שוין א לאנגע צייט וואס איך האב געהערט פון א חשוב'ן איד, אז איינס פון די גרעסטע פראבלעמען היינט איז דאס אז די המון עם שטייט העכער פון די רבי'ס אין וועמען זיי גלייבן.
דאס ווארט האט מיך שטארק אויפגעשאקלט, ווייל פיל מאל טרעפט מען אידן, ווועלכע מאכן פון אינדרויסן א רושם פון א באם, אדער א דראפאוט, אבער אויב רעדט מען מיט אים און מען באקענט זיך מיט אים, דערקענט מען א ערליכן איד מיט א צובראכן הארץ, פיל מאל איז עס צוליב דעם וואס זיי זענען געווארן אמת'דיג וויי געטאן דורך די היינטיגע רבי'ס/רבנים, און זיי ווייסן נישט וואס צו טאהן, זיי ווילן בשום אופן נישט איבערלאזן דעם באשעפער, אבער זיי ווייסן נישט אוואו אים צו געפונען.
טייל מאל טרעפן זיי אים אין גאר אינטערעסאנטע ערטער, און טייל מאל אויף אינטערעסאנטע אופנים. פארוואס שרייב איך דאס, ווייל א חבר האט מיר נעכטן צו געוויזן א קליפ, און דאס קליפ האט ממש צוריסן מיין הארץ. איך שטעל דא א לינק, און אדרבה, זאגט איר וואס איר זעהט דא:
http://www.gruntig.net/2012/10/michoel- ... shana.html
איך זעה דא אידן וועלכע זוכן דעם באשעפער מיט א אמת'דיגקייט. זיי קלאמערן זיך צו אים, ווי קליינע קינדער צו זייער טאטן. א קליין קינד טראכט נישט צו עס פאסט אזוי זיך אויפצופירן. ווען זיין טאטע קומט אהיים, שפרונגט ער ארויף אויף אים, און הענגט זיך אן אין אים, אפילו אויב ער האלט פונקט אינמיטן עסן און ער איז נישט זייער זויבער, און אפילו דער טאטע האלט אינמיטן עפעס וויכטיגס, דער קינד ווייסט נישט פון גארנישט, ער וויל יעצט זיין נאנט צום טאטן. דאס זעה איך אין דעם קליפ.
און איך זאג דא פארן רבוש"ע, אויב עס געפעלט דיר נישט וויזוי מיר פירן זיך אויף אין גלות, דאן קוק גוט איבער דעם קליפ, איינמאל און נאכאמאל...
רבוש"ע, ס'וועט דיר גארנישט העלפן, מיר זיינען דיינע קינדער...
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
- האט שוין געלייקט: 145 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
הדד בן בדד
כאב געהאט נאסע אויגען ביי דיינע ווערטער.
איך מיין אז דער באשעפער האט אסאך מער נחת רוח פון אזעלעכע אידען, וואס פאר וואטעווער ריזען איז נישט די גרעסטע פרימאק און ער לערענט נישט א גאנצען טאג און אפי' נישט בכלל אבער ער זיכט דעם באשעפער און וויל זיין נאנט מיט אים.
כאב שוין א אלטע שאלה אז אויב מע איז געגאנגען אין גלות ווייל מע האט געטוהן עבירות און דערצערענט דעם אייבערשטער, וואס טוהט מען אויף אז מע איז דא פארווארפען צווישען די גוים וואס לערנען אונז אויס די גרעסטע שמיציגסטע מעשים?
סע מוז זיין אז דער וואס האט באשאפען אזא קלוגע וועלט האט בעסערע חשבונות און האט מער הנאה יעצט ווי ביים בית המקדש וואס דעמאלטס האט מען געזעהן מער אפען התגלות אלוקית.

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
הונדערט פראצענט אזוי.
כ'האב אמאל געהערט פון א ערליכן איד, אז פון אויבן-אויף דוכט זיך אז דער אייבערשטער דערלייגט, מענטשן פארן כסדר אפ, דורות פאלן, שטיקער פון כלל ישראל גייען ליידער לאיבוד, עכ"פ למראית העין.
אבער א סוחר, אויב לוינט זיך אים נישט צו האלטן אפען די ביזנעס, פארמאכט ער עס. אז דער אייבערשטער לאזט עס אפן, איז דאך א סימן אז ער פארדינט נאך.
נו, פון די גויים פארדינט ער נישט, פון די מלאכים? אויך נישט. נאר פון אונז, געציילטע אידעלעך, שה אחת בין שבעים זאבים, מיט אונזער יצה"ר און ביטערע נסיונות. יעדע קלייניגקייט איז דאך הונדערטער מאל חשוב'ער ווי די אמאליגע עבודות, אזוי שרייבט דאך בפירוש ר"ח וויטאל זצ"ל בשם זיין רבי'ן דער אר"י הק'.
ספרים טייטשן, אבן מאסו הבונים, די פשוט'ע אידן וואס יעדער פאר'מיאוס'ט, היתה לראש פינה. זיי זענען נאך פון די שפיץ ביים אויבערשטן!
(אריין אינעם כנאיאקישן אשכול...)

וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
פרענטש וואנילע האט געשריבן:הערה צום פותח האשכול: ווען מ'רעדט צום רבוש"ע אדער פון רבוש"ע רעדט מען אביסל אנדערש, דיינע אויסדרוקן קענען מאכן א רושם ווי איינעם וואס די אמונה איז ביין'אים נישט אזוי אין פלאץ, וואס איז זיכער נישט דער פאל ביי דיר. חכמים הזהרו בדבריכם.
לאו דוקא.
עס איז ידוע פון איינע פון די צדיקים האבן גענוצט אן ענליכן לשון, ווען ער האט געזעהן אום תשעה באב ווי אידן ווארפן באבקעס איינער אויפן צווייטן און מען לאכט ארום, האט ער זיך אנגערופן, רבש״ע, אויב עס געפעלט דיר נישט ווי אזוי אידן האלטן דעם יום טוב, דאן נעם עס אוועק פון זיי..
וירח ה' את ריח הניחוח