מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך חב''ד הויזן »

אדער ווי יענער האט געזאגט:

אויב דו וועיפסט, טרינקסט א טעגליכע לחיים 9 אינדערפרי, עסט נאכטליך אווערנייט קוגל, מאכסט עקסערסייז בלויז ביים נאכלויפן דעם היט,

דאן איז קוקן אויף די ליקוי חמה פאר צוויי סעקונדעס אן גלעזער דיין לעצטע פראבלעם...
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

געווען צוויי רייכע יודישע ברודערס און א קליין שטעטל ערגעץ ווי.
זיי זענען בייקאנט געווען צו זיין שווינדלערס, דריי קעפ, ליגענערס, טשעפעניאקס, און אזוי אויך זענען זיי געווען שרעקליך קארג, צוקריקט מיט די גאנצע שטאט, און פארשטייט זיך מיטן רב און ראשי קהל…
דער גאנצער שטאט האט געהאט צו זינגען אויף זיי גענוג און נאך…
ויהי היום און איין ברידער איז געשטארבן, ס׳האט געדארפט זיין א לוויה, דער לעבען געבליבענער ברודער האט זיך גענומען זארגן, ווער וועט דא מספיד זיין? און וואס וועט ער שוין קענען זאגן ביים הספד?…

איז ער ארויף צום רב, ארויס גענומען א מיליון דאלער, און ער זאגט ״אז דער רב קומט מספיד זיין און זאגט אויף מיין ברודער אז ער איז געווען א מענטש, איז די געלט דיינס״…

דער רב גייט טאקע ארויס צום לויה, און הייבט אהן אויסרעכענען הויעך פינקלעך וואס דער נפטר איז געווען, זיינע מידות רעות, וכו׳ וכו׳
״אבער״ פירט דער רב אויס, ״יעצט אז ער איז שוין געגאנגען, אבער זיין ברודער -בדומה לו- איז נאך יא געבליבן דא אויף אונזער קאפ, קען איך זאגן קלאר אז אונזער נפטר און פארגלייך צו זיין ברודער איז כאטש א מענטש״…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

ביבי נתניהו האט געבעטען אז מען לאזען אפען אלע מקואות 24 שעה א טאג פאר די נעקסטע וואך

כדי די עקספערטען וועליכע ווייקען זיך זאהלען קענען ארויסקומען מיט א גוטען פלאן וואס צו טהן מיט איראן
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

דער וויליאמסבורגער יוד קופט שוין יארן מצות פון די בארומטע פאפא-צעהלים בעקעריי.
איין יאר האט ער ב״ה חתונה געמאכט זיין טאכטער בשטו״מ מיט א פאפא׳נער יונגערמאן.
פסח ביינאכט ביים סדר נעמט דער יוד ארויס זיין מיטעלסטע מצה וואס הייסט לוי, צוברעכט עס אויף צוויי, און הייבט אויף די צוויי שטיקער און פרעגט די מסובין ״וועלעכע איז גרעסער״?

רופט זיך אהן דער פרישער איידער ״שווער, וואס די שאלה? זיכער איז פאפא גרעסער…״
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
משה רבקש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך משה רבקש »

היום האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:00 pm דער וויליאמסבורגער יוד קופט שוין יארן מצות פון די בארומטע פאפא-צעהלים בעקעריי.
איין יאר האט ער ב״ה חתונה געמאכט זיין טאכטער בשטו״מ מיט א פאפא׳נער יונגערמאן.
פסח ביינאכט ביים סדר נעמט דער יוד ארויס זיין מיטעלסטע מצה וואס הייסט לוי, צוברעכט עס אויף צוויי, און הייבט אויף די צוויי שטיקער און פרעגט די מסובין ״וועלעכע איז גרעסער״?

רופט זיך אהן דער פרישער איידער ״שווער, וואס די שאלה? זיכער איז פאפא גרעסער…״
* פאפא'פאוביע
איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היימלינד »

כ'בין א פאפנער האסט א פראבלעם
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

היימלינד האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:21 pm כ'בין א פאפנער האסט א פראבלעם
מען פלעגט פארקויפען קעפ'ס פאר פורים מיט דעם פזמון אויף דעם
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

עס איז געוועהן א קהילה וועליכע האט געזוכט א נייעם רב. איז געקומען איינער מיט א שיינע המלצה פון די גרעסטע רבנים פון ארץ ישראל. דארט איז געשטאנען אז ער איז... ווי דער באשעפער, ווי יעקב אבינו, משה רבינו און דער פויבסט.

אזוי ווי די ראשי קהילה האבען דאס געליינט האבען זיי איהם גלייך אויפגענומען.

דער ערשטער שבת ביים דרשה איז זיי פינסטער געווארען.

נאך שבת האבען זיי אנגערופען די רבנים וועליכע האבען גחממ'ט אויפ'ן המלצה מיט טענות.

האבען זיי גע-ענטפערט אונז האבען נישט געזאגט קיין ליגען...

עס איז געשטאנען אז ער איז ווי דער באשעפער, ווי יעקב אבינו, משה רבינו און דער פויבסט.

פונקט אזוי ווי דער באשעפער איז קיינמאהל קיין מענטש נישט געוועהן - ער איז אויך נישט קיין מענטש

פונקט אזוי ווי יעקב אבינו האט געהאט פיהר ווייבער - ער האלט אויך נאך פיהר ווייבער

פונקט אזוי ווי משה רבינו האט געשטאלפערט און נישט געקענט רעדן - ער שטאלפערט אויך און קען אויך נישט רעדען

און פונקט אזוי ווי דער פויבסט קען נישט, נישט קיין עברי און קען נישט רעדען קיין ווארט אידיש - ער קען אויך נישט
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא: ייש"כ. נאר איין קליינע הערה, דער היינטיגער פויפסט (וויזאויהייסטערנאר) קען לשה"ק און אפשר אידיש אויך.

ווען ס'איז מיט א פאר יאר צוריק געווען ביי איהם אין וואטיקאן א אידישע דעלעגאציע, און זיי האבן געזינגען לכבודו (מיט א פאר שפילערס) דעם פסוק אורך ימים אשביעהו ואראהו בישועתי... האט ער הארמאניזירט מיט זיי (געזינגען און געקלאפט מיט'ן פוס.)

ועוד בעניין אחר: אמאל איז געקומען א איד אין א געוויסע שטאט מיט א המלצה בריעף וואס איז געשטאנען די פאלגנדע ווערטער "אילו היה בימי אלישע הנביא לא היה השמן פוסק בזכותו..." דער רב מיט די אנשי הקהילה האבן איהם שטארק מכבד געווען און פארבעטן ער זאל זאגן א דרשה. ווען ער האט אויפגעמאכט זיין מויל האט מען ערשט געזעהן וואספארא עיי"ן ה"א ער איז. דער רב און די אנשי הקהלה באבן זיך געווינדערט אז א גדול בישראל זאל געבן אזא המלצה בריעף פאר דעם עם הארץ. ביז דער רב האט געכאפט דעם פשט פון די המלצה בריעף.

ווען אלישע הנביא איז געקומען צו די אלמנה די שונמית און זי האט געזאגט אז זי האט נישט קיין געלט צו באצאלן די רענט פאר די הויז, האט איהר אלישע געפרעגט אויב זי האט עפעס אין שטוב, האט זי געזאגט יא, א קליין קריגעלע אויל. האט דער נביא געזאגט אז זי זאל ברענגען א פאר ליידיגע טעפלעך, און ער האט געהאלטן אין איין אריינגיסן אויל. ווען אלע טעפלעך זענען פול געווארן מיט אויל האט די פרוי געבארגט א פאר ליידיגע טעפלעך פון איהר שכנ'טע, ווען דאס איז אויך געווארן פול מיט אויל האט אלישע איהר געפרעגט אויב זי האט נאך ליידיגע כלים אין שטוב, האט זי געענטפערט אז ניין, דעמאלס האט זיך די אויל אופגעהערט צו גיסן. דאס האט דער בעל המלצה געשריבן, אויב ער וואלט דארט געווען וואלט זיך די אויל נישט אויפגעהערט צו גיסן. ווייל ער איז א ליידיגע כלי.
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:59 pm פאלאצ'ינטא: ייש"כ. נאר איין קליינע הערה, דער היינטיגער פויפסט (וויזאויהייסטערנאר) קען לשה"ק און אפשר אידיש אויך.

ווען ס'איז מיט א פאר יאר צוריק געווען ביי איהם אין וואטיקאן א אידישע דעלעגאציע, און זיי האבן געזינגען לכבודו (מיט א פאר שפילערס) דעם פסוק אורך ימים אשביעהו ואראהו בישועתי... האט ער הארמאניזירט מיט זיי (געזינגען און געקלאפט מיט'ן פוס.)

ועוד בעניין אחר: אמאל איז געקומען א איד אין א געוויסע שטאט מיט א המלצה בריעף וואס איז געשטאנען די פאלגנדע ווערטער "אילו היה בימי אלישע הנביא לא היה השמן פוסק בזכותו..." דער רב מיט די אנשי הקהילה האבן איהם שטארק מכבד געווען און פארבעטן ער זאל זאגן א דרשה. ווען ער האט אויפגעמאכט זיין מויל האט מען ערשט געזעהן וואספארא עיי"ן ה"א ער איז. דער רב און די אנשי הקהלה באבן זיך געווינדערט אז א גדול בישראל זאל געבן אזא המלצה בריעף פאר דעם עם הארץ. ביז דער רב האט געכאפט דעם פשט פון די המלצה בריעף.

ווען אלישע הנביא איז געקומען צו די אלמנה די שונמית און זי האט געזאגט אז זי האט נישט קיין געלט צו באצאלן די רענט פאר די הויז, האט איהר אלישע געפרעגט אויב זי האט עפעס אין שטוב, האט זי געזאגט יא, א קליין קריגעלע אויל. האט דער נביא געזאגט אז זי זאל ברענגען א פאר ליידיגע טעפלעך, און ער האט געהאלטן אין איין אריינגיסן אויל. ווען אלע טעפלעך זענען פול געווארן מיט אויל האט די פרוי געבארגט א פאר ליידיגע טעפלעך פון איהר שכנ'טע, ווען דאס איז אויך געווארן פול מיט אויל האט אלישע איהר געפרעגט אויב זי האט נאך ליידיגע כלים אין שטוב, האט זי געענטפערט אז ניין, דעמאלס האט זיך די אויל אופגעהערט צו גיסן. דאס האט דער בעל המלצה געשריבן, אויב ער וואלט דארט געווען וואלט זיך די אויל נישט אויפגעהערט צו גיסן. ווייל ער איז א ליידיגע כלי.
דאס אז ער קען מיטזינגען מיינט גארנישט. עס מיינט נאר אז ער הערט זיך צו צואידישע מוזיק. אזטי ווי מען זעהט קליפ פון שחורים וועליכע זינגען און זיי קענען דאס ווייל זיי זענען באס דרייווערס אדער ארבייטין זיי אין אידישע געשעפטען.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

ביי דעם איצטיגן פויפסט איז עס א ביסל מער. ס'דא שמועות אז ער שטאמט פון ספרד'ישע אידן. אויך א סאך פון די פויפסטן און הויך ראנגיקע גלחים האבן געקענט לשון הקודש.

אין ניו יארק איז געווען דער פארשטארבענער הויפט קארדינאל א'קאננער. ער האט געשטאמט פון אידן. זיין זיידע (די מאמע'ס טאטע) איז געווען אן ערליכער איד. א שוחט. ער האט געקענט רעדן לשה"ק און אידיש. א גרויס גליק...!
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען דער הויפט קארדינאל פון פאריז איז געווען לוסטיגער אנ'אשכנזישע משומד, איז געווען דער הויפט ראבינער הרב סיראט א ספרדישער, האבען די צייטונגען געזאגט אז דאס איז כדי צו האלטען די באלאנס אויף גלייך
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

וועלכע שבת פון די יאר גייט מען וואכעדיג?
דעי וואך שבת?
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

געוועהן אמאהל א בר מצוה בחור וואס ביי די בר מצוה האט ער באקומען מתנות פון ספרים פון אלע. משניות, ש"ס און נאך ספרים. דער רב האט איהם געגעבן א שירעם.

פרעגט ער דעם רב פארוואס? איעדער גיבט מיר ספרים און דער רב גיבט מיר א שירעם?

ענטפערט איהם דער רב, איך האב דיר געוואלט געבן עפעס וואס איך בין זיכער אז דו וועסט אמאהל עפענען
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

וואס איז די חילוק פון א סוטה און א שוטה?

א סוטה פלאצט אליין

א שוטה מאכט איעדעם פלאצען
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואוילער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 7:15 pm וועלכע שבת פון די יאר גייט מען וואכעדיג?
דעי וואך שבת?
לא זכיתי להבין.
שלמונים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:16 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שלמונים »

פארוואס זאגט מען ״קמחא דפסחא״ אויף אראמיש

אז די מלאכים זאלן נישט זיין דזעלאס.(אויף די אלע חלוקות)
הערשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 16, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך הערשער »

berlbalaguleh האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:58 pm
וואוילער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 7:15 pm וועלכע שבת פון די יאר גייט מען וואכעדיג?
דעי וואך שבת?
לא זכיתי להבין.
מסתם מיינט ער אז רוב עולם גייט די וואכעדיגע טלית שבת הגדול.
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

.

אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך אפטימיסטיש »

.
פארשפארט