איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גארטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2024 10:21 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך גארטל »

אין די טעג פאר פורים האב איך געזעען א צעטל זיך ארום דרייען אויף סאציאלע מידיע, (בילד איז צום סוף) עס האט מיר פריש ארויפגעברענגט דאס בלוט.

עס איז דער אויפן ווי אזוי מען טיילט איין די קאטיגאריעס פון ביי אינז היימישע אידן.

אפשר פארזעי איך עפעס, אדער פארשטיי איך פשוט נישט. אבער אין מיינע אויגן איז דאס עפעס וואס מיז זיך אויפהערן.

כלל ישראל דארף שוין איינמאל פאר אלעמאל אויף הערן מיט די צידרייטע עדשיזעם/סעקסיזעם/ראסיסעם. (איך ווייס נישט וועלעכע איז דאס ריכטיגע ווארט).

סיי די תורה און סיי להבדיל דאס געזעץ טיילט איין די מענטשהייט קאטיגאריעס ביי יארגענג.
ביי די 13 איז די בר מצוה; ביי די 18 א דרייווערס לייסענס; א.א.וו.

ביי היימישע אידן גייט עס אנדערש, בחורים באקומען נישט קיין פלאץ אין שול, נאר די געלערי/פארענטשעס; טארן נישט דרייווען; מעגן נישט ארבעטן; נאר בדיעבד פארמאגן א סעלפאון, און נאך.

זיכער זענען דא וואס גייען אקעקן די שטראם, אבער פיל מאל קומט דאס מיט קאנסעקווענסען.

פארוואס באקומען א קינד ווייניגער ווי א בחור? פארוואס באקומט א אינגערמאן מער ווי א בחור?

א צוואנציג יעריגע בחור באקומט ווייניגער ווי א צוואנציג יעריגע אינגערמאן! פארוואס?

לויט זיין חשבון פארוואס באקומט נישט א זקן מער ווי א אינגערמאן?

וואס איז אויב א בחור מיט א אינגערמאן גייען צוזאמען פאר די זעלבע צוועק?

געט מיי פוינט. די פראבלעם איז שטערקער און טיפער. עס איז. נישט די געלט אדער וואס. עס איז די פאקט אז א 13 18 און 23 יעריגע בחור האבן מער ווייניגער די זעלבע רעכטען.

אויף וויפיל איך ווייס איז אויך דא דעם פראבלעם ביי ליטיווישע אבער נישט אויף אזא פארנעם.

אין רוב פעלער וועט א בחור וואס איז א תלמוד חכם נישט מעגן זיין א מלמד, שואל ומשיב, מגי"ש וכו' אפילו אויב זאל ער יעצט ווען זיין חתונה געהאט וואלט מען זיך געהארגעט אז ער זאל קומען ארבעטען אלס מלמד.

אזויווי די שיסטער זעהט נישט פנימער נאר שיך.. האב איך מיט מיינע מחשבות געזעען פורים נישט קיין פארשעלאכטצער, נאר די סיבה אינטער די פארשטעלאכץ.

איך האב געזעען פילע בחורים, בעיקר עלטערע, זיך פארשטעלן ווי א טאטע.. פשוט א שטריימל, ווייסע זאקן.. א.א.וו. מען זאל אום נישט דערקענען אלס בחור. איך האב געפרעגט עטליכע פון זיי (און בית המדרש ווי איך דאווען) וואס די פשוט איז, האבן זיי טאקע באשטעטיגט דאס וואך איך האב מיך פארגעשטעלט, מען מאכט מער געלט אזוי.

נאך מער פון דעם, איך האב נישט געקענט טרעפען קיין שום אינגערמאן וואס האט זיך פארשטעלט ווי א בחור. נישט נאר קיין אינגערמאן, נאר איך האב אפילו נישט געטראפען קיין עלטערע מענטש זאל זיך פארשטעלן ווי א בחור, אפילו יעדער ווייסט אז ער איז א פארהיירטער.

דאס האט מיך זייער שטארק באשטעטיגט אז ביי אינז היימישע זענען בחורים אויסגעשפילט. און מיין הארץ גייט אויס פאר די עלטערע בחורים וואס און קיין שום נארמאלע סיבה זענען זיי אינדערויסן פון די נארמאלע געזעלבשאפט.

אדרבה אויב פארזעי איך עפעס לאזט מיך וויסן, ווייל דאס איז עפעס וואס מאכט מיך שטארק נארוועז..
בייגעלייגטע פיילס
8549a995-7633-4491-a5d6-ee1136e96fce.jpeg
8549a995-7633-4491-a5d6-ee1136e96fce.jpeg (20.63 KiB) געזען געווארן 655 מאל
3d24485f-5a37-4c47-b417-751269e02f04.jpeg
3d24485f-5a37-4c47-b417-751269e02f04.jpeg (26.12 KiB) געזען געווארן 655 מאל

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר