חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך הכנה דרבה »

ראדני האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 10:32 pm יעדע בעל דרשן זאגט איבער די זעלבע דזשאוק, אז ביי אידן ווען ס׳שטיייט wetr paint מוז מען גיין טשעקן צי ס׳טאקע נאס.

חחח כאן צריך לצחוק
ויש חולקין
הייליגע קוה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:18 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך הייליגע קוה »

יעדער וואס גייט אריין אין סטענדאפ, די ערשטע דזשאוק וואס זיי מאכן, ברשות וכו׳ איך האב מיך נישט צוגעגרייט וכו׳ און ער נעמט ארויס א פעקל צעטלעך פון טאש…..
איך קען שוין נישט איך האלט אז אויף צי מאכן סטענד אפ מוז מען האבן א לייסענס, און ווער עס וועט מאכן די דאזיגע joke וועט גלייך פארלירן די לייסענס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך berlbalaguleh »

לייסנס אדער נישט: ווער ס'קען עס דעליווערן נאטירליך. כאילו ער האט זיך יעצט דערמאנט דער איז מצליח. און ווער נישט. ער קעקעצט אדער האלט אין איין אריינקוקן אין א צעטל דער פלאפט בגדול.

א סאך בדחנים האלטן א קליין צעטעלע אין זייער הענט. וואס מ'באמערקט נישט. פון צייט צו צייט כאפט ער א בליק אריין אין זיין צעטל קטן. סוכ"ס קען ער נישט געדענקען אלע פרטים און שטותים פון די משפחה וואס ער האט נאר ערשט דערקענט.
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 3:16 am
א סאך בדחנים האלטן א קליין צעטעלע אין זייער הענט. וואס מ'באמערקט נישט. פון צייט צו צייט כאפט ער א בליק אריין אין זיין צעטל קטן. סוכ"ס קען ער נישט געדענקען אלע פרטים און שטותים פון די משפחה וואס ער האט נאר ערשט דערקענט.
רעדנדיג פון דעם בדחן'ס פיצעלע צעטעלע וואס ער האלט אזוי פאכמאניש פארשטעקט אין די טיפענישן פון זיין האנטפלאך, האב איך שטענדיג געוואלט פארשטיין וואס איז די פשט דערפון?
פינקי מיטן צעטל.jpg
הרב בדחן טייערע! צו מיינסטו טאקע אז דער עולם באטראכט דיין געלעמטע האנט ווי א טעלעפראמטער? יעדער איינער זעהט דאך אז דיין האנט איז שטעקן געבליבן אויף ארויף צוליב אומבאקאנטע סיבות... ס'גארנישט! יעדער איינער ווייסט אז דו ליינסט פון א צעטל ארויס, דעריבער טאמער קלערסטו אז דאס איז א בושה, האב איך פאר דיר קלארע נייעס: אכן נודע הדבר! די גאס ווייסט שוין אז דו ליינסט פאר א צעטל, און דו קענסט דיך רואיגערהייט שעמען...

ס'מער נישטא קיין סיבה צו באהאלטן דעם צעטל, און קענסט אראפלאזן דיין אויסגעמאטערטע האנט... ס'קוקט אויס בערך ווי דער סיקרעט סערוויס אגענט וואס מורמלט אריין טיף אין זיין ארבל און רעדט זיך איין אז קיינער כאפט נישט וואס דא גייט פאר... קאם אן! ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד...
secret_service.jpg
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

אט האט איר דעם ברא כרעא דאבוה... פינקי'ס תכשיט'ל מיט'ן באהאלטענעם פארבארגענעם צעטל אינעם שטייפן געלעמטן טעלעפראמפטער האנט כזקן ורגיל
שלמה יעקב וועבער.jpg
זעהט אויס אז דער טאטע זיינער האט אים נישט אנגעווארנט אז די האנט מוז בלייבן שטייף אין די פאזיציע, מ'טאר נישט חלילה אויפהייבן די האנט אויסצוגראדן דעם הוט, ווייל די סוד וועט זיך אנטפלעקן ח"ו, וכך הוה...
שלמה יעקב'ס סוד אנטפלעקט זיך.jpeg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אפטימיסטיש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

ווידעראום מאטי אילאוויטש באהאלט עס גאנץ כמעשה...
משה רבקש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך משה רבקש »

אז מ'רעדט שוין פונעם צעטל, האב איך מיך שטענדיג געוואונדערט ווי אזוי די בדחנים ליינען אויף א גאנצע מצוה טאנץ פון אזא פיצי פארמעט? מ'זעהט ניטאמאל ווי ער דרייט עס איבער אדער קנייטשט עס לאחור.
איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך מילך טראק »

איך מיין אז שטייט סך הכל נעמען,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז אויך דא קורצע קאמענטס (בראשי תיבות) איבער די משוגעת'ן און זאכן וואס דער מחותן און די געסט האבן ליעב.
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

ווייטער אין די סעריע פון חרד'ישע הומאר:

פרעגן יעדן איינעם כל נדרי ביינאכט: וויאזוי פאסטו?...
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

מכבד זיין א אינגערמאן מיט הגבה/גלילה און אים פרעגן פארדעם: דו קענסט אויסערווייניג?...
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

אריינזינגען ביים בר מצוה בחור'ס פשט'ל...
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

באווארפן דעם חתן מיט פעקלעך ביים עולה זיין... (און טאמער בלייבט איינס שטעקן אויפ'ן שטריימל, דאן איז עס אויסטערליש פאני)
הייליגע קוה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:18 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך הייליגע קוה »

ווארפן האנטוכער אויפן חתן ווען ער מאכט הבדלה.
ווארפן באבקעס אום תישעה באב אינמיטן קינות אז מען זאל נישט אריין פאלן אין מרה שחורה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הייליגע קוה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך berlbalaguleh »

לענ"ד זענען די אלע מנהגים געמאכט אלס סגולה קעגן עין הרע.אין אמת'ן וואלט מען באווארפן דעם חתן מיט שטיינדלעך. נאר מ'האט עס ממתיק געווען צו באווארפן מיט זיסקייטן (קענדיס).

ס'איז געווען אן אלטער באבישער מנהג צו ציען די אויערן פון א "בוירטהדעי בוי".
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

און וויאזוי קען מען באשרייבן חרד'ישע הומאר אן דערמאנען דעם וויץ פונעם יאר הונדערט וואס רופט זיך "שבת קאפעלוטש" נעמליך א שבת פאר מ'באווארפט דעם חתן (זעה פאריגע תגובה), איז א מצות עשה דחרדיתא צו צוקראכן דעם חתן בחור'ס קאפעלוטש עד חרמה!, והמדקדקים זענען מחמיר עס צו טון בשעת די הוט געפינט זיך אויפ'ן חתן'ס קאפ... כדי לשבר את האוזן...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך berlbalaguleh »

הייליגע קוה האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:22 pm ווארפן האנטוכער אויפן חתן ווען ער מאכט הבדלה.
ווארפן נו וויאזוי הייסט עס אום תישעה באב אינמיטן קינות אז מען זאל נישט אריין פאלן אין מרה שחורה.
הייליגע קוה: דאס עצם ווארפן האנטוכער אויפ'ן חתן ביי זיין ערשטע הבדלה איז אויך אן ענין פון א סגולה אקעגן עין הרע. נאר מ'האט געמאכט א פרייליכן שפיעל פון דעים.
הייליגע קוה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:18 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך הייליגע קוה »

berlbalaguleh האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:23 pm לענ"ד זענען די אלע מנהגים געמאכט אלס סגולה קעגן עין הרע.אין אמת'ן וואלט מען באווארפן דעם חתן מיט שטיינדלעך. נאר מ'האט עס ממתיק געווען צו באווארפן מיט זיסקייטן (קענדיס).

ס'איז געווען אן אלטער באבישער מנהג צו ציען די אויערן פון א "בוירטהדעי בוי".
מיין עלטער באבע פלעגט שלעפן די אויערן אזויפיל מאל ווי אלט מען איז געווארען….😂
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

berlbalaguleh האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:23 pm לענ"ד זענען די אלע מנהגים געמאכט אלס סגולה קעגן עין הרע.אין אמת'ן וואלט מען באווארפן דעם חתן מיט שטיינדלעך. נאר מ'האט עס ממתיק געווען צו באווארפן מיט זיסקייטן (קענדיס).
ווי שוין ערווענט אנהייב פון דעם אשכול מאכט נישט אויס וואס די כוונה/מטרה פונעם מחדש המנהג איז געווען, וזה לשוני: "און הגם נישט אלע פון די מנהגים וואס מיר וועלן דעמאנען זענען איינגעפירט געווארן מיט א הומאריסטישע כוונה, דאך האט זיך עס אזוי אנטוויקלט אז דער עולם האלט עס פאר א קנאקעדיגע וויץ, און מ'ווערט ווירקליך פרייליך דורכ'ן עס טון"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטימיסטיש האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:24 pm און וויאזוי קען מען באשרייבן חרד'ישע הומאר אן דערמאנען דעם וויץ פונעם יאר הונדערט וואס רופט זיך "שבת קאפעלוטש" נעמליך א שבת פאר מ'באווארפט דעם חתן (זעה פאריגע תגובה), איז א מצות עשה דחרדיתא צו צוקראכן דעם חתן בחור'ס קאפעלוטש עד חרמה!, והמדקדקים זענען מחמיר עס צו טון בשעת די הוט געפינט זיך אויפ'ן חתן'ס קאפ... כדי לשבר את האוזן...
אפטימיסטיש: דער מנהג (קדמונים) איז אויך אריגינאל געמאכט געווארן אלס סגולה אקעגן עין הרע. נאר מיט די צייט האט מען געמאכט א פרייליכן מצב פון דעם.

כאטש ביי די גויים איז אויך דא אן ענליכער מנהג. זיי טראגן דאך נישט קיין הוטן קענמען דאך נישט מאכן א "שבת קאפעלוטש". נאר די סטודענטן וועלכע גראדואירן פון די וועסט פאינט מיליטערישע אקאדעמיע בשעת זיי גראדואירן ווארפן זיי די מיליטערישע סטודענט היטלעך אין די לופטן. כאילו צו זאגן. "אונז דארף מיר עס שוין נישט מער האבן".
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

berlbalaguleh האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:31 pm

ווי שוין געזאגט, דערוילעם טוט עס היינט פאר פאן, נישט פאר עין הרע (והא ראיה קיינער גייט מער נישט מיט קיין רויט בענדל, און מאן דקפיד גייט צו א לייסענסד פראפעסיאנאל אפצושפרעכן פאר טייער געלט... קיינער באנוצט זיך נישט מער מיט די פרימיטיווע מיטלען...)

און דאס וואס דו ברענגסט אז די גוים טוען עס אויכעט, מאכט מיך איבערקלערן דאס וואס דו מאכסט עס פאר א "הייליגן" פריערדיגן מנהג קדום... טאמער האסטו נישט קיין מקור דערצו, וואלט איך עס ליבערשט קאטעגאריזירט אלס דרכי האמורי
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

berlbalaguleh האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:23 pm לענ"ד זענען די אלע מנהגים געמאכט אלס סגולה קעגן עין הרע.אין אמת'ן וואלט מען באווארפן דעם חתן מיט שטיינדלעך. נאר מ'האט עס ממתיק געווען צו באווארפן מיט זיסקייטן (קענדיס).

ס'איז געווען אן אלטער באבישער מנהג צו ציען די אויערן פון א "בוירטהדעי בוי".
נאכמער ר' בערל! כ'מיין רוב עולם וואלט ענדערש מסכים געווען צו באקומען אן עין הרע ווי איידער דארפן דורכגיין די שבעה מדורי סגולות קעגן עין הרע...
- רויט בענדל
- אפשפרעכן
- ווערן באווארפן מיט האנטוכער/שטיינער/פעקלעך
- די הוט (און קאפ) צוקראכט
- געצויגענע אויער'ן
- אנגעשפיגן ביי אלע באבעס
ועוד ועוד.. זאג דו מיר ביי וועלכע פונקט ווערט עס יצא שכרו בהפסדו?
זויער טייג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:51 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך זויער טייג »

אפטימיסטיש האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:24 pm און וויאזוי קען מען באשרייבן חרד'ישע הומאר אן דערמאנען דעם וויץ פונעם יאר הונדערט וואס רופט זיך "שבת קאפעלוטש" נעמליך א שבת פאר מ'באווארפט דעם חתן (זעה פאריגע תגובה), איז א מצות עשה דחרדיתא צו צוקראכן דעם חתן בחור'ס קאפעלוטש עד חרמה!, והמדקדקים זענען מחמיר עס צו טון בשעת די הוט געפינט זיך אויפ'ן חתן'ס קאפ... כדי לשבר את האוזן...
האב איך אמאל געהערט א שיינעם טעם, פארוואס האט מען מתקן געווען שבת קאפעלוטש? כדי צו ווייזן אז פון גארנישט קען מען אויך עפעס מאכן..
פארשפארט