פסח - זמן OCDתינו

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

פסח - זמן OCDתינו

שליחה דורך דיכטער »

יעדער געשעפט האט זיך זיין סעזאן אין יאר וואס דעמאלס מאכט ער זיין עיקר איינקונפט. ער פרובירט פארשטייט זיך, צו לייזן א פאהר טאלער אויך דורכאויס דעם איבעריגע טייל פונעם יאר אבער עס איז נישט קיין פארגלייך צו ווען עס קומט דער סעזאן, דער 'העווי סיזן'.
א קליידער געשעפט וועט ספעציעל ווערן פארנומען פאר דער ווינטער און פאר דער זומער, א ספרים געשעפט פאר חנוכה א.א.וו.

אן ענליכע ערשיינונג געפונט מען ביי פריוואטע מענטשן.
עס זענען פארהאן מענטשן וואס געווענליך, דרייען זיי זיך ארום אן קיין חיות. זיי לעבן איינפאך צוליב דעם וואס זייער הארץ קלאפט. אבער פלוצלונג קומט צו גיין א סעזאן און די חברה געבן א לעב אויף, ווי זיי זאלן ווען געפונען דער אורזאך צו זייער עקזיסטענס, ווי זייער לעבנס פראגע זאל ווען פארענטפערט ווערן.
דער טרינקער ווען עס קומט פורים, דאס איז דאך זיין טאג. היינט דארף ער זיך פון קיינעם שעמען, פאר קיינעם פארענטפערן. היינט איז ער ביי אלעמען אנגענומען, ער פילט זיך נישט איבעריג.

דער זעלבע איז ביי דער מענטש וואס גלייכט צו פעניען די נעכט און פארוויילן ביזן עלות השחר אריין, מיט שמועסן, פארטיס און פילמס. ווען עס קומט חנוכה האט ער שוין איינמאל אכט גאנצע טעג וואס ער קען פארגעסן פון זיינע שולד געפולן וואס פלאגן איהם. פאר אכט טעג קען ער וויילן און פארברענגען און ער שפירט זיך נישט אפגעפרעגט ביי קיינעם. דער בית יוסף'ס קשיא איז ער - פאר עפעס א מיסטעריעזע סיבה - קיינמאל נישט דערגאנגען.

די וואס האבן ליב צו פליקן זייערע טליתים פאר שחרית אויף זייערע שכנים, זענען זיך מחיה ביז טרערן מיטן לולב א.א.וו.

פסח איז דער יו"ט פאר די וואס עס איז זיי ליידער באשערט צו ליידן אויף OCD אדער אין אידיש: אק"ד (אבסעסיוו קאמפולסיוו דיסארדער).
אוי ווי די חברה קומען ארויס פון זייער באקס! זיי קריכן ארויס פון זייערע לעכער, אנטלויפן פון זייערע שטייגן און פארלאזן זייערע נעסטן. מיטן ווייזן דעם מיטלסטן פאר זייער טעראפיסט וואס ארבעט אריין אין זיי דורכאויס דעם יאר איבערמידלעך, הייבן זיי אן פריי צו לאזן דער אינערליכע רייץ צו זיין צוואנציג מיליאן פראצענט פערפעקט וואס ליגט נעבעך אזוי אונטערדרוקט אינערווייניג און ווארט שוין ארויס פאר אביסעלע לופט.

ווי די משגיחים וואס באוויינען די בחורים בין הזמנים נאכן אריין באָכענען אין זיי דעם גאנצן זמן, אזוי באוויינען די טעראפיסטן זייערע קליענטן ווען עס קומט ראש חודש ניסן. אלע היים-ארבעט, אלע איבונגען און נייע געוואוינהייטן אויף וואס מען האט זיך אזוי געמוטשעט, פון פאריאר אסרו-חג ביז יעצט, ווערן אראפגעפלאשט במחי יד.

נאך אזוי פרי ווי הארט נאך שושן פורים דערקענט מען שוין אז עס קומט זייערע סיזן. די אבסעסיע הייבט אן צו שטייגן אין ראנג פון נישט דילדן קיין חמץ אין די שלאף-צימערן ביז ווען עס ווערט א פולשטענדיגע ברעקלעכאפאביע (פאר די וואס ווייסן נישט וואס דאס מיינט: דער פחד פון ברעקלעך).

און איינמאל דער נייע לבנה באווייזט זיך העכערן האריזאנט, הערשט א טאטאלע פאניק ביי זיי אין הארץ. אלעס איז חמץ'דיג, אלעס מוז מען וואשן, רייבן, רייניגן, כשרן, רוימען און קערן הונדערט מאל אנקעגן די הונדערט קולות פון קשר"ק און אזוי ווי ס'דאך דא א ספק וואס דער שברים איז, דארף מען מחמיר זיין כמנהגם, לפי אלע שיטות פון אלע דיינים און מאן דאמר'ס פון אלע צייטן פון יעדער פלאץ און קרייז.

יעדער זאך וואס דער אויג באגעגענט איז א ספק פון א חשש אז אפשר איז דא א מעגליכקייט אז ס'קען זיין א שמא פון א משהו חמץ און דער ספק חשש וואס איז דא אין הארץ הייבט אן צו וואקסן ווי אויף הייוון און נאך אכצן רגעים איז עס פולשטענדיגע חמץ גמור.

און דאס אלעס איז בלויז די הקדמה צו דער אמת'דיגע חירות מיט וואס דער OCDיסט ווערט באשאנקען ווען עס קומט פסח זעלבסט.

אגאנץ יאר ווען ער וואשט זיך אפ דאס האנט פיר הונדערט און אכציג מאל נאכן ארויסקומען פון ביסכיסע, געבט ער שטארק אכטונג אז קיינער זאל נישט מיטהאלטן זיינע שוואכקייטן. ער שפירט זיך שוין גענוג פארווייטאגט און טוט עס אזוי צווישן די שורות.

אבער יעצט איז דאך דער סיזן. צו זיין שמחה איז נישטא קיין עק, זיין פרייד טרעפט קיין גרעניץ. ער קען זיך OCDען אפענערהייט און קיינער וועט נישט שענקען קייין איבעריגע בליקן, קיינער וועט נישט גיין פאר'מסר'ן זיין טעראפיסט, אלעס איז אין ארדענונג.

ער מוז זיך נישט צווינגען צו עסען פון דער ערד, ער דארף נישט קיין תירוצים אויף נישט צו עסען פון יענעם, ער קען רואיגערהייט נעמען נייע גלעזלעך פאר יעדן טרינק ביי איהם אין שטוב. יעדער איינציגע חומרא וואס פליט איהם אריין אין קאפ, קען ער זויפארט אנהייבן צו פראקטיצירן און ער דארף נישט ווארטן פאר א געלעגענהייט עס קודם צו אויספרובירן, און דאס אלס אן זיך דארפן זארגן מה יאמרו הבריות. ער איז אנגענומען צווישן מענטשן, מען רעספעקטירט איהם ווי ער זאל ווען זיין א נארמאלע מענטש. ער שפירט זיך פריי, ער פילט זיך ווי א קעניג.

ער כאפט אריין יעדער מינוט ווילאנג דער סעזאן גייט נאך אן און אוי ווי ביטער עס ווערט איהם ווען דער סעזאן קומט צו אן עק. ער ווערט אריין געשלעפט אין א טיפע מרה שחורה וואס פארנעמט שעות אויף שעות זיצן מיטן טעראפיסט, ביז ווען ער הייבט אן צו זען דער ליכטיגקייט ביים עק פונעם טונעל. נעמליך, אז נאך א האלבע יאר קומט שוין פרילינג ווידער צוגיין.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער שיין געשריבן.
איך זעה עס איז אין שמייכל, מסתמא מיינסטו צו מאכן ליצנות פון די איבערגעטריבענע חומרות פון געוויסע, אבער האמת ניתן להיאמר אז מענטשן וואס מוטשען זיך מיט OCD איז קיינמאל נישט געשמאק, חייהם אינם חיים, זיי פרייען זיך גארנישט צו אנטלויפן פונעם טעראפיסט... עס איז א ביטערע רחמנות אויף זיי און מען טאר זיי נישט דזשאדזשן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א לייק פאר'ן קעפל :like

אבער נישט געזארגט, ביי חרדים איז דא גענוג סחורה פאר די חברה אגאנץ יאר אויך, כדדרש ההוא גלילאה עליה דרב חסדא, כד רגיז רעיא על ענא עביד לנגדא OCDתא, ואם בארזים נפלה שלהבת מה יגידו אזובי הקיר... (און יא, איך ווייס וואס רש"י זאגט דארט, אבער אין מקרא יוצא מידי פשוטו...)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

שליחה דורך דיכטער »

שמעקעדיג האט געשריבן:זייער שיין געשריבן.
איך זעה עס איז אין שמייכל, מסתמא מיינסטו צו מאכן ליצנות פון די איבערגעטריבענע חומרות פון געוויסע, אבער האמת ניתן להיאמר אז מענטשן וואס מוטשען זיך מיט OCD איז קיינמאל נישט געשמאק, חייהם אינם חיים, זיי פרייען זיך גארנישט צו אנטלויפן פונעם טעראפיסט... עס איז א ביטערע רחמנות אויף זיי און מען טאר זיי נישט דזשאדזשן.
!Hundred percent, couldn't have agreed more
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: פסח - זמן OCDתינו

שליחה דורך דיכטער »

אפגעשריבן אן ארטיקל פאריאר, קוקט אויס גילטיג דאס יאר נאכאמאל…
(אין אמת׳ן שפיר איך זיך נאריש איבערצופרישן מיינע אייגענע אשכולות אבער במקום שאין וכ״ו… וה׳ הטוב יכפר…
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: פסח - זמן OCDתינו

שליחה דורך דערהויבענע איד »

דיכטער האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2024 5:58 pm אפגעשריבן אן ארטיקל פאריאר, קוקט אויס גילטיג דאס יאר נאכאמאל…
(אין אמת׳ן שפיר איך זיך נאריש איבערצופרישן מיינע אייגענע אשכולות אבער במקום שאין וכ״ו… וה׳ הטוב יכפר…
נאכאמזל האסט עס ארויפגעברענגט, כ'זע עס צום ערשטן מאל.

זייער א גוטע ארטיקל.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: פסח - זמן OCDתינו

שליחה דורך מילך טראק »

איך בין נישט מקיל אויף א משהוא חמץ אין בין מחמיר אויף ושמחת בחגך
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: פסח - זמן OCDתינו

שליחה דורך זאקן »

שכח פארן ארויפברענגן די אשכול, מיין מאמע האט א גרויסע הויז אן קיין קינדער אינדערהיים און זי קען ח״ו נישט אויף געבען די גויטע, זי הייבט אן אסרו חג פסח צו מאכן פסח׳דיג שוין פאר נעקסטע יאר, איך געדענק איינמאל האט איינער פון די גויטע׳ס געדארפט צוריק פארן צו איר אלטע לאנד און מהאט זיך געזעגנט זייער שווער, ס׳האט ממש אויסגעקוקט ווי מען געזעגנט זיך פון א קינד וואס גייט אוועק לערנען פאר א גאנצע יאר אין א״י, נאך פורים פלעג איך דארפן אויף זוכן א פרישע גויטע העכער די הייוועי ווייל איין גויטע איז נישט גענוג פאר פסח.

די בעסטע זאך פון האבן א גויטע איז אז אויב מפארלירט עפעס דארף מען עס אפילו נישט אויף זוכן ווייל די גויטע האט עס זיכער גע׳גנבט, איינמאל האט מיין מאמע גע׳קויפט בעבי אויל אין מ׳האט עס נישט געקענט טרעפן, די נעקסטע טאג האט מען גענומען ביידע גויטעס אויף א שטרענגע עף בי איי פארהער אין זיי האבן געלייקענט אז זיי האבן גע׳גנבט בעבי אויל, למעשה האט מען די נעקסטע טאג געטראפן די שאפינג בעג מיט די בעבי אויל אין די לעדל ווי ס׳ליגט די ליידייגע שאפינג בעגס, מיין מאמע האלט נאך עד יום הזה אז איינער פון זיי האבן עס גע׳גנבט נאר האבן זיך דערשראקן פון איר שטרענגע אויספארשונג און זיי האבן עס צוריק געברענגט די נעקסטע טאג, און כדי קיינער זאל נישט כאפן אז זיי האבן עס גע׳גנבט האבן זיי עס אריינגעלייגט אין א בעג אין די ליידיגע שאפינג בעג לעדעל, אבער זי האט עס זיכער נישט בטעות אריינגעלייגט דארט בשעת׳ן אריינלייגן ליידיגע בעגס.

ב״ה בא מיר אינדערהיים רופט מען א גויטע אפאר טעג פאר פסח פאר צוויי טעג אין מען מאכט די גאנצע הויז פסח׳דיג, פאר בדיקות חמץ מאכט מען די קאך און דיינוג רום ס׳נעמט בערך צוויי שעה.
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: פסח - זמן OCDתינו

שליחה דורך זאקן »

פון ארי סאמעט ווידיא זעה איך אז אלע היימישע שטיבער איז אייניג, ער האט א ווידיא ווי איינער האקט אריין אויפגעשניטענע פאטעטאס פסח, מיין מאמע פלעגט אויפשניידן א ריזיגע טעלער פעטעטאס פאר כרפס אין מיין טאטע פלעגט געבן א פיצי שטיקל אפשר אזוי גרויס ווי די נעגל פון די פינקי ווייל מער פון דעם איז שוין א כזית, ווען מ׳האט גע׳ענדיג אויסטיילן האט יעדער אויפגעשפרינגען פרייוויליג העלפן ארויס טראגן די כרפס טעלער אנגעפילט מיט די איבריגע כרפס, בערך צען הענט האבן געטראגן די איין טעלער, בא די טיים מ׳איז אנגעקומען אין קאך איז שוין נישט געווען קיין זכר. (אגב די שיעור פון א כזית פון די מצה איז געווען כמעט א גאנצע מצה, פאני ווי אזוי די שיעור ריקט זיך פון איין מינוט אויף די צווייטע 😂)
פארשפארט