אלקא דמאיר ענינו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך דובעלע »

פאר יום טוב פארן ארום אפאר טראקס פון כולל שומרי החומות מיט ספיקערס און סיינס אז מ׳זאל אריינגעבן די אנגעזאמעלטע געלט פון א גאנץ יאר פון די פושקה …
אונז אלע האבן במסורה אונדערהיים א פושקה פון כולל שומרי החומות, ווען אימער מען איז אין א עת צרה געבט מען א פרוטה פאר ר מאיר א דאללער צוויי, ביים לעכט בענטשן פרייטאג צונאכטס, און ווען נישט..
לויט מיין חשבון שאפו זיי מיליאנען א יאר, מאך א חשבון א משפחה לייגט לכה״פ הונדרעט דאללער א יאר
אינטערעסאנט איז אז איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון א חלוקה פון זיי, לויטן חשבון האבן זיי געדארפט איינפאקן אלע חלוקות פון אמעריקע צוזאמען, ס׳וואלט נישט געדארפט זיין אזוי סאך משולחים נאך געלט, אבער זעהט אויס לא דובים ולא יער,

מען זאגט א ווערטל אז זיי שאפן די כשר׳סטע געלט קיין פרוטה קומט נישט אן צום מדינה…

איך זעה אז זיי האבן יעצט אפגעקויפט א בילדינג אין וויליאמסבורג פאר צוויי מיליאן דאללער און אריינגעלייגט לכה״פ נאך א מיליאן, וואס איך פארשטיי נישט פארוואס זענען אונז סטאק געבליבן מיט זייער פושקה, פארוואס מאכט מען נישט א נייע ארגעזאציע און מען באיקאט כולל שומרי החומות, ס׳איז דאל דא איבער גענוג ארגענזאציעס וואס טוען אויף עכ״פ למחצה לשליש ולרביע, פארוואס האבן זיי די טרעידמארק פון אלקא דמאיר?
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך ים של שלום »

זייער ווייטאגלעך... יותר ממה ש[דובעלע]קריתי לפניכם כתוב כאן. ואיני יכול להאריך.
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך דובעלע »

ים של שלום האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:54 pm זייער ווייטאגלעך... יותר ממה ש[דובעלע]קריתי לפניכם כתוב כאן. ואיני יכול להאריך.
אז די וועסט נישט זאגן, העט מען נישט וויסן….
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך ים של שלום »

דובעלע האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 12:10 am
ים של שלום האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:54 pm זייער ווייטאגלעך... יותר ממה ש[דובעלע]קריתי לפניכם כתוב כאן. ואיני יכול להאריך.
אז די וועסט נישט זאגן, העט מען נישט וויסן….
אמת. אבער חשש גילו עדיף. קיינער דארף נישט אננעמען מיינע ווערטער. איך רעדט נאר פון ווייטאג. דער עולם זאל ווייטער אריינלייגן אין די פושקעס ביי לעכט בענטשען און פועל'ן אלטס גוטס.
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך yesiknow »

גאנץ א גיטע תירץ בערעלע , מגלה טפח די האסט שוין מגלה געוועהן, קים אריין קלאר .

געקויפט א בילדונג ? אזוי ? ביסט זיכער אדער די טראכסט אזוי?
אריינגעלייגט נאך א מילאן ? נע די ווייסט אזוי?

זיי טיילען גארנישט אויס אין ארץ ישראל ? ממש נישט?

לויט דיין עקיינטינג קוואליטיס חשבונוס ווי קען נאך זיין נצרכים אין ברוקלין לויפער האט פארטיילט יעצט נאר פאר פסח צען מעלאנעס פארוואס גייען נאך מענטשען נאך געלט דא אין וויליאמסבורג?

שוין ווארט מיר צו הערען ברודער.
איך בין זיכער די ווילסט עפעס ארוסברענגען רעדט קלאר מיר זאלען וויסען גוט די פאקטען.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך דובעלע »

זיי האבן געקויפט אויף ראטליטש ביי בעדפארד און ווייט, געוועין פארדעים א Kitchen store
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך עמרם »

פיין מאכן זיי חליקות אין א''י

זיי מאכן עטליכע מאל א יאר חליקות פאר אלע יוצאי אונגארן, אין ירושלים
ווי אזוי איך ווייס ? ווייל איך האב לעצטענס באזוכט ביי א ירושלימער איד (א תולדות אהרן חסיד) און ער האט מיך געזאגט אז ער באקומט א שיינע נתינה פאר יעדע יו''ט,

(חוץ מזה, האלטן זיי אויס די אונגערישע הייזער, און די אנדערע שומרי החומות הייזער, ווי זיי בעטן גאר גאר ביליג)
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך yesiknow »

לפי ידיעתי האבען זיי חדר אין ירושלים אין אויך א כולל אין האלטען אויס אלמנות וכו'

די אפיס פארשטיי איך צאלען זיי רענט לויט מיין ידיעה
שוין סתם גיהאקט דובעלע יותר מה שכתבתי הם חולקים אבל לא כדאי סתם לפלפל גיי שלאפען
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך תנחום »

זיי האבן א גאנצע שטאק אויף העיווערד אין ריספלערס אפיס בנין פאר בחינם זינט מ'האט געבויעט דעם בנין. ס'איז א תמיה גדולה פארוואס זיי האבן געדארפט קויפן דעם בנין. ומי יעמוד בסוד קדושים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תנחום, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא באתי לנצח (שולי)
אייביג פרייליך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך אייביג פרייליך »

איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין כולל שומרי החומות ווייל איך בין א גאליציאנער, איך וויס וואס טוט זיך אין כולל חבת ירושלים ווי איך געב יעדען טאג געלט אין זייער פושקעס לצדקת ר׳ מאיר בעל הנס , עס קומט אריין פין די פושקעס אין פין די דינערס מיליאנען א יאר אין רוב געלט ווערט פארטיילט אין ארץ ישראל פאר כולל אידען יוצאי גאליצע ! איך ווייס עס פאר א פאקט ווייל איך בין פין די גבאים אין זיץ ביי די מיטינגס ווען מען שיקט זיי די געלט
אלקא דמאיר ענינו
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

כ'בין סתם נייגעריג ווער זענען דיע גאליציאנע כולל אידן און צו וועלכע קהילות זיי געהערן זיך אן. שומרי החומות פארשטיי איך ווייל אונגארישע אפשטאמיגע אין ישראל זענען דא אסאך, אבער קען טאקע זיין אז ביי די גאליציאנע וויבאלד ס'נישט דא אזויפיל פון זיי בלייבט מער פאר יעדן.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re:

שליחה דורך עמרם »

הכנה דרבה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:20 pm כ'בין סתם נייגעריג ווער זענען דיע גאליציאנע כולל אידן און צו וועלכע קהילות זיי געהערן זיך אן. שומרי החומות פארשטיי איך ווייל אונגארישע אפשטאמיגע אין ישראל זענען דא אסאך, אבער קען טאקע זיין אז ביי די גאליציאנע וויבאלד ס'נישט דא אזויפיל פון זיי בלייבט מער פאר יעדן.
עפעס גייט די מעשה, אז די בעלזער האט אויפגעגעבן אויף די נשיאות, און אנשטאט דעם איינגעשריבן די גאנצע חסידות (אפי' די וואס קומען ארגינעל נישט פון גאליציע)

לויט ווי איך געדענק טיילן זיי 5 מאל א יאר !

אבער אלעס איז זכרונות, וואס זענען נישט מדיוק
ביטע גארנישט בויען אויף דעם
און אויב איינער ווייסט נאך, אדער אנדערש איז מכובד
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

די מאיר בעל הנס פישקע איז א סוגיא אין יש נוחלין, ער זאגט אזוי;
איך קום פון ארץ ישראל צו אמעריקע אין איך בין דיר מודיע אז וויבאלד דיין עלטער זיידע קומט פון גאליציע אין די וואינסט אין בארא פארק און מיין פישקע געלט וואס איך טייל אין ירושלים פארטיילט איך צו איר איר אייניקליך פון גאליציע (א שטח פון 800 הונדערט טויזענט סקווער קילאמעטער) וואס וואינען היינט אין ירושלים. איז דווקא די פישקע עניי עירך "עניי עירך!"
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך נאך א שמויגער »

די גאליציאנער כולל האלט אויס א כולל פון תלמידי חכמים מופלגים, זיי האבען א דענטאל קליניק פאר ביליג, און זיי טיילען געלט אפאר מאל א יאר פאר איינגעשריבענע גאליציאנער אפשטאמיגער. ליידער די רשימה האט מען פארשלאסען נאך פאר תש״ח און זיי נעמען נישט אריין נייער ואני הק׳ בתוכם. זיי האבען מער הכנסות ווי הוצאות. די אונגארישע כולל האט א סך נדל״ן וואס זיי האלטען אויס. ס׳דא די ארגינעלע אונגארישע הייזער, ס׳דא א פאר בנינים אין בית ישראל געגענט. זיי האבען אין גבעת שאול און אויכעט אין רמת שלמה, ועוד ידם נטוי׳. זייער חלוקה וואס זיי טיילען איז למעשה קלענער.
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך היום »

ירושליימער יודן פלעגן דאס אריינשרייבן אין די תנאים…
אז מיר זענען ״גאליציאנע/אונגארישע אפשטאמיגע אין מיר בייקומען פון די כולל חלוקות כך וכך מדי שנה ושנה, און מען נעמט זיך אינטער צו אריינשרייבן דאס פרישע פארפאלק, אז זיי זאלן אויך ווערן מעמבערס און בייקומען פון די תמיכה״…

אדער האט מען דייקא געזוכא זיך צו משדך זיין מיט די מחותנים וואס זייערע משפחות זענען עלידשעבל צו בייקומען…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
[NAMELESS]

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמת אזוי
די חלוקה איז געגאנגען נאך דער מאן
אויב אנ'אונגארישע פרוי האט חתונה געהאט מיט א פולישע מאן האט זי מעהר נישט גענומען פון די אונגארישע חלוקה נאר פון כולל פולין [ווארשא] וכדומה.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך היימלינד »

מנשסתר האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 3:11 pm אמת אזוי
די חלוקה איז געגאנגען נאך דער מאן
אויב אנ'אונגארישע פרוי האט חתונה געהאט מיט א פולישע מאן האט זי מעהר נישט גענומען פון די אונגארישע חלוקה נאר פון כולל פולין [ווארשא] וכדומה.
די גאנצע חלוקה איז גארנישט געווען אזוי פשוט ווי מען מאכט עס, עס זענען געווען אסאך דיני תורה במשך השנים איבער דעם און מען צוטיילט און געפענט נאך כוללים במשך השנים צוליב די סארט חילוקי דיעות.
עס איז א לאנגע היסטארישע קאפיטעל יעדע תקופה און כולל עקסטער
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

עקיבא יוסף שלעזינגער שרייבט אין זיין ספר לב העברי אז ער האט געהאט א גאנצע פלאן וויאזוי די טשאלמערס וועלן קענען מאכן פרנסה און נישט דארפן צוקומען צו די כוללים חלוקות, פארשטייט זיך אז פאר די גבאי הכוללים איז עס אינגאנצן נישט געפאלן און זיי האבן איהם פרובירט צו הרג'נען, עפעס איז ער אמאל ארויסגעפארן פון שטאט און מ'איז איהם באפאלן און ער איז קוים ארויס מיט'ן לעבן, א גאנצע מאכערייקע געוועהן דארט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הכנה דרבה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיינסט אוודאי צו שרייבען הג"ר עקיבא יוסף שלעזינגער זצ"ל
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

ניין כ'האב געמיינט א צווייטער
[NAMELESS]

Re: אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער לב העיברי איז פון הג"ר ע"י שלעזינגער חדב"נ רבי הילל קאלאמייער זצ"ל
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

:lol: :lol: :lol:
פארשפארט