וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

Re: וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

שליחה דורך ליב צו וויסן »

פרוכט זאפט האט געשריבן: ווען איינער מאכט א ביזנעס פלאן דארף ער טראכטן מיט וואס ער גייט קאמפיטען מיט די קאמפאניס וואס זענען שוין דא. קיינער גייט נישט עפענען א היימישע עסן קאמפעני מיט א ביזנעס פלאן צו קאמפיטען מיט גפן אויף די פרייזן ווייל ס'איז אוממעגליך. די איינציגסטע ביזנעס פלאן וואס מ'קען מאכן איז וואס באלעבאסטע טוהט, פארקויפן קוואליטי אדער אידישע לעיבלס און פראבירן צו זיין ''יאניק''.

פארוואס איז עס אוממעגליך?
אויב בעטן זיי סתם אין די וועלט אריין איז דאך עס גאר גרינג..!

גיב נישט קיין בעסערע קוואליטי, גיב די זעלבע, נאר בעט ביליגער!
וואס איז עס אזוי קאמפליצירט?
[NAMELESS]

Re: וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווייל ווי ביליג דו וועסט נאר בעטן וועט גפן קענען בעטן נאך ביליגער ביז דו וועסט ארויסגיין פון ביזנעס.

לאמיר נעמען א דוגמא. לאמיר זאגן אז צו מאכן א באטל קעטשאפ קאסט 50 סענט (ס'איז נאר א משל, כאפ מיך נישט אויפ'ן ווארט!!), און א קאמפעני קען נאך אלץ שיין פארדינען אויב זיי פארקויפן די באטעל פאר 1.50. גפן טשארדזשט 5 דאלער א באטל, ווייל זיי האבן די מאנאפאלי און קען טוהן וואס זיי ווילן.

קומסטו אריין מיט א ביזנעס פלאן. גייסט פארקויפן קעטששאפ פאר 1.50 און אזוי אונטערהאקן גפן. וואס מיינסטו גייט גפן טוהן? ער לאזט אראפ זיין קעטשאפ צו איין דאללער. אויב דו מאכסט א חשבון אז ביי איין דאללער קענסטו נאך אלץ מאכן געלט און גייסט אויך אראפ צו א דאללער גייט גפן צו 50 סענט, ביז דו גייסט ארויס פון ביזנעס. גפן קען אפארדן צו פארלירן געלט אויף אפאר פראדוקטן כדי דיך ארויסצולייגן פון ביזנעס. דו קענסט עס נישט אפפארדן.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

Re: וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

שליחה דורך ליב צו וויסן »

דאן פארוואס אין די גויאישע גאס איז אנדערש?
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

שליחה דורך דערהויבענע איד »

פרוכט זאפט האט געשריבן: ווייל ווי ביליג דו וועסט נאר בעטן וועט גפן קענען בעטן נאך ביליגער ביז דו וועסט ארויסגיין פון ביזנעס.

לאמיר נעמען א דוגמא. לאמיר זאגן אז צו מאכן א באטל קעטשאפ קאסט 50 סענט (ס'איז נאר א משל, כאפ מיך נישט אויפ'ן ווארט!!), און א קאמפעני קען נאך אלץ שיין פארדינען אויב זיי פארקויפן די באטעל פאר 1.50. גפן טשארדזשט 5 דאלער א באטל, ווייל זיי האבן די מאנאפאלי און קען טוהן וואס זיי ווילן.

קומסטו אריין מיט א ביזנעס פלאן. גייסט פארקויפן קעטששאפ פאר 1.50 און אזוי אונטערהאקן גפן. וואס מיינסטו גייט גפן טוהן? ער לאזט אראפ זיין קעטשאפ צו איין דאללער. אויב דו מאכסט א חשבון אז ביי איין דאללער קענסטו נאך אלץ מאכן געלט און גייסט אויך אראפ צו א דאללער גייט גפן צו 50 סענט, ביז דו גייסט ארויס פון ביזנעס. גפן קען אפארדן צו פארלירן געלט אויף אפאר פראדוקטן כדי דיך ארויסצולייגן פון ביזנעס. דו קענסט עס נישט אפפארדן.

ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס זיי האבן עס געטון?

ווי ווייט כ'זע גייען זיי נאר ארויף מיט די פרייז, און ווי אזוי זיי האלטן די מארקעט איז דורך פשוט'ע בלעקמעילינג
[NAMELESS]

Re: וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליב צו וויסן האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 1:57 pm דאן פארוואס אין די גויאישע גאס איז אנדערש?
אפילו אויב ס'וואלט געווען די זעלבע איז אינגאנצען א אנדערע זאך ווען מ'רעדט צווישן אחינו בני ישראל, ווען די וואס שינדן די הויט ווייקן זיך מיט אונז אין די זעלבע מקוה.

אבער ס'איז באמת נישט אזוי אין די גויאישע גאס, ווייל דארטן איז נישט איש כל הישר בעיניו יעשה, און כאטש ס'איז דא דארטען גענוג מאנאפאלי און קאראפשען, איז למעשה דא א רעגירונג וואס מישט זיך אסאך מאל אריין, בפרט פאר פראדוקטן וואס יעדער איינער ברויך קויפן. דאס איז נוגע סיי ביים סעטן פרייזן, און אזוי אויך ווען ס'קומט צו מאנאפאלי קען מען נישט גיין יענעם אונטערברענגען מיט די גאנצע רשעות ווי מ'טוהט ביי אונז, ווייל ס'ברעכט געזעצן, און אויך איז דא די מידיא וואס הייבט אויף א וויי געשריי ווען ס'גייט שרעקליך ארויס פון קאנטראל. (פארשטייט זיך אז ס'ארבייט ווייט פון פערפעקט, אבער די מושג איז דא, און ס'ארבייט אין א געוויסען זין). ביי אונז איז ביידע נישט דא. ס'איז נישט דא קיין געזעצן און ס'איז נישט דא קיין מידיא.

ס'איז די זעלבע סיבה פארוואס אונזערע גראסעריס לייגן נישט קיין פרייזן אויף די שעלפס און די גויאישע יא. ווייל אין די גויאישע וועלט איז דא א געוויסע מאס באשיצונג פאר די קאסטומערס. ביי אונז קען יעדער טוהן וואס מ'וויל ווייל מ'איז דאך אידן און געזעצן מיינט ביי אונז גארנישט, און די רבנים טוען אויך נישט אין די ענינים, בלייבן די קאסטומערס אויסגעשפילט פון אלע זייטן. נישט קיין תורה און נישט קיין צדק ומשפט.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

Re: וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

שליחה דורך ליב צו וויסן »

נ'אויב אזוי האב איך א פארטיגע פלאן..

מיר-קאווע שטיבל מעמבערס- וועלן עפענען א קארפארעישן וואס וועט גיין אין קאמפעטישן מיט די גפן'ס און ליעבער'ס, און וויבאלד מיר וועלן האבן די מידיע אויף אונזער זייט (קאווע שטיבל אליינס!) איז דאך אלעס געסאלווד....!

נו, ווער קומט מיט??
[NAMELESS]

Re: וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

שליחה דורך [NAMELESS] »

oops
כ'האב געמיינט אז אונז האמיר א אדאלט שמועס וועגן די ענין. זיי געזונט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליעב צו וויסן: נישט אזוי שנעל. איך בין אויך פונקט אזוי שטארק ענטוזיאסטיש ווי דו צו לייזן דעם פראבלעם.
נאר מ'דארף עס אנקוקן מיט א ביסל א רעאליסטישן בליק.

די אלע גרויסע קארפארעישנס האבן א סאך טיעפערע טאשן ווי א פאר אידיש שרייבערס אויף קאווע שטיבל.

איך מאך נישט (ח"ו) אוועק די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון קאווע שטיבל. נאר נעם למשל די גפן/קדם קארפארעישן.

אינ'ם ניו יארק'ער און קענעדישן מארקעט איז געווען א קאמפעני וועלכע איז געווען אפשר די גרעסטע אדער די צווייט גרעסטע אין צושטעלן כשר'ע פראדוקטן. זיי זענען געווען אין א יעדן ברענטש פון כשר'ע עסנווארג, אויסער גרעיפ דזשוס. זיי האבן געוואלט אריינגיין אין סופלייען גרעיפ דזשוס אויך, האט קדם זיי געווארנט אז זיי זאללן עס נישט טון, אויב יא וועט קדם אריינגין אין דעם כשר'ן פוד מארקעט. זיי (און דער בעה"ב פון די קאמפעני) האבן זיך אויסגעלאכט. זיי האבן אהערגעשטעט א גוטן, געשמאקן פראדוקט פאר ביליגער ווי קדם. נאר קדם איז ארויס אין א מלחמת חורמה אקעגן זיי, זיי האבן געמאכט א נייע קארפארעישן מיט'ן נאמען גפן. ס'איז אפילו געווען א דין תורה, און קדם איז ארויס גערעכט?

היינט איז די פוד קאמפעני אפשר א צענטל פון וואס זיי זענען געווען.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

שליחה דורך מילך טראק »

איך מיין אז אויסער פלייש איז קרם אדער בעניגא נישט קיין סאך טייערער ווי וואל-מארט
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

Re: וואו איז די קול קורא אקעגן טייערע "היימישע" פסח פראדוקטן?

שליחה דורך ליב צו וויסן »

berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 4:28 pm ליעב צו וויסן: נישט אזוי שנעל. איך בין אויך פונקט אזוי שטארק ענטוזיאסטיש ווי דו צו לייזן דעם פראבלעם.
נאר מ'דארף עס אנקוקן מיט א ביסל א רעאליסטישן בליק.

די אלע גרויסע קארפארעישנס האבן א סאך טיעפערע טאשן ווי א פאר אידיש שרייבערס אויף קאווע שטיבל.

איך מאך נישט (ח"ו) אוועק די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון קאווע שטיבל. נאר נעם למשל די גפן/קדם קארפארעישן.

אינ'ם ניו יארק'ער און קענעדישן מארקעט איז געווען א קאמפעני וועלכע איז געווען אפשר די גרעסטע אדער די צווייט גרעסטע אין צושטעלן כשר'ע פראדוקטן. זיי זענען געווען אין א יעדן ברענטש פון כשר'ע עסנווארג, אויסער גרעיפ דזשוס. זיי האבן געוואלט אריינגיין אין סופלייען גרעיפ דזשוס אויך, האט קדם זיי געווארנט אז זיי זאללן עס נישט טון, אויב יא וועט קדם אריינגין אין דעם כשר'ן פוד מארקעט. זיי (און דער בעה"ב פון די קאמפעני) האבן זיך אויסגעלאכט. זיי האבן אהערגעשטעט א גוטן, געשמאקן פראדוקט פאר ביליגער ווי קדם. נאר קדם איז ארויס אין א מלחמת חורמה אקעגן זיי, זיי האבן געמאכט א נייע קארפארעישן מיט'ן נאמען גפן. ס'איז אפילו געווען א דין תורה, און קדם איז ארויס גערעכט?

היינט איז די פוד קאמפעני אפשר א צענטל פון וואס זיי זענען געווען.
ר' בערל, כ'על דיר זאגן אזוי....

איך קען נישט די כשר'ע מארקעט, כ'קען אבער יא די נאטור פון מענטשן, און די טיפע טאשן פון מערערע היימישע אידעלעך.

סאום האו איז מיר שווער אנצונעמען אז די היימישע קאמפאניעס טוהן ממש וואס זיי ווילן ווען ס'קומט צו פרייזן, אן בכלל זיך רעכענען מיט מעגליכע קאמפעטישן.

יכול להיות אז איך בין דא אין די Wrong, כ'האב אבער שוין מיטגעהאלטן מערערע מאל ווי מענטשן רעדן זיך איין אז געוויסע קאמפאניעס שארן גאלד אויפן חשבון פונעם ציבור, און נאכן אריינקוקן טיפער טוישט זיך די בליק דראמאטיש.


לאמיר דא גיבן א שטיקל הסבר דא אין אונזער נושא:
פאראן לכאורה א הונדערט טויזנט משפחות וואס קויפן כשר'ע היימישע פראדוקטן.

ס'איז לכאורה נישט ווילד אנצונעמען אז אין עווערעדזש וועט א יעדע משפחה קויפן יעדע וואך לכה"פ 20 אייטעם'ס פון צווישן די גרויסע היימישע קאמפאניעס.

אויב וועלן מיר אננעמען אז די קאמפאניעס טשארדזשן איבער די קאסטומערס אפילו מיט בלויז אן "איבריגע" 25 צענט פער אייטעם איז פשט אז אין עווערעדזש צאלט יעדע משפחה אוועק 5 דאלאר א וואך פאר די גרויסע קאמפאניעס בלויז אין איבריגע געלטער.

אין אנדערע ווערטער חוץ פון די געווענדליכע פראפיטס וואס קאמפאניעס מאכן, וועלן זיי פארדינען "איבריגע" $5 פער קאסטומער.

וואס לפי מיין חשבון פון 100,000 קאסטומערס, איז דאס א האלבע מיליאן א וואך, וואס דאס איז ארום 25 מיליאן "איבריגע" פראפיט יערליך!!

אנטשולדיגט, אבער ס'לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אז די געלונגענע ביזנעס לייט ביי אונז אין די קאמיוניטי כאפן זיך נישט ארויף דערויף מיט אלע כוחות און פרובירן אראפצוציפן עטוואס פון די גרויסע מיליאנען.

אפילו די 100,000 נומער איז צו גרויס, האב איך דאך אבער גערעכנט בלויז 20 אייטעמס פער משפחה... סאוי כ'מיין אז מיין חשבון איז נישט אפגעפרעגט (און פארגעס נישט אז דאס איז נאר "איבריגע" געלטער, אויב די נייע קאמפעטישן איז צופרידן מיט נאר רעגולאר פראפיטן, קען ער בעטן פיל ביליגער אויף יעדע אייטעם און נאכאלס פארדינען די רעגולאר פראפיטן)
פארשפארט