פרייע אומגעבעטענע עצות
- John Doe
- ידיד השטיבל
- הודעות: 169
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל
פרייע אומגעבעטענע עצות
אין יעדע קאווע שטיבל הערט זיך כסדר שמועסן איבער נייעס, פאליטיק, ביזנעס, קהילות, וכדומה. און ווי ס'איז די סדר ביי אזוינע שמועסן איז אלץ דא איינער וואס האט עצות פאר יעדן. ער ווייסט פונקליך וואס ביל געיטס דארף טוהן מיט זיין געלט, ער האט א פלאן וויאזוי פטור צו ווערן פון אחמאדינעדשאד, ער האט אן עצה אויף די עקאנאמי, א שאד נאר אבאמא איז נישט דארט אין קאווע שטיבל אויסצוהערן דעם מן דאמר.
נו, למה נגרע? אונזער קאווע שטיבל איז עפעס א ראזשינקע? שעמט אייך נישט,, פיל מאל הערט מען גאנץ געלונגענע איינפעלער אפילו אינעם טישאוויצער קאווע שטיבל.. קל וחומר דא אינעם אבי אבות הקאווע שטיבלעך וועט מען זיכער הערן עצות אזוי צודערזאך אז אבאמא און די פענטיגאן וועלן זיצן דא מיט נאטיץ ביכלעך און אפשרייבן גאנצע מגילות פרייע אומגעבעטענע עצות.
אלזא, טינקט איין דאס פעדער,, אפברעכנדיג א שטיקל קאצקא צוקער, זויגט איין א טיפה קאווע הויך אויפן קול,,, און לאזט זיך עצהנען...

If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
- John Doe
- ידיד השטיבל
- הודעות: 169
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל
׳כעל אנהייבן מיט גאר א פשוטן עצה, נישט עפעס א קאפ שטיק נאר פשוט שכל הישר. אין בארא פארק האט זיך געעפנט נישט לאנג א הערליכן סופער מארקעט, ממש א פראכט. ס׳פאקט איין פאמעגרענעט מיט טשעסנאט פי כמה, און נאך דערצו האבן זיי גאנץ מעסיגע פרייזן. ס׳הייסט גורמעי גלאט ביים נאמען. פארענדיג אריבער האב איך באמערקט שוין אפאר מאל ווי פון פארענט פונעם געשעפט, אונטערן פרעכטיגן סיין ליגט א בלוי פלעסטיק שלאק, קודם איז עס געוועזן א קליינער שלאק לעצטנס איז די שלאק אזוי גרויס ווי דאס גאנצע ברייט פונעם סטאר. אט איז א בילד פון לעצטע וואך. (כ׳האב נעכטן געטשעקט, ס׳נאך דארט)
סיריעסלי, א שלאק?
איך בין זיכער אז עפעס א סיבה איז דא דערביי, אבער פאר אזא הערליכן סטאר פאסט עס נישט. איך שאץ אז מ׳האט אריינגעבאכעט אפאר שווערע מילליאנען אין דעם סטאר אז ס׳זאל זיין פרעכטיג שיין, פונקט פון פארענט לייגט מען אזא עקלדיגן בלויע פלעסטיק??
מיין עצה איז פשוט, מר. געשעפט אייגטימער, נעם אראפ דעם שלאק!
סיריעסלי, א שלאק?
איך בין זיכער אז עפעס א סיבה איז דא דערביי, אבער פאר אזא הערליכן סטאר פאסט עס נישט. איך שאץ אז מ׳האט אריינגעבאכעט אפאר שווערע מילליאנען אין דעם סטאר אז ס׳זאל זיין פרעכטיג שיין, פונקט פון פארענט לייגט מען אזא עקלדיגן בלויע פלעסטיק??
מיין עצה איז פשוט, מר. געשעפט אייגטימער, נעם אראפ דעם שלאק!
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
די וואך זאגט מיר איינער אן עצה פאר פארקינג ספעס.
מען זאל מעגן פארקען ביים פאמפ, העכסענס 2-3 פיס זאל מען לאזן ליידיג. ווען עס געשעט א פייער רח"ל זאלן די פייער לעשער ציען א פייפ פינעם פאמפ ביזען טראק.
פארוואס דארף מען לאזן 15 פיס אז די טראק זאל קענען אריינפארקן דארט.
זיי בלאקען במילא אפ די גאס ווען זיי קומען אן.
מאכט סענס?
מיין 7 יעריגס איז אויפגעקומען דערמיט.

- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דער טראק פארקירט ממילא נישט אריין אין די מצומצמ'דיגע פלאץ לעבן פאמפ. זיי ציען טאקע א פייפ ביזן טראק וועלכע שטייט אינמיטן ראוד.
איך מיין אז די ספעיס איז נאר אז ס'זאל זיין גענוג פלאץ פאר עטליכע פייערלעשער לייט צו גיין און קומען, שלעפן פייפס, אן זיך דארפן אריינשטופן בדוחק.
דוכט זיך אז גרינפעלד האט שוין אריינגעגעבן א בקשה צו די באהערדע מען זאל לאזן בלויז 10 פיס אפגערוקן פונעם פאמפ אנשטאט 15, וואס דאס איז גענוג פאר די פייערלייט צו טוהן זייער פליכט.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זר זהב האט געשריבן:דערווייל נישט
(בערעלבעלעגלה)
חשוב'ער ר' זר. לאמיר לערנען א פסוק חומש. מה פשעי ומה חטאתי כי דלקת אחרי. איך האב שוין היינט א פאר מאל באגעגענט דעם נאמען. ערשטנס. איז דיין ספעלינג נישט ריכטיג. איך שרייב עס אזוי.בערל בעל עגלה והשנית. דו האסט אפשר געהאט א בייזן חלום? מען זאגט נאך בשם אחד מגדולי ה'שאו ביזנעס. "ס'ארט מיך נישט אויב דו זאגסט גוטס אדער שלעכטס וועגן מיר. אבער ספעל מיין נאמען ריכטיג"
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זר זהב האט געשריבן:אויש טייערער ר' בערל, איך האב גארנישט געמיינט. זיי מיר מוחל, כ'האמיר געדארפט אביסעל אינטערהאלטן. דיין נאמען ספעלט איר דאך אין די ענגלישע שפראך, ס'בעסער עס צו שרייבן אין אידיש מיט א קליינעם טעות ווי אין ענגליש פערפעקט.
אין הכי נמי. נאר איך האב עס אריגינעל געשריבן אין ענגליש ווייל א סאך מאל האב איך אריינגעסיינט פון א קאמפיוטער וואס האט נישט לה"ק עמבעדדעד. און איך האב אזא שטארקע תשוקה צו ליינען און שרייבן אין קאווע שטיבל אז איך האב נישט געקענט מוותר זיין אויף די פאר טעג וואס איך האב נישט געקענט נוצן מיין אייגענעם דעסקטאפ.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:35 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
John Doe האט געשריבן: אין בארא פארק האט זיך געעפנט נישט לאנג א הערליכן סופער מארקעט, ממש א פראכט. ס׳פאקט איין פאמעגרענעט מיט טשעסנאט פי כמה, און נאך דערצו האבן זיי גאנץ מעסיגע פרייזן. ס׳הייסט גורמעי גלאט ביים נאמען. פארענדיג אריבער האב איך באמערקט שוין אפאר מאל ווי פון פארענט פונעם געשעפט, אונטערן פרעכטיגן סיין ליגט א בלוי פלעסטיק שלאק, קודם איז עס געוועזן א קליינער שלאק לעצטנס איז די שלאק אזוי גרויס ווי דאס גאנצע ברייט פונעם סטאר. אט איז א בילד פון לעצטע וואך. (כ׳האב נעכטן געטשעקט, ס׳נאך דארט)
סיריעסלי, א שלאק?
איך בין זיכער אז עפעס א סיבה איז דא דערביי, אבער פאר אזא הערליכן סטאר פאסט עס נישט. איך שאץ אז מ׳האט אריינגעבאכעט אפאר שווערע מילליאנען אין דעם סטאר אז ס׳זאל זיין פרעכטיג שיין, פונקט פון פארענט לייגט מען אזא עקלדיגן בלויע פלעסטיק??
מיין עצה איז פשוט, מר. געשעפט אייגטימער, נעם אראפ דעם שלאק!
איך בין דורכגעפארן פרייטאג נאכמיטאג, ס'איז געווען אביסל א פארוואלקענטע צייט. האביך געזעהן אז די אונטן פונעם שלאק איז פארבינדען צום צוים ארום די וועגעלעך. דאס מיינט אז בשעת א רעגן וועטער, דינט דאס אלס א דאך העכער די וועגעלעך.
אז מ'קוקט גוט, קען מען זעהן די שטריקלעך אונטען ביים שלאק, גרייט על כל וועטער שתבוא.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל