שידוכים דילעמע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

Re: שידוכים דילעמע

שליחה דורך ליב צו וויסן »

א בני יואל האט געשריבן: יונגערמאן, לאמיר דיר זאגן איין זאך קודם,
אני בעצמי איז פון arranged marriage, כ'האב געהאט צוויי beshows
איך ווינטש מיינע בעסטע פריינד זאלן האבן אזא גוט לעבן און שלום בית ווי איך האב מער ווי א מנין יאר צוריק,
דער אייבירשטער זאל העלפן ווייטער.
כ'האב חתונה געהאט ביי די אכצען יאר.

דאס זעלבע מיט מיינע אלע געשוויסטער אינאיינעם מיט מיין שווערס קינדער, אלעס מיטן זעלבן סיסטעם.

איך קען דיר נישט זאגן נאר אז איך ווינטש מיינע קינדער די זעלבע שלום בית ווי איך, און אויך דורך דעם זעלבן סיסטעם (אויב זיי ווילן דעם סיסטעם, אז נישט בין איך מסכים ווי אזוי זיי ווילן עס)
ממילא לא זכיתי להבין פארוואס דו ווילסט עס פארטוישן.

איך דריי מיך גראדע מיט אסאך ליטווישע אין ארבעט, אונז האבן אסאך געשמועסט דערוועגן, און זיי זענען אויך נישט צופרידן מיט זייער סיסטעם...
אפשר קענסטו מסביר זיין וואספארא סיסטעם דו האסט אין מיינד וואס גייט יא ארבעטן?
דו זאגסט זייער גוט "איין באשעפער ווייסט", ער האט דאס אזוי געמאכט, און דאס איז יענעם באשערט געוועהן, און אזוי איז יענעם באשערט, ער האט דאס געזעהן פון פאראויס און אזוי האט ער געוואלט ס'זאל זיין.

א געוויסע נשמה האט געדארפט אראפקומען צוליב א געוויסע סיבה, מיר פארשטייען נישט דערצו.
און וויפיל פון די צוואנציג מינוטיגע beshows זענען נישט געווארן? דאס פארציילסטו נישט.

איי וועסטו פרעגן, פלוצלינג שרייסטו ס'איז אלעס באשערט,
האב איך טאקע אזוי אנגעפאנגען, מ'קען נישט ארויסנעמען די בעטערי פון די פאון און שרייען אויב ס'איז באשערט וועט עס קלינגען, מ'דארף נאך אלעמען האנדלען ווי נארמאלע מענטשן.
מ'דארף דאווענען די דאזיגע מענטשן זאלן קומען צום שכל און צוריקלייגן דעם בעטערי און לאזן דעם באשעפער פירן זיין וועלטל.

גוד פאר יו!! און פאר דיינע אלע געשוויסטער און פאר אלע קינדער פון דיין שווער!...

כ'האף אז דו פארשטייסט אז אפילו ס'זאל ווען זיין ממש אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ איז עס בלויז אנעקדאטל עווידענס.

איך קען גענוג און נאך משלים אויף פארקערט.
זאגסט אז ביי דיר האט עס געארבעט? געוואלדיג!
איך קען אויך עלטערע בחורים וואס האבן זיך געקליבן און געקליבן און למעשה גאר גוט אנגעטראפן...!
דאס מיינט אז אזוי דארף זיין?

פאראן אלע סארט מענטשן אויף דער וועלט.
בעפאר דו שטעלסט צוזאמען 2 מענטשן פארן לעבן מאכט סענס אז זיי זאלן זיך קענען עטוואס בעפאר, זיכער צו מאכן אז זיי זענען געמאכט איינס פארן אנדערן (און נישט געוואר ווערן נאכן מאכן א קינד אז דא איז דא א פראבלעם...)

סתם פאר אינטערסאנטקייט, מיט וואס פונקטליך איז א 20 מינוטיגע בעשוי בעסער ווי אן איין מינוטיגע ווידעאוי קאלל???

וואס פונקטליך ווערט מען געוואר ביי די 19'טע מינוט וואס מען האט נישט געוואוסט ביי די ערשטע מינוט?
אז דער בחור האט געזעהן נאך 19 מינוט ווי די כלה שמייכלט פארשעמטערהייט?
אז די מיידל האט נאכאמאל געהערט ווי דער בחור היסט??

אונזער בעשוי סיסטעם איז נישט מער ווי א שפיל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: שידוכים דילעמע

שליחה דורך שמעקעדיג »

א בני יואל האט געשריבן: הער איך אויך אסאך הרב ר' מענדל ווייס
א צדיק פון א יוד, ס'איז ממש נישט צום באגרייפן פון וואנעט ער נעמט אזוינע כוחות צו פארציילן און פארלערנען,
מ'קען פון אים אזויפיל ארויסנעמען.
דער יוד האט מיך מחזק געוועהן אויף איינע פין זיינע דרשות עפעס נישט נארמאל,
כ'האב א שיינע פאר שידוכים אויסגעפירט אדאנק זיין חיזוק, הלוואי ער וואלט דאס געוואוסט,
איך וואלט דעם יוד ארומגענומען

ווער איז דער ר' מענדל ווייס? וואו קען מען אים הערן?
וירח ה' את ריח הניחוח
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: שידוכים דילעמע

שליחה דורך א בני יואל »

ליב צו וויסן האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:52 pm

אשר על כן
וואס איז דיין פארשלאג
וואס האט דאס צי טוען מיט א קאנטראל פריעק וואס כאפט אן זיין טאכטער ווייל ער מיינט מארגען קימט דאס וואס ער זיכט שוין גאנצע פינעוו יאר אין קיינער קען דערווייל נאכנישט טרעפין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום א בני יואל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: שידוכים דילעמע

שליחה דורך א בני יואל »

שמעקעדיג האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:42 pm
א בני יואל האט געשריבן: הער איך אויך אסאך הרב ר' מענדל ווייס
א צדיק פון א יוד, ס'איז ממש נישט צום באגרייפן פון וואנעט ער נעמט אזוינע כוחות צו פארציילן און פארלערנען,
מ'קען פון אים אזויפיל ארויסנעמען.
דער יוד האט מיך מחזק געוועהן אויף איינע פין זיינע דרשות עפעס נישט נארמאל,
כ'האב א שיינע פאר שידוכים אויסגעפירט אדאנק זיין חיזוק, הלוואי ער וואלט דאס געוואוסט,
איך וואלט דעם יוד ארומגענומען

ווער איז דער ר' מענדל ווייס? וואו קען מען אים הערן?
https://torazoom.com/speaker/
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: שידוכים דילעמע

שליחה דורך א בני יואל »

צי די אלע וואס ווילען נאר פארטוישען דעים סיסטעם אין די ביז יעצטיגע סיסטעם ארבעט יא אדער נישט
נישט דאס איז דער פראבלעים
אדרבה מאך א אשכול מיט אינטערסאנטע געדאנקען ווי אזוי אין וואס צי פארטוישען
דער וויי געשריי איז סימפעל
א טאטע א קאנטראל פריעק כאפט אן זיין טאכטער רוב מאל אלעס ווייל ער זוכט עפעס מיט וואס ער זאל זיך קענען אויפטוען אין עפעס וואס פּאסט פאר עם אין סהאט גארנישט מיטן מציאות וואס זיין טאכטער דארף
אלעס מיטן איינרעדענישען אז מארגען גייט איינער אנקימען אין צישטעלן א חידוש נפלא איינס אין די וועלט
ער כאפט נישט אז שדכנים ברענען אויס אין רוב מאל גייט ער ניטאמאל קריגען א קאל ווען דאס מיידעל גייט שוין זיין דריי אין צוואנציג א חוץ עפעס א שדכנים אפיס אפשר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: שידוכים דילעמע

שליחה דורך berlbalaguleh »

שדכנים זענען אויך נאר מענטשן, און ווען זיי זעהען אז מיט דעם מענטש איז עס נאר א תפלת שווא לאזן זיי זיך אפ פון איהם און זיי זאגן איהם אז ער זאל פארלירן זייער נאמבער.

איך קען ליידער א משפחה וואס האבן 3 טעכטער פארזעסענע מוידן. לויט ווי מענטשן זאגן האט דער טאטע (ע"ה) געטון פונקטליך דעס פון וואס מיר רעדן. ער האט אפגעזאגט אלע שידוכים וואס מ'האט איהם אנגעטראגן. האבן זיי אויפגעהערט איהם צו קאללן. אפילו ווען ער האט שוין געוואלט ענדליך טון עפעס א שידוך האט ער נישט געהאט צו וועם צו רעדן. ווייל מ'האט איהם שוין נישט געגלייבט.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

Re: שידוכים דילעמע

שליחה דורך ליב צו וויסן »

א בני יואל האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:04 am צי די אלע וואס ווילען נאר פארטוישען דעים סיסטעם אין די ביז יעצטיגע סיסטעם ארבעט יא אדער נישט
נישט דאס איז דער פראבלעים
אדרבה מאך א אשכול מיט אינטערסאנטע געדאנקען ווי אזוי אין וואס צי פארטוישען
דער וויי געשריי איז סימפעל
א טאטע א קאנטראל פריעק כאפט אן זיין טאכטער רוב מאל אלעס ווייל ער זוכט עפעס מיט וואס ער זאל זיך קענען אויפטוען אין עפעס וואס פּאסט פאר עם אין סהאט גארנישט מיטן מציאות וואס זיין טאכטער דארף
אלעס מיטן איינרעדענישען אז מארגען גייט איינער אנקימען אין צישטעלן א חידוש נפלא איינס אין די וועלט
ער כאפט נישט אז שדכנים ברענען אויס אין רוב מאל גייט ער ניטאמאל קריגען א קאל ווען דאס מיידעל גייט שוין זיין דריי אין צוואנציג א חוץ עפעס א שדכנים אפיס אפשר
איך בין מסכים 100% מיט וואס דו שרייבסט דא.

(מיין נקודה איז בלויז געווען אז די פראבלעם וואס דו ברענגסט ארויף איז אלס א חלק פון א גרעסערע פראבלעם... Arranged marriages...
כ'האב נישט קיין קלארע סאלושן פארן גרויסן פראבלעם, גענוי ווי דו האסט נישט קיין קלארע סאלושן פאר די פראבלעם וואס דו ברענגסט ארויף.
מען האט אונז אבער אויסגעלערנט אז אויב ס'טוט וויי שרייט מען, און מען דארף טוהן און נישט אויפטוהן.. ;)
אבער אדם אוסר את שלו, וועל איך טאקע מער נישט רעדן דערפון דא אין דעם אשכול)
פארשפארט