וואס קען איך שמועסן ביים שבת/יו"ט טיש?

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרוכט זאפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:41 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

וואס קען איך שמועסן ביים שבת/יו"ט טיש?

שליחה דורך פרוכט זאפט »

ס'קומט שוין די צווייטע טעג בע"ה און מ'גיימיר אויף יו"ט צו מיין שווער און שוויגער. מיין משפחה האט הנאה צו גיין און מיך שטערט עס אויך נישט. איין פראבלעם האב איך נאר: די סעודות.

די מעשה איז אזוי: מיין שווער און טייל פון זיינע קינדער באלאנגען צו איינע פון די באקאנטע חסידות'ן, און יעדע דריי פיר שורות וואס קומט ארויס פון זייער מויל האט עפעס א שייכות מיט זייער רבי אדער פארטיי. נישט דווקא לשבח, נאר פשוט ווייל זייער גאנצע לעבן דרייט זיך ארום דעם. דער רבי האט געזאגט אזוי, דער רבי האט געטראכט אזוי, מעכל האט געגעבן פאר'ן רבי'ן, זרח האט געכאפט פונעם רבי'ן, דער רבי האט געפרעגט, געמיינט, געלאכט, געוויינט, אונטערגעשריבן, נייע ביהמ"ד, אלטע ביהמ"ד, נייע תקנה, אלטע גזירה, די חסידות'ס אתרוגים מארק, ערב יו"ט קיופאנס פון די חסידות געשעפטן, געזעהן עפעס אין די חסידות צייטונג/מאגאזין/גליון, וכו'.

דאס אלעס ברענגט מיר די בלוט אויף אין קאפ נישט ווייל כ'באלאנגט נישט צו די פארטיי און די אלע זאכן אינטערעסירן מיר נישט, נאר ווייל כ'בין קעגן די רבי'ס-אנשיקעניש און כ'האלט אז זיי זענען עבודה זרה ממש פשוטו כמשמעו, און ס'שטערט מיך אז מיינע קינדער הערן די הבלים ביי יעדע סעודה באזונדער.

מיין שווער'ס משפחה זענען לאו דווקא פאנאטישע חסידים, און קענען פארנעמען א וויץ אדער אפילו א קריטיק אויף זייער רבי, און צומאל צעלאז איך מיך טאקע און כ'זאג א קאמענט בגנות די פארטיי אדער אפילו דעם רבי'ן. אבער די גאנצע מצב איז נישט לרוחי. כ'וויל נישט זיין דער וואס רופט זיך אייביג אן עפעס נעגאטיוו, און בכלל דארף איך עפעס אלטערנאטיוון פון וואס צו שמועסן ביים טיש.

פארשטייט זיך אז מ'האלט שוין נאך דברי תורה. מ'זעמיר נישט קיין פראסטאקעס, און געווענליך זאג איך עפעס א ווארט אויף די פרשה אדער יו"ט. אבער מ'דארף דאך שמועסן אויך.

איז מ'קען דא רעדן גענעראלע געדאנקען פון וואס מ'קען שמועסן, אבער אויך ספעציפיש פאר די וואך סוכות תשפ"ד. וואספארא היימישע טאפיקס זענען יעצט אויפ'ן סדר היום וואס מ'קען מאכן א שמועס דערוועגן דעם קומענדיגן יו"ט ביים טיש?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרוכט זאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר