די פראטעסטן אקעגן די מדינה האבן זיכער געהאלפן. ס'ווענדט זיך פאר וועים. א טייל מענטשן וואלטן משוגע געווארן פאר ליידיג גיין. האט עס זיי געגעבן עפעס צו טון. ס'האט אויך געהאלפן פאר די היימישע עקאנאמיע. זיי האבן פארקויפט א סאך טשיעז דעלקעלעך און קענס פון מים חיים סאדע. אויך האט מען געדינגען באסעס. און הרב הצדיק ר' איצא גליק זכותו יגון עלינו ועל כל ישמעאל איז געווען פארנומען מיט ארגאניזירן די גאנצע זאך. צווישן די דין תורה'ס.מילך טראק האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 29, 2024 2:20 pm זי אליין טענהט אז זי ווייסט אז דאס העלפט זייער ווייניג מאל, נאר דאס טוט מען ווען מהאט שוין פראבירט אלעס , און מען איז מודיע פארדעים אז מגייט מאכן א פראטעסט און דאס העלט רוב מאל יא ,
מקען פראבירן ווייל מהאט שוין ממילא נישט וואס צו דערלייגען.
אינטערעסאנט איז אז סאטמאר האט זיך יא איינגערעדט אז די פראטעסטן קעגן די מדינות ישראל וועלן אויפטוהן,
איך האב געזעהן פיקטשערס פון די (ריזיגע) פראטעסט אין וואשינגטאן בימי המלך באראק אבאמא, יר"ה. ווען דער שייגעץ און עוכר ישמעאל בנימין נתן יהוא איז געקומען רעדן צו דעם מלך (להבדיל). און דער גאנצער עולם האט געשריגן..."פוי,פוי.. ז' פעמים. כולם פה אחד ענו ואמרו...פוי, פוי,פוי.