berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 12, 2024 4:28 pm
ליעב צו וויסן: נישט אזוי שנעל. איך בין אויך פונקט אזוי שטארק ענטוזיאסטיש ווי דו צו לייזן דעם פראבלעם.
נאר מ'דארף עס אנקוקן מיט א ביסל א רעאליסטישן בליק.
די אלע גרויסע קארפארעישנס האבן א סאך טיעפערע טאשן ווי א פאר אידיש שרייבערס אויף קאווע שטיבל.
איך מאך נישט (ח"ו) אוועק די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון קאווע שטיבל. נאר נעם למשל די גפן/קדם קארפארעישן.
אינ'ם ניו יארק'ער און קענעדישן מארקעט איז געווען א קאמפעני וועלכע איז געווען אפשר די גרעסטע אדער די צווייט גרעסטע אין צושטעלן כשר'ע פראדוקטן. זיי זענען געווען אין א יעדן ברענטש פון כשר'ע עסנווארג, אויסער גרעיפ דזשוס. זיי האבן געוואלט אריינגיין אין סופלייען גרעיפ דזשוס אויך, האט קדם זיי געווארנט אז זיי זאללן עס נישט טון, אויב יא וועט קדם אריינגין אין דעם כשר'ן פוד מארקעט. זיי (און דער בעה"ב פון די קאמפעני) האבן זיך אויסגעלאכט. זיי האבן אהערגעשטעט א גוטן, געשמאקן פראדוקט פאר ביליגער ווי קדם. נאר קדם איז ארויס אין א מלחמת חורמה אקעגן זיי, זיי האבן געמאכט א נייע קארפארעישן מיט'ן נאמען גפן. ס'איז אפילו געווען א דין תורה, און קדם איז ארויס גערעכט?
היינט איז די פוד קאמפעני אפשר א צענטל פון וואס זיי זענען געווען.
ר' בערל, כ'על דיר זאגן אזוי....
איך קען נישט די כשר'ע מארקעט, כ'קען אבער יא די נאטור פון מענטשן, און די טיפע טאשן פון מערערע היימישע אידעלעך.
סאום האו איז מיר שווער אנצונעמען אז די היימישע קאמפאניעס טוהן ממש וואס זיי ווילן ווען ס'קומט צו פרייזן, אן בכלל זיך רעכענען מיט מעגליכע קאמפעטישן.
יכול להיות אז איך בין דא אין די Wrong, כ'האב אבער שוין מיטגעהאלטן מערערע מאל ווי מענטשן רעדן זיך איין אז געוויסע קאמפאניעס שארן גאלד אויפן חשבון פונעם ציבור, און נאכן אריינקוקן טיפער טוישט זיך די בליק דראמאטיש.
לאמיר דא גיבן א שטיקל הסבר דא אין אונזער נושא:
פאראן לכאורה א הונדערט טויזנט משפחות וואס קויפן כשר'ע היימישע פראדוקטן.
ס'איז לכאורה נישט ווילד אנצונעמען אז אין עווערעדזש וועט א יעדע משפחה קויפן יעדע וואך לכה"פ 20 אייטעם'ס פון צווישן די גרויסע היימישע קאמפאניעס.
אויב וועלן מיר אננעמען אז די קאמפאניעס טשארדזשן איבער די קאסטומערס אפילו מיט בלויז אן "איבריגע" 25 צענט פער אייטעם איז פשט אז אין עווערעדזש צאלט יעדע משפחה אוועק 5 דאלאר א וואך פאר די גרויסע קאמפאניעס בלויז אין איבריגע געלטער.
אין אנדערע ווערטער חוץ פון די געווענדליכע פראפיטס וואס קאמפאניעס מאכן, וועלן זיי פארדינען "איבריגע" $5 פער קאסטומער.
וואס לפי מיין חשבון פון 100,000 קאסטומערס, איז דאס א האלבע מיליאן א וואך, וואס דאס איז ארום 25 מיליאן "איבריגע" פראפיט יערליך!!
אנטשולדיגט, אבער ס'לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אז די געלונגענע ביזנעס לייט ביי אונז אין די קאמיוניטי כאפן זיך נישט ארויף דערויף מיט אלע כוחות און פרובירן אראפצוציפן עטוואס פון די גרויסע מיליאנען.
אפילו די 100,000 נומער איז צו גרויס, האב איך דאך אבער גערעכנט בלויז 20 אייטעמס פער משפחה... סאוי כ'מיין אז מיין חשבון איז נישט אפגעפרעגט (און פארגעס נישט אז דאס איז נאר "איבריגע" געלטער, אויב די נייע קאמפעטישן איז צופרידן מיט נאר רעגולאר פראפיטן, קען ער בעטן פיל ביליגער אויף יעדע אייטעם און נאכאלס פארדינען די רעגולאר פראפיטן)