דע את עצמך: קען דיינע קארטן!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

דע את עצמך: קען דיינע קארטן!

שליחה דורך מי אני »

5). דער סאפיסט גארגיאס האט געזאגט אז אויב איינער קען גוט די חכמה פון רעטאריק קען ער איבערעדן א צווייטן עכ״כ אז יענער האט ממש נישט קיין ברירה און בחירה אין טוהן וואס דער איבעררעדער וויל; עס איז אזוי ווי א דראג און אזוי ווי ווערן פיזיש געפירט דערצו. (א נייע געדאנק אין דאס שטארקייט פון לשון.) וע״ע כאן בנוגע די סאפיסטן וואס קען נוגע זיין אהער.

ענליך צו דעם אלעם האט סעקסטוס עמפּיריקוס אויך געזאגט אז מ׳קען בעצם מאכן טענות וואס זענען אייניג שטארק צו עני פון צוויי פארקערטע זייטן פון א נושא ווען מ׳טענה׳ט זיך דערויף.

מאנכע רעכענען גארגיאס ווי א נייהיליסט בנוגע עקזיסטענץ והמסתעף.

6). אין אפלטון׳ס יוטעדימוס טענה׳ן די צוויי סאפיסט ברודערס יוטעדימוס און דיאניסאדארוס (אין איינע פון זייערע ארגומענטן וואס אנהאלטן יא עפעס טיפערס) אז עס איז בעצם נישט מעגליך אז צוויי מענטשן זאלן זיך קריגן. דאס איז וויבאלד אויב איינער האלט אז עפעס איז שווארץ און די אנדערע אז עס איז ווייס, רעדט דאך איינע פון זיי איבער עפעס וואס עקזיסטירט נישט בעצם (אין די קאנטעקסט פון זייער מחלוקת). און אין אזא פאל זאגט דער מענטש גארנישט. דאס איז עפ״י מהלכו פון פּארמענידיס אז מ׳קען נישט רעדן איבער עפעס וואס עקזיסטירט (טאקע) נישט. טא, ווי אזוי איז שייך זיך צו טענה׳ן ווען איינע זאגט דאך גארנישט?

(ומענין לענין באותו ענין בזה.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

7). במשנתו של מאכיאוועלי:
DA3A5CF3-6E60-4001-A81B-BF3CF3440EB0.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

8). דער נִיַאיַא פילאזאף וואַקאַספּאַטיִ מיסראַ האט אראפגעשטעלט דריי סארטן וועגן פון דעבאטירן:

דאס ערשטע און עיקר, וויבאלד די תכלית פון דעבאטירן איז פשוט צוצוקומען צום אמת, איז וואַדאַ וואס דאס איז א דיסקוסיע. דהיינו, צוויי אמת-זוכענדע אינטערלאקיוטארס שמועסן צוזאמען און לייגן פאר זייערע ראציאנאלן איבער א נושא צו הערן איינע דאס אנדערע און זעהן סיי צו זייער אייגענע פאזיציע איז אויסגעהאלטן קעגן טענות וואס זיי האבן פארזעהן, און סיי צו די טענות וואס זיי האבן קעגן דאס פארקערטע פאזיציע זענען טאקע אזעלכע שטארקע פירכות. דאס איז וואס א דעבאטע באדארף צו זיין און ווי אזוי עס דארף ווערן געפיהרט.

אבער צומאל האנדעלט מען מיט א סארט סאפיסטישע אינטערלאַקיוּטאר וואס איז נישט אויפריכטיג בנוגע דאס אמת און זיין מטרה איז פשוט צו געוואונען ‏(ענליך צום הגדרה פון מהו [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]) כדי צו האבן מאכט אז אנדערע זאלן טוהן וואס ער וויל וכדומה. דעמאלטס זענען דא צוויי אנדערע נידעריגערע מהלכים בנוגע דעבאטעס וואס צומאל, למען טובת הציבור וואס ווערן באאיינדרוקט וכו׳, דארף מען זיך אראפ לאזן דערצו. איינע פון זיי איז דזשאַלפּאַ וואס איז א דיספּוטעישאן. דאס איז ווען די מטרה אין די דעבאטע איז אז די טענות זאלן ״אויסזעהן״ וואס בעסער, אפגעזעהן פון זייער עצם וואלידיטי וכו׳. א משל איז ווען א פאָלאסי פונעם אפּאָנענט ווערט אפגעענטפערט מיט א נאך בעסערן ״קנאקעדיגע״ טענה וואס איז אבער אויך א פאָלאסי, אבער זעהט אויס בעסער ווי סתם ארויסווייזן די פאָלאסי פונעם אפּאָנענט.

דערנאך איז דא וויטאַנדאַ וואס דאס איז זיך ראנגלען. מיינענדיג, אז מען האט און מען שטעלט ניטאמאל אן אייגענע פאזיציע; די מטרה איז פשוט אפצופרעגן וואס אימער די אפּאָנענט שטעלט פאר.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

9). פאר אינטרעסאנטקייט איז דא וואס מ׳רופט בּרענדאליני׳ס געזעץ. דאס לויטעט אז די צאל ענערגיע וואס מ׳דארף אויסגיבן אויף צו אפווענדן בּולשיט וכו׳ איז א מעגניטוד גרעסער ווי דאס וואס עס פעהלט אויס עס צו פראדיצירן...

10). ובסתם, עיין במו״נ (ח״א פל״א) מה שזכר מאלכסנדר הפרדוסי בענין המחלוקת, ובפרט בסיבה א׳.

11). עס איז אויך אינטרעסאנט צוצוצייכענען אין דעם שמועס צו סעיר׳ס געזעץ פונעם פאליטישן סייענטיסט פראפעסאר וואלאס וויליאם סעיר (און אנדערע). דאס לויטעט אז ווי ווייניגער די סטעיקס פון א דעבאטע, מחלוקת וכו׳ זענען, אלס העכער, שטערקער, און היציגער זענען די געפילען אין דעם. יא יא.
דאס קען אפשר גיבן נאך א סיבה פארוואס אין די אלע רבי׳שע מחלוקת, וואו אי מר רבה אנת תלמידא ואי מר רבה אנת תלמידא, איז פונדענסטוועגן דאך איז מען אזוי שטארק צוהיצט דערפאר.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

12). בנוגע דאס דראנג פונעם זיך טענה׳ן איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס מען רופט קאָנינגהעם׳ס געזעץ. דאס לויטעט אז די בעסטע וועג צו באקומען א גוטע ענטפער אויף א פראגע וואס מען פרעגט אויפ׳ן אינטערנעט איז נישט צו פרעגן א פראגע נאר פּאָסטן אן אומריכטיגע ענטפער...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

13). מספר על האדם (פ״ז) מהרב מנחם נחום משטעפינעשט/איטצקאן זצ״ל ‏
וכן איש בעל-הגיון מטבעו מוכן להתבזות ולדבר דברי סופיזמים, פלפולים של הבל, ובלבד שיוכל להראות את עצמו כאיש בלתי רגיל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

‏14). אין די לעקציע [8:20-9:30] מאכט דר. מעריען טעלבּאט א חילוק צווישן ארגומענטן: טענה׳ן מיט איינעם און טענה׳ן פאר עפעס. מען מוז מקודם גוט פארשטיין וואס מאכט וואליד און סאַוּנד/קאָדזשענט די צווייטע סארט [די יחס פון איין זאץ/פּראפּאזישאן צום צווייטן, און זיי צו צונעמען אין צו אזעלכע זאצן/פּראפּאזישאנס] פאר׳ן נוצן דעם ערשטן סארט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. פּאָל גרעהעם האט אויסגעשטעלט א היארארכיע ווי אזוי מענטשן טענה׳ן זיך. דאס איז אָנגעהויבן פון וואס איז די שוואכסטע סארט און מערסטע מצוי, צו בעסערע סארטן דרכי הטענה אבער (טאקע דערפאר) ווייניגער מצוי.

0). רופן נעמען - פשוט מ׳רופט יענעם ״א בהמה״ וכדומה. ואפילו ווען עס איז א מער ״פענסי״ וועג פון רופן יענעם א שם גנאי.

1). עד האָמינעם - דאס איז ווען מ׳פארשעמט און מ׳אטאקירט דעם מענטש דירעקט, ווי איידער די עצם טענה, ואפילו וואו עס האט א שייכות לגוף הטענה. לדוגמא, וואו מ׳טענה׳ט אז ער איז א היפּאקריט ונוגע בדבר בהטענה שטען, אדער אז ער איז נישט א געלערענטער.

2). א טענה קעגן דעם סטייל - דאס איז וואו מ׳באציהט זיך שוין צום עצם טענה, אבער די טענה איז פשוט אויפ׳ן לשון און טוֺין דערפון, ווי איידער די גוף הטענה ממש.

3). סתירה - דאס איז וואו מ׳באציהט זיך שוין צום עצם טענה ממש דורכ׳ן אידענטיפיצירן א פאזיציע דערקעגן, אבער אָן באזירן די קעגנזייטיגע פאזיציע.

4). קאַוּנטערארגומענט - דאס איז וואו מ׳איז מחזק די קעגנזייטיגע פאזיציע, אבער מ׳טוהט ל״ד צייגן וואו דאס איז בהדיא סותר די פאזיציע פונעם קעגנער; עס קען נאך אלס זיין בעצם אז מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.

5). אפפרעג - דאס איז שוין וואו מ׳צייגט אז די קאַוּנטערארגומענט איז בהדיא קעגן די פאזיציע פונעם קעגנער. עס קען אבער נאך אלס זיין אז דאס איז נאר קעגן א סניף פונעם קעגנער׳ס ארגומענט.

6). אפפרעג פונעם עיקר - דאס איז שוין וואו מ׳צייגט אז די קאַוּנטערארגומענט איז בהדיא קעגן די עיקר פאזיציע פונעם קעגנער, וואו מ׳ציטירט דירעקט דאס וואס ער האט געזאגט וכו׳.

דר. גרעהעם זאגט אז עס איז טאקע נישט מוכרח אז איינער וואס טענה׳ט אויף לעוועל 6 איז דייקא גערעכט. אבער עס איז יא מוכרח אז איינער וואס טענה׳ט זיך אויף נידעריגערע לעוועלס איז נישט גערעכט. וכמובן, אז אויף ווי א העכערע לעוועל די טענה איז, אלס מער איז עס בנחת און רואיגער וממילא איז מען מער צופרידן בכלל.
IMG_7126.jpeg

פארשפארט