד ויש חולקים.

גיי מיר אין מקוה.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך מילך טראק »

מיט א טורבאן קען מען נישט באהאלטן די האר?
ראדני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:01 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

שליחה דורך ראדני »

אין וועלכע משוגע׳נע דור לעבען מיר?
מען טאר נישט גיין קיין בענדענע, ווייל מען קען צוקומען צי לאזן וואקסען די האר, וואס נניח אז מען דארף שניידן די האר איז עס תקנה (וואס רוב וועלט האט נישט אנגענומען) ווייל עס קען צוברענגען צי גיין אויפגעדעקט די האר, און גיין אויפגעדעקט די האר אין ערגסטען פאל איז עס א ״עוברת על דת יהודית״ וואס איז גמרא שפראך פאר ״כ׳האב עס נישט געזעהן ביים טאָטע׳ן״
פארשפארט