אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

הילף, עצות און טיפס
אני-הק'
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 11:11 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אני-הק' »

אישתישבי האט געשריבן:עס איז געוועהן א צייט וואס מען האט געדרייט די בחורים א קאפ יומם ולילה נוסח גער, און עס האט געברענגט אז בחורים האבן געהאט מענטעל פראבלעמען דערפון.

אין די פלעצער וואס מען דרייט נישט די בחורים א קאפ וועגען זרע לבטלה פעלט זיי נישט גארנישט, זיי זענען צופרידן און קענען לערנען און אומגיין מיטען טאג, און טאמער זיי דארפען מוציא זיין ז"ל זאגען זיי אפ א קאפיטל תהלים אדער תיקון הכללי און געפארען ווייטער.

דער זעלבער מיטל דארף מען נעמען צו אינטערנעט, איינער וואס דארף וואטשן פארן, ער קען זיך נישט אפטיילן, אנשטאט זוכן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פין די תאוות וואס איז בעצם א איינרעדעניש, ווייל עס איז נישט מעגליך, דארף ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו לעבן דערמיט.

ר' נחמן ברעסלאווער האט היינט מיליאן חסידים פאר איין סיבה. ער האט נישט געלייקענט אין זיינע נסיונות, און ער האט עס פארציילט און עס איז פארשריבן, און מענטשן וואס זעהן דער מהלך פון לעבען מיט נסיונות, ווערסעס דער געווענליכע מהלך פין אפשטופן און לייקענען אין די נסיונות און זיך איינרעדן אז מען גייט קענען פטור ווערן פין די נסיונות מיט א פילטער וכדומה, ווערען חסידים פין ר' נחמן.

דער יוטאפיע פין נישט האבן נסיונות און דורכפעלער עקזיסטירט נישט, און דער סיבה פארוואס מענטשן ליידן יסורי הנפש פין זייערע נסיונות און דורכפעלער איז פשוט ווייל זיי רעדן זיך נעבעך איין אז נאר זיי זינדיגען.

ווען זיי זאלען וויסן דער גרויסע סוד, אז דער רבי רב דיין גלח אלע צוזאמען טוהן דאס זעלבע ווי ער וואלטן אלע יסורי הנפש אוועק געגאנגען.

און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.


אזוי גייט עס אז בחורים דארפן אמאל דורך פאלן, אדער נעבעך זיי פאלן אמאל אדורך

האסט געמאכט א סערוועי ביי די בחורים צו יעדער פאלט דורך,
אפשר זענען דא א ריזיגע פראצענט וואס היטן זיך מנגיעת אותו מקום, און זיכער נישט קישו, און זיכער נישט הוצאה?????????
איך וועל פרעגן פארקערט, אפשר זענען דא א פראצענט וואס היטן זיך נישט אדער ווייל זיי האלטן נישט דערביי, אדער זייער יצר איז צו שטארק, אדער זיי כאפן נישט די פראבלעם, אדער זיי קענען זיך נישט ארויסזעהן? אבער ריבו דריבו זענען נישט אזוי ווי די פראצענט??????????
אפשר איז טאקע דא צוויי וועלטן , ווי ביידע זייטן ווייסן נישט פון די אנדערע, די זייט וואס ליינט און שרייבט דא האבן נישט קיין אנונג אז ס'איז דא א חלק וואס האבן נישט קיין מגע ומשא מיט אינטערנעט און אזעלכע סייט'ס און טוען נישט משגל באיסור, און יענע חלק ווייסט נישט אז די וואס זעהן אינטערנעט און ווערן נתעורר מפעם לפעם בקרי בשעת'ן רוקן דעם מייזל, ביי זיי איז עס אן אנגענומענע נארמע.
איך פרעג נישט צום זאך, טאמער יא זאל מען אריינהאקן.
אני הק' - איך בין איך, און איך הייס הק', הייליג אדער קליין? דאס קענסטו אליינס אויסוועלן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס׳איז קלאר צוויי באזונדערע פאראלעל יוניווערסן, איך וואס האב שוין טיעף אריינגעביסן אין ביידע קען מעיד זיין דערויף. אלס בחור האב איך נישט גע׳חלומ׳ט אז ס׳איז אפילו שייך אזא מין זאך אז א איד וואס פאררופט זיך רעליגיעז זאל מוז״ל זיין במזיד, פארמאגן אינטערנעט, קוקן מאוויס, קוקן אויף א פרעמדע פרוי, וכו׳, מ׳טאר נישט און פערטיג! קעיס קלאוזד. היינטיגע צייטן ווען איך הער מיינע אינגע פלימעניקעס רעדן איבער אינטערנעט און פאפ-קולטור והמסתעף כאילו יעדער וואס האט אינטערנעט איז פארזונקען אין שמוץ, מענטשן וואס הערן אויס ביאנסע און קעשא אפט באקומען הרהורים יעדעס איינציגסטע מאל, פרויען וואס טראגן cami tops און daisy dukes וועלן שלאפן מיט יעדער וואס וועט זיי נאר בעטן, א.ד.ג., ווייס איך נישט צו איך זאל לאכן צו וויינען.

און אז מ׳רעדט שוין, כ׳האב מיך אלץ געוואונדערט פארוואס אזויפיל פאפ-קולטור ליעדער רעדן איבער ליעבע און די ערשטע מצווה (שמוץ aka), ווען איך בין געווען אינג האב איך מיך איינגערעדט אז איך פארשטיי ווייל די שמוציגע גוים ליגן דאך אין דעם אגאנצן טאג, אבער ווען איך בין עלטער געווארן און אנגעפאנגען מער מיטלעבן די אלגעמיינע וועלט און געזעהן אז ס׳פאנגט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס האט מיר אנגעפאנגען עגבערן דיעס קשיא. ממש לעצטנס האב איך געכאפט אז פונקט די זעלבע קשיא קען מען פרעגן אויף אונזערע היימישע ליעדער, אלעס דרייט זיך ארום גאט און זיין תורה כאילו אינעם עכטן לעבן גיבט איינער א דעמן פאר די זאכן, איינער וואס הערט אויס אונזערע ניגונים קען זיך ממש דאכטן אז מיר זענען עפעס א מוסולמענע שבט פון אפגאניסטאן ווען אין רעאליטעט זענען מיר גאר ווייט דערפון, די זינגער און קאמפאזיטער וואס זינגען און פארפאסן דיזע ״הייליגע״ ניגונים זענען זיכער ווייט דערפון... נאר פשט איז אזוי, נגינה איז אן ארט, די גאנצע פוינט פון ארט איז אז ס׳איז פאנטאזיע און האט נישט גארנישט איינגעשטויסן מיט׳ן מציאות. נעמען א טעארעטישע אידיאל און רעדן דערפון כאילו ס׳איז א לעבעדיגע מציאות למטה מעשרה טפחים דאס איז פונקט וואס פאעזיע איז, ביי אונז איז די טעארעטישע אידיאל גאט, ביי זיי איז עס ליעבע, מיט׳ן פאקטישן טאג-טעגליכן לעבן האט עס אבער נישט קיין שייכות.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: איינער וואס הערט אויס אונזערע ניגונים קען זיך ממש דאכטן אז מיר זענען עפעס א מוסולמענע שבט פון אפגאניסטאן ווען אין רעאליטעט זענען מיר גאר ווייט דערפון, די זינגער און קאמפאזיטער וואס זינגען און פארפאסן דיזע ״הייליגע״ ניגונים זענען זיכער ווייט דערפון... נאר פשט איז אזוי, נגינה איז אן ארט, די גאנצע פוינט פון ארט איז אז ס׳איז פאנטאזיע און האט נישט גארנישט איינגעשטויסן מיט׳ן מציאות. נעמען א טעארעטישע אידיאל און רעדן דערפון כאילו ס׳איז א לעבעדיגע מציאות למטה מעשרה טפחים דאס איז פונקט וואס פאעזיע איז, ביי אונז איז די טעארעטישע אידיאל גאט, ביי זיי איז עס ליעבע, מיט׳ן פאקטישן טאג-טעגליכן לעבן האט עס אבער נישט קיין שייכות.

שני נביאים מתנבאים...
יחזקאל ל''ג פסוק 31 32
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אני-הק' האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:עס איז געוועהן א צייט וואס מען האט געדרייט די בחורים א קאפ יומם ולילה נוסח גער, און עס האט געברענגט אז בחורים האבן געהאט מענטעל פראבלעמען דערפון.

אין די פלעצער וואס מען דרייט נישט די בחורים א קאפ וועגען זרע לבטלה פעלט זיי נישט גארנישט, זיי זענען צופרידן און קענען לערנען און אומגיין מיטען טאג, און טאמער זיי דארפען מוציא זיין ז"ל זאגען זיי אפ א קאפיטל תהלים אדער תיקון הכללי און געפארען ווייטער.

דער זעלבער מיטל דארף מען נעמען צו אינטערנעט, איינער וואס דארף וואטשן פארן, ער קען זיך נישט אפטיילן, אנשטאט זוכן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פין די תאוות וואס איז בעצם א איינרעדעניש, ווייל עס איז נישט מעגליך, דארף ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו לעבן דערמיט.

ר' נחמן ברעסלאווער האט היינט מיליאן חסידים פאר איין סיבה. ער האט נישט געלייקענט אין זיינע נסיונות, און ער האט עס פארציילט און עס איז פארשריבן, און מענטשן וואס זעהן דער מהלך פון לעבען מיט נסיונות, ווערסעס דער געווענליכע מהלך פין אפשטופן און לייקענען אין די נסיונות און זיך איינרעדן אז מען גייט קענען פטור ווערן פין די נסיונות מיט א פילטער וכדומה, ווערען חסידים פין ר' נחמן.

דער יוטאפיע פין נישט האבן נסיונות און דורכפעלער עקזיסטירט נישט, און דער סיבה פארוואס מענטשן ליידן יסורי הנפש פין זייערע נסיונות און דורכפעלער איז פשוט ווייל זיי רעדן זיך נעבעך איין אז נאר זיי זינדיגען.

ווען זיי זאלען וויסן דער גרויסע סוד, אז דער רבי רב דיין גלח אלע צוזאמען טוהן דאס זעלבע ווי ער וואלטן אלע יסורי הנפש אוועק געגאנגען.

און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.


אזוי גייט עס אז בחורים דארפן אמאל דורך פאלן, אדער נעבעך זיי פאלן אמאל אדורך

האסט געמאכט א סערוועי ביי די בחורים צו יעדער פאלט דורך,
אפשר זענען דא א ריזיגע פראצענט וואס היטן זיך מנגיעת אותו מקום, און זיכער נישט קישו, און זיכער נישט הוצאה?????????
איך וועל פרעגן פארקערט, אפשר זענען דא א פראצענט וואס היטן זיך נישט אדער ווייל זיי האלטן נישט דערביי, אדער זייער יצר איז צו שטארק, אדער זיי כאפן נישט די פראבלעם, אדער זיי קענען זיך נישט ארויסזעהן? אבער ריבו דריבו זענען נישט אזוי ווי די פראצענט??????????
אפשר איז טאקע דא צוויי וועלטן , ווי ביידע זייטן ווייסן נישט פון די אנדערע, די זייט וואס ליינט און שרייבט דא האבן נישט קיין אנונג אז ס'איז דא א חלק וואס האבן נישט קיין מגע ומשא מיט אינטערנעט און אזעלכע סייט'ס און טוען נישט משגל באיסור, און יענע חלק ווייסט נישט אז די וואס זעהן אינטערנעט און ווערן נתעורר מפעם לפעם בקרי בשעת'ן רוקן דעם מייזל, ביי זיי איז עס אן אנגענומענע נארמע.
איך פרעג נישט צום זאך, טאמער יא זאל מען אריינהאקן.


איך ווייס אז יעדער פאלט אדורך ווייל עס שטייט אזוי אין ספרים, און מען רעדט דערפין ביי דרשות, און איך בין נישט סטופיד צו זאגן נאר איך האב נסיונות.

בכלל איז דאס א קרענק ביי מענטשן וואס זיי מיינען אז זיי קענען מאכן א אנשטעל אז זיי זענען צדיקים און האבן נישט קיין סיי וועלכע נסיונות, ווייל זיי זענען נישט נידריג.

מען דארף נישט גיין ביז מוז"ל, מען קען נעמען קנאה, נעם א איד מן השורה, פרעג אים אויב ער האט אמאהל הרגשות פין קנאה, און וויאזוי ער ספראוועט זיך דערמיט. מען וועט דיר מכחיש זיין אז ער האט נישט קיינמאל קיין קנאה. עס איז מיאוס, נאר גוים זענען מקנא.

דאס איז דער סדר ביי אונז, מען רעדט איין אז מען דארף מאכן דער אנשטעל, מען לערנט נישט וויאזוי צו לעבן מיט די נסיונות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אישתישבי האט געשריבן:... און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.

מנין לך זה? וואס מאכט דיך מיינען?


ניין, ר' צדוק זאגט דאס נישט...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

הקטן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:... און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.

מנין לך זה? וואס מאכט דיך מיינען?


ניין, ר' צדוק זאגט דאס נישט...

אפענע גמ' סוף מס' סוכה.
א"ר חמא ב"ח אלמלא שלשה מקראות הללו נתמוטטו רגליהם של שונאיהם של ישראל, ואשר הרעותי, וחד דכתיב כחומר ביד היוצר כן אתם בידי בית ישראל, וחד דכתיב והסירותי את לב האבן מבשרכם:
זאגט רש"י. שלשה מקראות - המעידין שהעונות והזכיות בידו.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס׳מיינט נישט אז א מענטש האט נישט קיין קאנטראל, וואס ס׳מיינט יא איז אז די קאנטראל וואס דער מענטש האט ווענדט זיך אין גאט׳ס ווילן איהם עס צו געבן, און טאקע דערפאר זענען דא מענטשן וואס האבן נישט קיין self control ווייל גאט האט זיי עס נישט געשאנקען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: אפשר איז עס געווען תחילתו ברצון וסופו באונס. (פארקערט ווי א געוויסע סיטואציע וואס די גמ' באשרייבט.). אזוי ווי מענטשן האבן שוין אויפגעוויזן די לעכערליכקייט פון דעם סטעיטמענט דורך נענסי רעיגן, די ווייב פונ'ם געוועזענעם פרעזידענט ראנאלד רעיגן, איבער דראג אדיקשאן..."דזשאסט סעי נאו"...! לויט איהר איז אויסגעקומען אז די מענטשן וועלכע זענען געפאנגען אין דראג עדיקשן קענען זיך זייער גרינג גובר זיין. נאר דורך זאגן..."ניין"...צו דראג באנוץ. כאילו זיי האבן קאנטראל איבער זייערע מעשים...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס איז א פסוק, גם מזדים חשוך עבדיך אל ימשלו בי, עבירות זענען מושל אויף דער מענטש. דער מענטש קען זיך נישט ארויסדרייען נאר מיט תפלה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

יתכן אז דאס איז אויך די פשט פון 'עבר ושנה נעשית לו כהיתר'.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מצפצף האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:... און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.

מנין לך זה? וואס מאכט דיך מיינען?


ניין, ר' צדוק זאגט דאס נישט...

אפענע גמ' סוף מס' סוכה.
א"ר חמא ב"ח אלמלא שלשה מקראות הללו נתמוטטו רגליהם של שונאיהם של ישראל, ואשר הרעותי, וחד דכתיב כחומר ביד היוצר כן אתם בידי בית ישראל, וחד דכתיב והסירותי את לב האבן מבשרכם:
זאגט רש"י. שלשה מקראות - המעידין שהעונות והזכיות בידו.

מיין שאלה צי אים איז נישט געווען פין וואו ער נעמט דעם רעיון נאר פין וואו נעמט ער דעם מספר "רובא דרובא"

אישתישבי האט געשריבן:עס איז א פסוק, גם מזדים חשוך עבדיך אל ימשלו בי, עבירות זענען מושל אויף דער מענטש. דער מענטש קען זיך נישט ארויסדרייען נאר מיט תפלה.

פין דעם זען מיר ס'דא אזא זאך וואו "זדים" אנדערע שלעכטע מענטשען וואס קענען יא אדער נישט זיין "ימשלו בי"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

הרב חגי לונדין על טהרת הברית
https://www.youtube.com/watch?v=T-PXdTh76KQ
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re:

שליחה דורך צוויי »

אישתישבי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2021 8:13 pm עס איז געוועהן א צייט וואס מען האט געדרייט די בחורים א קאפ יומם ולילה נוסח גער, און עס האט געברענגט אז בחורים האבן געהאט מענטעל פראבלעמען דערפון.

אין די פלעצער וואס מען דרייט נישט די בחורים א קאפ וועגען זרע לבטלה פעלט זיי נישט גארנישט, זיי זענען צופרידן און קענען לערנען און אומגיין מיטען טאג, און טאמער זיי דארפען מוציא זיין ז"ל זאגען זיי אפ א קאפיטל תהלים אדער תיקון הכללי און געפארען ווייטער.

דער זעלבער מיטל דארף מען נעמען צו אינטערנעט, איינער וואס דארף וואטשן פארן, ער קען זיך נישט אפטיילן, אנשטאט זוכן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פין די תאוות וואס איז בעצם א איינרעדעניש, ווייל עס איז נישט מעגליך, דארף ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו לעבן דערמיט.

ר' נחמן ברעסלאווער האט היינט מיליאן חסידים פאר איין סיבה. ער האט נישט געלייקענט אין זיינע נסיונות, און ער האט עס פארציילט און עס איז פארשריבן, און מענטשן וואס זעהן דער מהלך פון לעבען מיט נסיונות, ווערסעס דער געווענליכע מהלך פין אפשטופן און לייקענען אין די נסיונות און זיך איינרעדן אז מען גייט קענען פטור ווערן פין די נסיונות מיט א פילטער וכדומה, ווערען חסידים פין ר' נחמן.

דער יוטאפיע פין נישט האבן נסיונות און דורכפעלער עקזיסטירט נישט, און דער סיבה פארוואס מענטשן ליידן יסורי הנפש פין זייערע נסיונות און דורכפעלער איז פשוט ווייל זיי רעדן זיך נעבעך איין אז נאר זיי זינדיגען.

ווען זיי זאלען וויסן דער גרויסע סוד, אז דער רבי רב דיין גלח אלע צוזאמען טוהן דאס זעלבע ווי ער וואלטן אלע יסורי הנפש אוועק געגאנגען.

און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.


ס'הערשט דא א שטיקל צומישעניש
איז עס א פראבלעם, אדער איז עס נישט קיין פראבלעם, אדער איז עס נאר א בדיעבד...
אז ס'איז א פראבלעם, דארף מען מסתמא ווייטער יא שטארק רעדן און מעורר זיין פון די הארבקייט א.ד.ג.
איז עס נישט קיין פראבלעם, דאן שטומט עס נישט מיט די גמ',
יאנעשאלמע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: Re:

שליחה דורך יאנעשאלמע »

מ'קען נישט זאגן קיין כללים. בחורים סוגיא לחוד, ואברכים סוגיא לחוד.

בחורים פארשטייט יעדער אז יעדער פאלט דורך איינער מער איינער ווייניגער. די פראבלעם איז די גילט און שעם וואס קומט מיט. ווען ער קלאפט על חטא יום כיפור טראכט ער נאר פןן דעם און ער שפירט ווי א אויסווארף. ער פארגעסט פון עבירות פון לשון הרע, כיבוד אב ואם אהבת חברים. אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא.


אינגעלייט, אויב שטערט עס נישט דיין לעבן - דאס מיינט דיין רילעשינשיפ, דיין ארבעט, דיינע קינדער (אסאך מאל איז מען אין דינייעל אז ס'שטערט נישט קיינעם) דעמאלטס טוה תשובה אזויווי ווי די טוסט תשובה אויף לשון הרע. דו ווילסט רעדן לשון הרע? ניין. פאלסט דורך? יא. פילסט נאך א חלק פון כלל ישראל? זייער גוט. אזוי אויך פארן און ז"ל.

אויב פילסטו משוגע לאותו דבר גיי פאר העלפ. אפשר ביסטו נישט פרייליך אין דיין לעבן? אפשר ביסטו עדיקטעט. וכו וכו.
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

שליחה דורך צוויי »

איז עס נישט ערגער ווי לשון הרע?

אין תנא דבי אליהו זעט מען א גאנצע שטאט פון בחורים זענען אויסגעשטארבן צוליב דעם חטא, וכו' וכו', און ווי חז"ל ברענגען הארבע לשונות ווי מוטב וכו', און שוחטי ילדים, א.א.וו.

איך מיין נישט אוועקצומאכן לשון הרע וואס איז אויך א הארבע עבירה, אויף וואס די חפץ חיים האט שטארק פארפירט און געמאכט צוויי ספרים דערויף. אבער איך מיין אז מ'קען נישט אוועקמאכן זרע לבטלה ניאוף ביד או ברגל, אז מער ווי א האלבע יאר קען זיך בחורים סייווי נישט איינהאלטן פון עס טוהן ממילא שוין געהערט אזאנס... און אינגעלייט אויב שטערט עס נישט דאס לעבן האק א לעבן דעיקר זיי פרייליך און דיין לעבן אזוי ווי די ביסט פרייליך אפי' די רעדסט לשון הרע...
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

שליחה דורך צקון לחש »

צוויי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:29 pmאין תנא דבי אליהו זעט מען א גאנצע שטאט פון בחורים זענען אויסגעשטארבן צוליב דעם חטא, וכו' וכו', און ווי חז"ל ברענגען הארבע לשונות ווי מוטב וכו', און שוחטי ילדים, א.א.וו.

רצון ה' איז אז מיר זאלן בלייבן מיט א קלארע זינען אפילו נאכ'ן הערן די אלע גוזמאות
טיילונג איצט!
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

שליחה דורך צוויי »

רצון ה' איז צו גלייבן אין חז"ל אפי' די מאכסט מאנכע ליצנות'ן ארום דערויף
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

שליחה דורך עמרם »

צוויי האט געשריבן: רצון ה' איז צו גלייבן אין חז"ל אפי' דו מאכסט מאנכע ליצנות'ן ארום דערויף

חז''ל זאגן אונז אז לשון הרע איז ערגער ווי עבודה זרה גילוי עריות און שפיכת דמים!!
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

שליחה דורך צוויי »

עמרם האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:47 pm
צוויי האט געשריבן: רצון ה' איז צו גלייבן אין חז"ל אפי' דו מאכסט מאנכע ליצנות'ן ארום דערויף
אקעי, יעצט ווייס איך אז לשון הרע איז אויך אזוי הארב ווי גילו עריות, למאי נפקמ"נ?
אפשר ווען איך וועל נעקסטע מאל דורכפאלן מיט לשון הרע, וועל איך תשובה טוהן אזוי ווי אויף ז"ל...
חז''ל זאגן אונז אז לשון הרע איז ערגער ווי עבודה זרה גילוי עריות און שפיכת דמים!!
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

שליחה דורך חתן בחור »

צוויי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:29 pm אין תנא דבי אליהו זעט מען א גאנצע שטאט פון בחורים זענען אויסגעשטארבן צוליב דעם חטא, וכו' וכו', און ווי חז"ל ברענגען הארבע לשונות ווי מוטב וכו', און שוחטי ילדים, א.א.וו.

דערמאנט מיך פון א ספר וואס דער בעל מחבר האט געלעבט אין די צייטן ווען די ערשטע מיקראסקאפן זענען ערשינען. (אנטשולדיגט מיר, מיין זכרון לגבי ספרים ומחברים איז געפערליך שלעכט). מ׳האט דעמאלטס באטראכט זר״ע אינטערן גלאז, און מ׳האט געזעהן ווי ס׳געפונען זיך קליינע לעבעדיגע באשעפענישן וואס מאנעווערן זיך ארום איינס איבער׳ן צווייטן און לויפן ארום. פארשטייט זיך מ׳האט קיין סאך נישט געקענט זעהן אין יענע תקופה, און זיי האבן אנגענומען אז דאס וואס זיי זעהן זענען ממש גאר קליינע בעיביס מיט הענט און פיס, און איינמאל ס׳איז אינעם רחם פונעם מוטער הויבט עס אָן צו וואקסן גרעסער צו א פול סייז בעיבי.

דער מחבר פונעם ספר פירט אויס אז דאס צייגט אז מוז״ל איז ממש רציחה. צום אויספיר, בדרך כלל פסק׳ענט מען לויט די ידיעות און השגות פון יענע תקיפה וואס מ׳לעבט און. היינט ווייסט מען אז ס׳איז נער׳ישקייט, זר״ע פארמאגט בלויז צעלן, און מ׳הרג׳עט נישט קיינעם.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

שליחה דורך סביב העולם »

כמעט אויף זיכער ס'איז דער שבט מוסר
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

שליחה דורך עמרם »

איך האב עס אמאל געזעהן אין ספר הברית
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

שליחה דורך חתן בחור »

איך פלעג זיין שטארק אריינגעטוהן אינעם ספר הברית, גאנץ מעגליך.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
פארשפארט