שנונות ומשונות - לבית בריסק

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך berlbalaguleh »

אמאל האט הרב פישר זצ"ל פון ביד"צ גוט מגדיר געווען די בריסקער.

ער האט געזאגט נאך א מזל אז אשר יצר האט נישט קין שיעור. ווי ס'שטייט אין שו"ע "אפילו על טיפה אחת". ווייל אנישט וואלטן די בריסקער אריינגעקטנ'ט אין א גלעזל און געלאפן צום רב פרעגן אויב ס'האט דעם שיעור.

מ'האט עס שוין איינמאל געברענגט דא. נאר איך האב מיך יעצט דערמאנט. חזרה איז אייביג גוט.
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך תשפג »

ביים בריסקער פארן צינדען חנוכה לעכט איז אמאל געווען א בעזעם אנגעליינט אויפן וואנט האט ער עס געהייסען אוועק נעמען פון דארט ווייל ס׳וועט נאך ווערן א בריסקע חומרא צו האבן א בעזעם בשעת׳ן צינדען די מנורה.
זייט דעמאלטס איז געווארן די מנהג בעפאר׳ן צינדען, צו לייגען א בעזעם און עס אוועק נעמען.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך איך אויך »

און מדגיש זיין אז עס נישט א מנהג.

אבער גראדע איזעס נישט אזא ווערטל. די משפחת 'המלוכה' לבית בריסק פארט נאך עד היום זיך באדן ביים ביטש אין תל אביב, הם ובניהם ובחוריהם וראש ישיבתיהם. כ'מיין וועלכע ערליכע איד פאר היינט צום ביטש אין תל אביב? אבער זיי פארן צום פונקליכע פלאץ ביים שרתון ביטש אין תל אביב ווי דער זעידע איז געפארן און נעמען אפילו מיט די טייפ בענקל וואס ער האט דארטן גענוצט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

אין ישיבת מיר פלעג איך א שטיק צייט האבן א חברותא א בריסקער, אזא בריסקער בנפש רוח ונשמה אבער דאך אן אפענער קאפ, האט ער מיר געזאגט אז אין בריסק גייט מען נישט מיט קיין קאפל שבת אין גאס אלץ חומרא. זיי טענה'ן אז די גאנצע שימוש פון א קאפל איז נאר צוצודעקן דאס קאפ, און די שימוש פון א הוט איז אויך נאר צוצודעקן דאס קאפ, קומט אויס אז מה נפשך איינס פון די צוויי איז נישט שימושי און ס'הייסט א משא (אזויווי ס'שטייט אין די פוסקים לגבי אנטוהן צוויי גארטלעך). שוין, נאך א חומרא אין הלכות הוצאה איז אז זיי גייען נישט מיט קיין טלית קטן ווייל זיי זענען חושש צום שיטה פונעם בעל המאור אז התכלת מעכב את הלבן און לויט דעם זענען די ציצית א משא. זאגט ער אז איינער האט זיך אמאל נאכגעפרעגט אויף עפעס א בחור וואס איז נישט געוועהן אזוי איי איי איי האט מען איהם געזאגט אז ער איז א בריסקער, ווייל ער גייט נישט מיט קיין קאפל און ציצית :lol: :lol: :lol:
מופת הדור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך מופת הדור »

גייען אייביג מיט א שירעם און גאס אויב ס'וועט פלוצלינג רעגענען, קען עס זיין א חשש פיקו"נ צו ווערן פארקילט,
איינמאל האט זיך גענומען רעגענען האט זיך די ר"י געבייזרט אויפן זוהן פארוואס האט ער איהם נישט געזאגט ס'גייט רעגענען
וואלט ער גענומען די שירעם וואס מאכט זיך אויף.......
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:19 pm און מדגיש זיין אז עס נישט א מנהג.

אבער גראדע איזעס נישט אזא ווערטל. די משפחת 'המלוכה' לבית בריסק פארט נאך עד היום זיך באדן ביים ביטש אין תל אביב, הם ובניהם ובחוריהם וראש ישיבתיהם. כ'מיין וועלכע ערליכע איד פאר היינט צום ביטש אין תל אביב? אבער זיי פארן צום פונקליכע פלאץ ביים שרתון ביטש אין תל אביב ווי דער זעידע איז געפארן און נעמען אפילו מיט די טייפ בענקל וואס ער האט דארטן גענוצט.
און אויך די "אויגן שיצערס". אז מ'זאל (ח"ו) נישט זעהן וואס מ'דארף נישט. די ר"מ שליט"א האט דאך טונקעלע גלעזער. אבער וואס איז מיט די איבריגע עולם?
פרומער חסיד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re:

שליחה דורך פרומער חסיד »

אדנירם האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 3:46 pm איך האלט אינמיטן ארבעטן אויפן לענגערן ספר 'פנינים שזורים', וואס נעמט אויף 450 זייטן [אן די אמשינאווע סעריע], און איך האב איבערגעארבעט די ווערטלעך לבית בריסק, און איך האב זיי צוטיילט אין ניין פרקים, ווי פאלגענד:
דע ביכל איז אמאל ארויס? אויב יא, וואו קאן מען דאס פארשאפן?
מופת הדור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך מופת הדור »

berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:12 pm אמאל האט הרב פישר זצ"ל פון ביד"צ גוט מגדיר געווען די בריסקער.

ער האט געזאגט נאך א מזל אז אשר יצר האט נישט קין שיעור. ווי ס'שטייט אין שו"ע "אפילו על טיפה אחת". ווייל אנישט וואלטן די בריסקער אריינגעקטנ'ט אין א גלעזל און געלאפן צום רב פרעגן אויב ס'האט דעם שיעור.

מ'האט עס שוין איינמאל געברענגט דא. נאר איך האב מיך יעצט דערמאנט. חזרה איז אייביג גוט.
שווער צו גלייבן אז ר' ישראל יעקב האט עס געזאגט, אה"נ ער מיט ר' יעקב בלויא זענען געווען צוויי ירושלימע "סברא'ס",
אבער מיט א אפגעהיטענעם מויל ... , עכ"פ ער'ט עס זיכער געזאגט מער איידל ווי הנ"ל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'האט נישט צו טון מיט איידלקייט: וואס ר' ישראל יעקב פישר זצ"ל איז זיכער געווען. נאר ער איז אויך געווען א איד מיט שכל הישר. און ער האט נישט געקענט דערליידן די בריסקער איבערגטריבענע "חומרות" און חששות פון א ספק ספיקא. וועלכע האבן זיך געגרעניצט מיט או. סי. די. און אידישקייט האט זיכער נישט געמיינט דאס.
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

געוועהן א חסידיש אידל וואס איז אריינגעפאלען אין א בריסק'ר בית מדרש. נאכען דאווענין האט ער געזאגט קדיש און פארגעסען אז זיי דאווענען אשכנז און ער האט געזאגט... ויצמח פורקניה ויקרב משיחיה

גיבט א בריסקער א שריי...

נווו! לא יצמח פורקניה ולא יקרב משיחיה
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
פארשפארט