אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
שלג זהב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך שלג זהב »

ווייס מיר שוין ווער ס'האט אנגעדרייט ס'גאנצע שערורי'...
Screenshot_20230927_17_WhatsApp.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

שלג זהב האט געשריבן:ווייס מיר שוין ווער ס'האט אנגעדרייט ס'גאנצע שערורי'...
Screenshot_20230927_17_WhatsApp.jpg
אויך געטראכט אזוי. איך האב געווארט צו זעהן לכה"פ איין פאליס רעפארט אדער איין וועריפייד נייעס פון די אלע לעצטיגע מעשיות (כקויף נישט די בולשות פון פראטעקטן. וויקטים איידענטיטי איז אייביג פראטעקטעד. און די ווידיעאו ווי איינער זעצט זיך אריין קען זיין א באצאלטע שפיל). יעצט קוקט עס מיר אויס ווי א מארקעטינג פאר די נייע קאר סערוויס וואס האט באשלאסן צו געבן דעם עולם דעם ערשטן טריפ פאר פרי.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

עקלדיג פוי
דאס איז די תירוץ פאר אלע פראבלעמען, א מאושר טעקסי אונטער די רבנים
א פרישע ווינט פון קאנטראל
נעקסטע יאר גייט אויפן אפליקאציע פונעם מוסד זיין א שאלה נוצט אייער משפחה א מאושר טעקסי אדער נישט מאושר
און השומרים גייט האבן א טעלעפאן ליין מיט א גליון וועגן די שעדליכע טעקסיס סאיז נאר א פראבלעם וויאזוי גייען זיי קענען שרייבן פונקטליך וואס איז געשען אויף א פרומען אופן…
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:ביז ממש לעצטענס האבן מאנסי'ע פרויען געטריבן קארס
דוכט זיך אז דער טשענדזש איז געשען ווען וויזניץ האט "איבערגענומען" און צוביסלעך ארויסגעריקט די "ישיבה'שע".
ווער קען אריינפילן מער אינפארמאציע?
יא!
ווען מיר זענען געווען קינדער - 30 - 40 יאר צוריק האבן אסאך "היימישע" מאמעס געדרייווט אין מאנסי אינקלודעט די וואס האבן געשיקט אין די היימישסטע מוסדות ווי וויזניץ, סאטמאר וכו’ איך געדענק ווען איך פלעג פארשפעיטיגען דעם באס פלעג איך גיין מיט מיין שכנט’ע אין חדר אריין,
עד שבאו די עקסטרעמיסטען [מעגליך יוצאי ווילי] און האבן קראנק געמאכט מאנסי מיט זייערע משוגעת’ן וואס אונז ליידען פון זיי עד עצם היום הזה ועוד ידם נטוי’ הי’ לא תהי’...
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שלג זהב האט געשריבן:ווייס מיר שוין ווער ס'האט אנגעדרייט ס'גאנצע שערורי'...
Screenshot_20230927_17_WhatsApp.jpg
טאקע א גיטע עצה, כאילו דער דרייווער קען נישט אויספלאגן די קאמערא, דער עם חכם ונבון קען נישט טראכטן גראד, דער עיקר איז אז א פרוי זאל נישט דרייווען, אינטערסאנט פארוואס אין פרויען מקווה לאזט מען נישט אריין קיין מענער, אמער, ס׳איז דאך דא קאמעראס…
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ביבער האט געשריבן:
שלג זהב האט געשריבן:ווייס מיר שוין ווער ס'האט אנגעדרייט ס'גאנצע שערורי'.
אויך געטראכט אזוי. איך האב געווארט צו זעהן לכה"פ איין פאליס רעפארט אדער איין וועריפייד נייעס פון די אלע לעצטיגע מעשיות (כקויף נישט די בולשות פון פראטעקטן. וויקטים איידענטיטי איז אייביג פראטעקטעד. און די ווידיעאו ווי איינער זעצט זיך אריין קען זיין א באצאלטע שפיל). יעצט קוקט עס מיר אויס ווי א מארקעטינג פאר די נייע קאר סערוויס וואס האט באשלאסן צו געבן דעם עולם דעם ערשטן טריפ פאר פרי.
היצטערט געהערט פון איינעם אז ס'גאר געווען consensual סתם אנגעדרייט א שטאט! אבער דאס נעמט נישט אוועק די וויכטיגקייט פון פרויען דרייוון
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

איך קויף עס נישט.
ווען עס איז ווען קאנסענטשועל וואלט זי נישט דערציילט פאר קיינעם.
.I got voices in my head.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

פארוואס וויל זי בשו"א נישט קלאגן דעם טעקסי קאמפאני מיט'ן דרייווער??
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך אונטער חכם »

וואס האט די מעשה דארט געדארפט צו זיין? יענער האט געטון עפעס אדער זי האט נאר מורא געהאט?

אופן קליפ הערט מען נאר איינעם שרייען אז מען האט געזעצט א מאן לעבן א פרוי.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

אונטער חכם האט געשריבן:וואס האט די מעשה דארט געדארפט צו זיין? יענער האט געטון עפעס אדער זי האט נאר מורא געהאט?

אופן קליפ הערט מען נאר איינעם שרייען אז מען האט געזעצט א מאן לעבן א פרוי.

ס׳איז אן אנדערע מעשה.
א פרוי איז גערעיפט געווארן אין א טעקסי פאר אפאר שעה און איז געווען אין שפיטאל פאר 2 וואכן.

עס זענען געווען 3 מעשיות די לעצטע פאר וואכן.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פארוואס וויל זי בשו"א נישט קלאגן דעם טעקסי קאמפאני מיט'ן דרייווער??
ווער זאגט זי וויל נישט?

גראדע זענען דא אסאך וואס ווילן נישט.
איבערדערציילן די געשעהניש יעדע מאל פאר א נייעם אפישעל איז איבערלעבן די טראומא נאכאמאל און נאכאמאל.

Never judge a victim that deals with rape by avoiding the situation.
.I got voices in my head.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

מיין ראי' איז נישט ווייל כ'האב א קשיא, נאר ווייל כ'האב געהערט אזוי און דאס אז זי וויל נישט קלאגן פארשטערקערט עס נאר.
קום אהער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 05, 2015 1:16 am
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך קום אהער »

בת קול האט געשריבן: ווער זאגט זי וויל נישט?

גראדע זענען דא אסאך וואס ווילן נישט.
איבערדערציילן די געשעהניש יעדע מאל פאר א נייעם אפישעל איז איבערלעבן די טראומא נאכאמאל און נאכאמאל.

Never judge a victim that deals with rape by avoiding the situation.
Pls send video
משה חזקי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 6:45 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך משה חזקי »

בת קול האט געשריבן: ס'איז אן אנדערע מעשה.
א פרוי איז גערעיפט געווארן אין א טעקסי פאר אפאר שעה און איז געווען אין שפיטאל פאר 2 וואכן.

עס זענען געווען 3 מעשיות די לעצטע פאר וואכן.
פארוואס שפיטאל? טערעפיסטן ברויך מען, ניין?
ספינקא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 5:59 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך ספינקא »

יעדע הייסע נואף מיט א גוטע דמיון ווי לייביש הכהן, קען זיך יעצט אראפזעצן און אויסדימיענען א הייסע מעשה, און יעדער וועט עס לייגן אויף סטאטוס און גלייבן.
אין פאקט איז נישטא קיין שום קעיס אפן קעגן די קאמפעני, און דער עולם ניצט זיי געהעריג.
מאנסי איז פיל מיט אויבער חכמים וואס וואלטן נישט שטיל געבליבן ווען איינער טשעפעט מיט זייער ווייב.
און מען קען בלייבן אנאנעמעס.
מען קען אייביג נאכגיין וועלכע ערל האט גענימן וועלכע טריפ, און אויב איז עס נישט געגאנגען דורך די קאמפעני האט מען זיין סעלפאן מיט זיין פלעיטס פון די קעמרעס.

קאט די וויהייסטעס.
חובב ציון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

שליחה דורך חובב ציון »

איך ווייס נישט אין וועלכע חלק פין מאנסי דו וואוינסט, וואס אויבער חכמים? עס פעלן דען תמימות'דיגע אומוויסענדע פרויען? און וויאזוי פונקטליך קען מען נאכגיין אויב א פרוי פלעגעד אראפ א טעקסי?
הכלל מען דארף נישט יעצט אנפאנגען נוצן נאר אידישע ווייל דארט ביסטע פונקט אזוי נישט פארזיכערט, מען דארף בלויז אנפאנגען אויסצולערנען פאר אונזערע קינדער, זכרים אין נקיבות, אז ווען מען זעהט איינעם לאקערן זאל מען אפטראגען אדער רופען פאליציי, די ספאנישע ווייסן אז מען קען טוען מיט אונזערע ווייבער וואס מען וויל, זאל זיך פאר איינעם דערוואגן צו קוקען צו שטארק אויף א פרוי אויפן סאבוועי.. אוי וועט ער האבן צו הערן..
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך אונטער חכם »

בת קול האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:וואס האט די מעשה דארט געדארפט צו זיין? יענער האט געטון עפעס אדער זי האט נאר מורא געהאט?

אופן קליפ הערט מען נאר איינעם שרייען אז מען האט געזעצט א מאן לעבן א פרוי.

ס׳איז אן אנדערע מעשה.
א פרוי איז גערעיפט געווארן אין א טעקסי פאר אפאר שעה און איז געווען אין שפיטאל פאר 2 וואכן.

עס זענען געווען 3 מעשיות די לעצטע פאר וואכן.
אויף וועלכע פון די דריי טענהט מען זיך דא?
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך סקעפטיקער »

באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בת קול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 1:27 pm
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פארוואס וויל זי בשו"א נישט קלאגן דעם טעקסי קאמפאני מיט'ן דרייווער??
ווער זאגט זי וויל נישט?

גראדע זענען דא אסאך וואס ווילן נישט.
איבערדערציילן די געשעהניש יעדע מאל פאר א נייעם אפישעל איז איבערלעבן די טראומא נאכאמאל און נאכאמאל.

Never judge a victim that deals with rape by avoiding the situation.
די געוויינליכע פעמיניסטישע תירוצים פון די "מי טו" העשטעג.

אויף ענגליש איז דא א ווערטל: "פוט אפ אר שאט אפ"...!
עסן עסט זיך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: Re:

שליחה דורך עסן עסט זיך »

אין אונזער הייליגע קאמיוניטי איז עס אבער אמת און מיט א שמוץ אריבער, עס איז כמעט אוממעגליך פאר א פרוי צו גיין פאבליק ביי אונז, די קאנסעקווענצען פאר איר און אונזער הייליגע קאמיוניטי איז אומדערטרעגליך, איך ווייס עס ליידער פירסט הענד.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך טמיר »

סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:41 pm https://www.shtetl.org/article/campaign ... i-industry
Wow, א מאסיווע ארבעט וואס ווייזט ווי אפאר פיפיגע ביזנעסלייט האבן פארפירט די גאנצע עולם אין באד אריין
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך berlbalaguleh »

טמיר האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:15 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:41 pm https://www.shtetl.org/article/campaign ... i-industry
Wow, א מאסיווע ארבעט וואס ווייזט ווי אפאר פיפיגע ביזנעסלייט האבן פארפירט די גאנצע עולם אין באד אריין
אונז האמיר געמיינט אז די אלטע שטיק פון שרייען אויף יענעם שייגעץ ווייל איך וויל עפעס פארקויפן האט זיך שוין אויפגעהערט. דערווייל זעה מיר אז ס'איז נאך חי וקיים מיט א שטארקייט.

נאר איך האב געהערט פון עטליכע מענטשן אז מ'זאל זיך צוריקהאלטן פון ניצן געוויסע נישט אידישע קאר סערוויס טעקסי קאמפעניס. ווייל די דרייווערס און זייערע בעלי בתים מסר'ן אויס פאר די גאווערנמענט געוויסע "אומ-לעגאלע" אקטיוויטיס פון זייערע אידישע קאסטומערס. אזוי ווי למשל בעיבי סיטטינג און דעי קעיר סערוויסעס וואס זענען נישט געלייסנס'ד. און אנדערע פריוואטע קליינע ביזנעס אינטערעסען וועלכע ווערן אנגעפיהרט דורך אידן.

איין סעפציפישע נישט אידישע קאמפעני וועמענ'ס בעל הבית('טע) האט געוויינט מיט קראקאדיל טרערן בשעת דעם אינטערוויו מיט שטעטל האט אליין אנגעפיהרט מיט עטליכע מסירות פון אידישע ביזנעסער. און זיי האבן געדארפט צאלן גרויסע סכומים אין געלט שטראף.
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך נפה »

טמיר האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:15 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:41 pm https://www.shtetl.org/article/campaign ... i-industry
Wow, א מאסיווע ארבעט וואס ווייזט ווי אפאר פיפיגע ביזנעסלייט האבן פארפירט די גאנצע עולם אין באד אריין

ווי זעסטו א מאסיווע ארבעט?
סתם שטותים, די שמועות איבער אינטערנעשינעל איז נאך פון פאר מענדי ניימאן האט חתונה געהאט, אסאך פון די וואס האבן געוואוינט אין מאנסי די לעצטע יארן ווייסן מעשיות איבער אינטערנעשינעל, און איך וואלט ערווארטעט פון אזא "שוחר שלום" וואס מיינט "נאר" די טובה פון די חסידישע קאמיוניטי צו ארויסקומען מיט אן ארטיקל וואס לויבט אויס די טויש אין די חסידישע קאמיוניטי וואס אנשטאט פארשווייגן טשעפערייען מיט פרויען ווייל אויב מען גייט טשעפענען אינטערנעשינעל גייען זיין מסר'ן די אומלעגאלע פלעי גרופס האט די קאמיוניטי אדרעסירט די פראבלעם אין פאבליק און נישט מורא געהאט פון נקמה,

אנשטאט דעם וויינט ער אז אין די אדווערטייזמענטס אויף קול מבשר און אין די קאנעקשענס איז נישט ארויסגעשטאנען באווייז איבער רעיפ אין די טעקסיס...
פארשפארט