א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווי באוואוסט איז הרב חיים שלמה בערגער שליט"א איינער פון די שרייבערס און קאמענטירערס פון די וואכנשריפט "מאמענט". ער שרייבט דארט א וועכנטליכן קאלום אונטער'ן נאמען "לעניית דעתי".

זיין סטייל פון שרייבן איז אז ער זוכט (אייביג) ארויס חטאים פון אידישע קינדער און ער באשרייבט עס מיט אלע פיטשיווקעס און ער שרייבט אויך דעם וועג וויאזוי עס מתקן צו זיין.

מיט בערך א יאר צוריק האט ער געשריבן וועגן דעם געוואלדיגן חטא וואס געוויסע אידן (פון די יונגערע דור) זענען זיך נוהג צו מאכן א וואכנאכט אין זייער הויף. פארשטייצעך ווען דער וועטער ערלויבט עס. האט ער אנגעהויבן זיין סיפור הדברים מיט א מעשה פון א יונגערמאן וואס האט געמאכט די וואכנאכט אין זיין הויף. און זיין טאטע (דעם יונגערמאנ'ס) האט נישט געוואלט קומען צו די וואכנאכט. דער יונגערמאן האט זיך געווינדערט פארוואס זיין טאטע איז נישט געקומען. וואס איז דען די עבירה? איז הרב בערגער מסביר (באריכות) אז ס'איז נישט עכט אן עבירה. נאר ס'איז פראסט. און ס'גייט אוועק פון די הייליגע אידישע מסורה.

פון דעם ארטיקל האט ער געהאט פרנסה פאר א פאר וואכן . אויך האט ער געשריבן אז מענטשן האבן איהם אפגעשטעלט אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד. אדער אין סופערמארקעט. אדער געשריבן בריוון און געטענה'ט. און וואס ער האט זיי געענטפערט.

נאכדעים איז געקומען זיין מערכה איבער די נייע סטייל פון הויכע שטריימלעך מיט א בויך און שפיצן. וואס מיט דעים האלט איך אז ער איז גערעכט.

פון די מערכה האט ער (ב"ה) געהאט פרנסה פאר א פאר וואכן און חדשים. אויך מיט בריוון און טעלעפאן קאללס וואס מענטשן האבן איהם גערופן און אפגעשטעלט אויף די גאס און געטענה'ט.

פלוצלינג האט דער אייבישטער געהאלפן און ער האט געטראפן ציונים. ווייל מ'הערט עפעס לעצטנס נישט זייער א סאך וועגן זיי. אויסער דער ביד"צ העדה החרדית ווען זיי מאכן א יעדן שני וחמישי א הפגנה אקעגן די גזירות נוראות נגד הדת פון די ציונים שר"י. וואו מיינט עטץ זענען זיי געווען? זיי האבן זיך באהאלטן ביי די גרעניץ פון אוקראינע און ווען די אידישע פליטים זענען אדורך די גרעניץ האבן זיי צוגערעדט אז זיי זאללן פארן קיין מדינת ישראל.

שוין. בקיצור נמרץ. נאכדעים האט הרב בערגער אנגעהויבן מיט די מערכה אקעגן די דעוועלאפערס וועלכע צאפן אויס דעם דם התמצית פון די אידישע איינוואוינערס און זיי בא'עוולה'ן זיי נאך. אשר על כן געט ער אן עצה אז דער היימישער עולם זאל אויפוואקסן און אנהייבן ארויסגיין אין אנדערע , נייע געגנטער. וואו ס'איז נאך ביליגער. אויך א גערעכטע מערכה.

ויהי אחרי המערכה האחרונה. וואס האט אויך אנגעהאלטן א שיינע פאר וואכן. ווען דאס האט זיך געענדיגט. נו, מ'דארף דאך פרנסה. זענען אייביג דא די ציונים (וגירוריהם) אין וועים מ'קען אריינשמייסן.

די פארגאנגענע וואך האט ער זיך צולאזט אויף די ציונים און אויך אויף די האלבע ציונים , ליובאוויטש. נאכדעים וואס ער שרייבט באריכות איבער די יארצייט און שיטה הקדושה פונ'ם מהרש"ב מליובאוויטש נ"ע. וויאזוי ער האט געקעמפט אקעגן די ציונים פון זיין צייט.

מיין שאלה צו הרב בערגער שליט"א איז: ביטע זאגט מיר ווען און וויאזוי די היינטיגע "ציונים" אויב ס'איז נאך בכלל דא אזא מין זאך. וויאזוי זיי שטערן אייך אין אייער סדר היום פון צו זיין אן ערליכער איד. זיי לאזן אייך נישט גיין אין מקוה פארטאגס. און לערנען א שיעור פאר'ן דאווענען . אדער דאווענען בציבור מיט מניין. אפשר שטערן זיי אייך אדער אנדערע אידן פון עסן כשר'ע מאכלים אדער האלטן שבת. אדרבה. זאגט מיר ווען און וואו. וועל איך (בלי"נ) ארגאניזירן די גרעסטע מחאה וואס איז נאר מעגליך אקעגן די ציונים. אויך וועט איהר מיר דארפן צו זאגן אוואו זיי געפינען זיך. און בחדא מחתא אריינפליקן בזיונות אויף ליובאוויטש. אזוי ווען איהר וועט (אי"ה) קומען צו א מסיבה אין די קהילה קדושה סאטמאר וועט מען אייך גלייך זעצן אויבן אן ווייל איהר האקט אויף ליובאוויטש.

פארוואס ווענד איך מיך צו הרב בערגער שליט"א דורך די שפאלטנס פון קאווע שטיבל? ווייל איך בין גאנץ זיכער אז ער ליינט קאווע שטיבל. און אפשר האט ער גאר א ניק אויך און שרייבט דא. איך האב כמה ראיות אויף דעים.

איך ווארט אויף א תשובה פון הרב בערגער...ZZZZZ!

נ.ב.: אפשר וואלט דער ארטיקל באלאנגט אין שמייכל. נאר איך האלט אז די טעמע איז צו ערנסט פאר דעם. זיין דעמאגאגישקייט איז שוין ממש למעלה ראש. וואס האט דיר ליובאוויטש געטון. אויסער אז ווען דו וועסט (ח"ו) אנקומען ערגעץ. אין א פארווארפענעם מקום און דו וועסט דארפן פארבלייבן איבער שבת ווייסטו דאך אליין אויך אז די איינציגע פלאץ וואו דו וועסט טרעפן אן אפענע טיר איז ביי א ליובאוויטשער חסיד. מילא ווען דו האקסט אויף די ציונים איז עס נישט מער ווי א דזשאוק. וואס ווילסטו פון אן עדה קדושה ווי ליובאוויטש?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רבים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:36 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

שליחה דורך רבים »

אדער איז עס פשוט נאך א וועג וויאזוי מאמענט פרובירט צי זיין קאנטראווערסיאל...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

שליחה דורך שמעקעדיג »

ר' בערל, לעצטנס זעה איך אז איר עסט זיך דאס געזונט מיט דעם בערגער'ן. עס איז נישט געזונט אין אייער עלטער זיך צו בייזערן אזויפיל, סטרעסס איז דאך א סיילענט קיללער און מיר ווילן אייך נאך האבן דא לאריכת ימים "ונשים"...

איך וויל נישט אריינגיין אין דיונים אז יענער מעג האלטן אנדערש ווי אייך, געוויסע מערכות מיט וועלכע איר זענט מסכים (ווי די צודרייטע שטריימלעך) זענען פאראן אסאך אנדערע וואס זענען אנטקעגן און ווילן אים עוקר מן השורש זיין פאר'ן שרייבן דעם אמת אין פנים, און דאס איז די זיסקייט פון כלל ישראל אז עס איז אזוי פילפארביג אזש צוויי אידן האבן 3 דעות... עכ"פ לאמיר נישט אריינגיין אין דעם.

אזויפיל וויל איך אייך נאר זאגן, איך קען פערזענליך דעם הרב בערגער'ן, ער איז זייער א בא'טעמ'טער מענטש אין ריעל לייף, און בכלל נישט נעגאטיוו. ער וועט זיך זייער פרייען צו באקומען פון אייך א טעלעפאן קאל און אויסשמועסן אלע טענות בטוב טעם ודעת. איך בין זיכער אז נאכ'ן רעדן מיט אים וועסטו שפירן בעסער, וועסט מסתמא אראפלייגן דעם טעלעפאן מיט א גרויסן שמייכל. וועסט זעהן אז ער איז א זיס אידל און נישט א שרעקעדיגער בוגימען.

"לעניית דעתי" (אאפס...) האט ער נישט קיין ניק דא אין שטיבל און כ'ווייס נישט צו ער ליינט דא בכלל (בעצם קען דאך נאר א איינגעשריבענע ניק ליינען אלע תגובות חוץ די ערשטע), אבער איך זאג עס נישט מיט קיין זיכערקייט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

שליחה דורך berlbalaguleh »

דו האסט א פוינט: ווייל די מערסטע ארטיקלען וועלכע זענען געשריבן אין מאמענט זענען פון א נייטראלע, מענטשליכע נאטור. נישט די פארדרייטע פאררוקטע אזוי גערופענע "קנאות". וועלכע איז נישט מער ווי שנאה און אומפארגינערישקייט. די עקסטרעמע "קנאים" האקן טאקע אויף מאמענט און זיי ווילן זיי לייגן אין חרם. ווייל ווען זיי שרייבן נייעס וועגן ארץ ישראל און די מצב דארט שעלטן זיי נישט צוזאם די ציונים און רשעים ארורים ימ"ש שר"י עפ"ל. נאר זיי שרייבן מיט א אידיש הארץ און געפיהל. אויך געבן זיי אינטערוויוס פאר רבנים פון די עדה קדושה ליובאוויטש. וואס איז ווי א דארן אין די אויגן פון די בייזוויליגע. זויערע און אומ-צופרידענע פארשוינען וועלכע דרייען זיך ארום מיט גארנישט א גאנצן טאג. און זוכן נאר וואו מ'קען זיך קריגן און שעלטן אנדערע אידן. און שרייען פוי און שייגעץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 2:01 am ר' בערל, לעצטנס זעה איך אז איר עסט זיך דאס געזונט מיט דעם בערגער'ן. עס איז נישט געזונט אין אייער עלטער זיך צו בייזערן אזויפיל, סטרעסס איז דאך א סיילענט קיללער און מיר ווילן אייך נאך האבן דא לאריכת ימים "ונשים"...

איך וויל נישט אריינגיין אין דיונים אז יענער מעג האלטן אנדערש ווי אייך, געוויסע מערכות מיט וועלכע איר זענט מסכים (ווי די צודרייטע שטריימלעך) זענען פאראן אסאך אנדערע וואס זענען אנטקעגן און ווילן אים עוקר מן השורש זיין פאר'ן שרייבן דעם אמת אין פנים, און דאס איז די זיסקייט פון כלל ישראל אז עס איז אזוי פילפארביג אזש צוויי אידן האבן 3 דעות... עכ"פ לאמיר נישט אריינגיין אין דעם.

אזויפיל וויל איך אייך נאר זאגן, איך קען פערזענליך דעם הרב בערגער'ן, ער איז זייער א בא'טעמ'טער מענטש אין ריעל לייף, און בכלל נישט נעגאטיוו. ער וועט זיך זייער פרייען צו באקומען פון אייך א טעלעפאן קאל און אויסשמועסן אלע טענות בטוב טעם ודעת. איך בין זיכער אז נאכ'ן רעדן מיט אים וועסטו שפירן בעסער, וועסט מסתמא אראפלייגן דעם טעלעפאן מיט א גרויסן שמייכל. וועסט זעהן אז ער איז א זיס אידל און נישט א שרעקעדיגער בוגימען.

"לעניית דעתי" (אאפס...) האט ער נישט קיין ניק דא אין שטיבל און כ'ווייס נישט צו ער ליינט דא בכלל (בעצם קען דאך נאר א איינגעשריבענע ניק ליינען אלע תגובות חוץ די ערשטע), אבער איך זאג עס נישט מיט קיין זיכערקייט.
הרב שמעקעדיג: צוערשט א יישר כח איבער דיין דאגה וועגן מיין געזונט. איך קען אויך הרב בערגער שליט"א פערזענליך. און איך ווייס אז ער איז א זיסער איד.

ועוד: איך טוה עס אויך נאר לצורך פרנסה. און איך שמייכל מיך גוט אונטער. פונקט אזוי ווי הרב בערגער. ער זוכט דאך אייביג עפעס איבער וואס צו שרייבן. און האקן אויף ציונות איז די גרינגסטע און שנעלסטע וועג צו דערגרייכן צו די אויערן פון די צוהערערס. די היינטיגע "ציונים" (איך ווייס נישט וואו זיי זענען. אויסער, פארשטייצעך ביי די גרעניץ פון אוקראינע.) קענען נישט צוריקקלאפן.

מדי דברי. איך טענה אז ס'איז היינט (ב"ה) שוין נישט דא קיין ציונים נישט אין אמעריקע און נישט אין ארץ ישראל. אפשר אין אמעריקע איז נאך יא דא. בערל בעל עגלה. אין ארץ ישראל איז היינט דא אידן און להבדיל גויים. די שומרי תורה ומצוות זענען אידן. און די איבריגע זענען גויים גמורים. וואס אינרטעסירט אונז אידן וואס די גויים טוען. אמת מיט הונדערט און הונדערט און פופציג יאר צוריק זענען געווען ציונים וועלכע זענען געווען מסיתים ומדיחים. נאר היינט זענען זיי שוין ב"ה נישט דא. האט דאך נישט קיין זין סתם צו האקן און רעדן דברי הבל. וועים שטערן זיי? פונקט אזוי ווי די אנדערע גויים פון אנדערע לענדער שטערן נישט די אידן בחסדי השי"ת צו זיין ערליכע אידן. אזוי אויך די גויים פון ארץ ישראל זיצן מער ווייניגער איינגעלייגט. נישט אזוי ווי ביי די התחלת המדינה האבן זיי אקטיוו געזוכט צו שטערן אידן און אידישקייט. די היינטיגע גויים אין ארץ ישראל זענען איינגעזינקען אין זייערע תאוות און ספארטס און זיי לאזן מער ווייניגער די אידן במנוחה.
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

שליחה דורך היום »

האט א גוט זאגער אמאל געזאגט
סאטמאר האט זיך אויף ג'סעט צו פייטן די ציונים נאך לאנגע יארן לעתיד
פונקט אזוי ווי לובאוויטש פירט נאך היינטוגע צייטן מלחמות מיט די מתנגדים צו חסידות...
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

שליחה דורך זאקן »

הרב בערל אונז אלע ווייסן שוין פון דיר אז ס׳איז שוין נישט דא קיין ציונים נישט אין אמעריקע אין ארץ ישראל און אויכעט אז הרב בערגער רעדט נארישקייטן, אויב די האלטס נישט אויס וואס ער שרייבט קענסטו אנהייבן קויפען ״די אידישע ליכט״ ע״ה, מיין טאטע האט איינמאל גע׳קויפט אלע בענדער פון די אידישע ליכט פאר צוויי דאללער א באנד ,איך גיי אים פרעגן צו ער וויל מאכן א שנעלע פליפ און פארקויפן פאר ר׳ בערל פאר פיר דאללער א באנד, מסכים?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

שליחה דורך berlbalaguleh »

זאקן: ( זה קנה חכמה): ייש"כ פאר דיינע גוטע ווינטשן. השי"ת זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין ביזנעס און מאכן גוטע געשעפטן און פארקויפן א סאך בענדער פון די אלטע אידישע ליכט (ע"ה).

נאר איך, פונקט אזוי ווי דיין טאטע, זז"ג בין אויפגעוואקסן מיט די אידישע ליכט. און איך האב אויך (ב"ה) עטליכע בענדער פון די אידישע ליכט אין מיין באזיץ.

נאר איך זעה נישט וויאזוי די סיפורי מעשיות פון דאס אידישע ליכט האבן עפעס א שייכות צו הרב בערגער'ס דעמאגאגישקייט.

ווייל נאר דער גרעסטער תמים וועלכער האט אפשר געוואוינט אויף די לבנה מיינט אז די ציונים שטייען בי א יעדן קארנער און שיסן ערליכע אידן. אויך. ליובאוויטש איז א גרינגער ווהיפינג באי. אדער פאנטשינג בעג. ספעציעל ווען ס'קומט צו פארקויפן סחורה פאר א סאטמער'ער עולם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער עקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:45 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

שליחה דורך דער עקס »

דאכט זיך מיר אז מאמענט מאגאזין בעצם, Pushes the envelope (איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו זאגן אין אידיש) און שרייבט זאכן וואס נארמאל געזעהן וואלט ווען פארשריגן געווארן דורך די געווענליכע פארדעכטיגטע פראפעשענעל מוחים קלאס. זענען זיי אויפגעקומען מיט אן איינפאל. אויפן ערשטן בלעטעל וועלן זיי שפילן קנאות פון צייט צו צייט, און אזוי האפן זיי צו פארבלענדן די פראפעשענעל מוחים קלאס.
“Every great cause begins as a movement, becomes a business, and eventually degenerates into a racket.”
סתם אזוי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2024 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

שליחה דורך סתם אזוי »

איך קען אויך פערזענליך הרב בערגער, ער האט נישט קיין ניק דא לויט ווי איך קענים, ער איז א טיפיקעל אייוועלט איד
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א שאלה צו הרב בערגער שליט"א

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער עקס האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 6:25 am דאכט זיך מיר אז מאמענט מאגאזין בעצם, Pushes the envelope (איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו זאגן אין אידיש) און שרייבט זאכן וואס נארמאל געזעהן וואלט ווען פארשריגן געווארן דורך די געווענליכע פארדעכטיגטע פראפעשענעל מוחים קלאס. זענען זיי אויפגעקומען מיט אן איינפאל. אויפן ערשטן בלעטעל וועלן זיי שפילן קנאות פון צייט צו צייט, און אזוי האפן זיי צו פארבלענדן די פראפעשענעל מוחים קלאס.
זיכער אזוי: ווייל סוכ"ס די ארויסגעבער פון מאמענט מעגעזין ווילן דאך אהערשטעלן א פראדוקט וואס אפעלירט צו די ברייטע מאסן פון ערליכע אידן. נאר א ביסל מוזן זיי זיך רעכענען מיט די שמאלע גרופ פון עקסטרעמיסטן. מערסטנס אין סאטמאר. ווייל די געוויינליכע טראבלמעיקערס האבן זיי שוין עטליכע מאל געוואלט לייגן אין חרם. אדער לכה"פ ארגאניזירן ריזיגע מחאות אקעגן זיי.
פארשפארט