מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
מייסטערווערק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 10:36 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך מייסטערווערק »

טייערע חברי קאווע שטיבל, מיר האבן נייעס פאר אייך! די רעדע איז איבער א פרישער פראיעקט מיט'ן נאמען "מייסטערווערק", א קוואל פון געקליבענע קוואליטעט ליטעראטור אין אידיש וואס מיר עפענען צום ברייטן ציבור לכבוד דעם יו"ט פסח הבעל"ט.

מייסטערווערק, כשמו כן הוא, איז א וועבזייטל וואס פובליצירט הערליכע אייגנארטיגע ארטיקלען פון די בעסטע שרייבער וואס די אידישע שפראך פארמאגט.

מיר הייבן אן מיט עטליכע רייכע און איכות'דיגע ארטיקלען, וואס וועלן אייך געבן פון דעם געשמאקן טעם וואס מייסטערווערק וועט בע"ה ווייטער סערווירן. דער פסח'דיגער נומער פארמאגט רייכע פאעזיע, טיפע און באלערנדע מאמרים, און ארטיקלען וועלכע באהאנדלן ענינים העומדים על הפרק.

דער הויפט ארטיקל איז א רייכער און ברייטגרייכנדער אינטערוויו וועלכער דער באגאבטער שרייבער מאיר לאבין האט אפגעהאלטן מיט רבי מנחם בומבאך, דער גרינדער פון דער ערשטער היימישער ישיבה מיט א רייכער און פולער קוריקולעם.

הרב משה שלום באב"ד שרייבט א באלערנדער איבערזיכט אויף דעם סאטמאר-אנטווערפענער דיין'ס באהאנדלונג פון עוואלוציע, דער טאלאנטפולער מאצל נח טויב דעליווערט א פעליאטאן וואס וועט אייך ברענגען צום וויינען און צום לאכן בבת אחת, און יידל געבט אן איבערזיכט אויף דער הייסער טעמע פון סייקעדעליקס ביים היימישער ציבור. פאר די חובבי וויסנשאפט בתוככנו, פירט אונז איזי פאזען אריין אין אן עקסטאזע איבער א חידוש פון ניוטאן אין א היימישער געשמאקער אידיש, און הרב י.ג. טוט דאס זעלבע אויף זיין אייגענארטיגער שטייגער מיט ניקאלאס קאפערניקוס. לקינוח לאזט אונז תוהו ובוהו איבער מיט א בין השמשות'דיגער פיוט, און יונה מצאה געבט אונז א טעימה קלה פון דער קומענדיגער קאפיטל פון דער גרינער יצר-טוב סעריע.

און דאס איז בלויז דער אנהייב! מיר האבן שוין גרייט פרישע ווארע וועלכע מיר וועלן ארויפשטעלן נאך איידער איר וועט פארדייען די יעצטיגע פארציע, און מיר האפן ממשיך צו זיין אייך צו דערנערן מיט קוואליטעט ליטעראטור.

באזוכט מייסטערווערק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מייסטערווערק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך היימלינד »

wow ShkoachGadol
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך היום »

געוואלדיג!
יהו״ר שתשרה ברכה במעשה ידיכם!

שאלה, גייט זיין א מעגליכקייט צו ארויסדריקן אדער דאונלאודן ארטיקלעך?
די צייט וואס איך האב צו קענען ליינען רואיג איז בעיקר שבת ויו״ט אדער פארן איינשלאפן (ווען איך פראביר נישט צו ליינען מיט א סקרין…)
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
מייסטערווערק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 10:36 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך מייסטערווערק »

היום האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:31 pm געוואלדיג!

זיכער! יעדע ארטיקל האט א ״דרוק״ קנעפל ארויסצודרוקן א פרינט-פריינטליכער ווערסיע.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך אלפא »

WOW! יישר כחכם פאר וועראומער שטייט אונטער דעם.

ביטע אויסקלארן א משהו אויב מעגליך, ווער שטייט אונטער דעם? ווער און וויאזוי קען מען שרייבן דארט? איז עס באצאלטע ארטיקלען?
איז עס א (דיגיטאלע-חינם'דיגע) גלגול פונעם אומפארגעסליכן וועקער (ווי עס שיינט פונעם אוואטאר)?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
מייסטערווערק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 10:36 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך מייסטערווערק »

אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:03 pm WOW! יישר כחכם פאר וועראומער שטייט אונטער דעם.

ווער שטייט דערונטער
א גרופע וואלונטירן וועלכע ווילן זען קוואליטעט אידישע ליטעראטור שפרודלען.

וויאזוי קען מען שרייבן דארטן?
שיקט אן אימעיל צו editor@meisterverk.com אדער שיק מיר אן אישי דא אין קאווע שטיבל. כ׳האף צו זען אן ארטיקל פון אייך בקרוב!

באצאלט מען פאר די ארטיקלען?
עס ווענדט זיך אויפן ארטיקל. באופן כללי נישט, אויסער געקליבענע ווערק אדער ווערק וואס מייסטערווערק באשטעלט.
באניצער אוואטאר
טראפעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 04, 2023 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך טראפעלע »

מייסטערווערק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:09 pm
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:03 pm WOW! יישר כחכם פאר וועראומער שטייט אונטער דעם.

ביטע אויסקלארן א משהו אויב מעגליך, ווער שטייט אונטער דעם? ווער און וויאזוי קען מען שרייבן דארט? איז עס באצאלטע ארטיקלען?
איז עס א (דיגיטאלע-חינם'דיגע) גלגול פונעם אומפארגעסליכן וועקער (ווי עס שיינט פונעם אוואטאר)?
ווער שטייט דערונטער
א גרופע וואלונטירן וועלכע ווילן זען קוואליטעט אידישע ליטעראטור שפרודלען.

וויאזוי קען מען שרייבן דארטן?
שיקט אן אימעיל צו editor@meisterverk.com אדער שיק מיר אן אישי דא אין קאווע שטיבל. כ׳האף צו זען אן ארטיקל פון אייך בקרוב!

באצאלט מען פאר די ארטיקלען?
עס ווענדט זיך אויפן ארטיקל. באופן כללי נישט, אויסער געקליבענע ווערק אדער ווערק וואס מייסטערווערק באשטעלט.
און וואס איז מיט די נעקסטע שאלה, איז דאס א גלגול פון די וועקער?
ישר כח
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך אלפא »

מייסטערווערק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:09 pm

באצאלט מען פאר די ארטיקלען?
ווערק וואס מייסטערווערק באשטעלט.

_____

כ׳האף צו זען אן ארטיקל פון אייך בקרוב!
איז דאס א באשטעלונג? :)

וואס איז די מטרה דערפון - אנדערש ווי קאווע שטיבל וכדו' אליין?
מילא דעם וועקער האט געהאט דעם צורה פון אן אויסגאבע און אלעס וואס קומט מיט דערמיט, איך וויל פארשטיין די געדאנק פון א זייטל נאר פאר ארטיקלען אליין אויב מעגליך, (איז דא אזא קאונטערפארט אין די אלגעמיינע גאס - נישט ספעציפיש אקאדעמיש).

נ.ב. קען מען קאמענטירן דארט אויף ארטיקלען אדער נאר דא אדער און תגובה-ארטיקלען?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלפא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
מייסטערווערק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 10:36 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך מייסטערווערק »

מיר האבן געשריבן מער איבער וואס מייסטערווערק איז און אונזער ציל און מטרה אין דעם אריינפיר https://meisterverk.com/infopages/about/

דערווייל איז נישט אין פלאן צוצולייגן קאמענטארן אויפן מייסטערווערק זייטל
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך תרמב »

הערליך! הערליך!

מייסטערהאפטיגע שרייבער'ס!

און ביוטיפול גרעפיקס.

איין זאך נאר, אפשר קען מען מאכן אז מ'זאל קענען פרינטן די גאנצע אלס א קליינע מאגאזין, ס'וואלט געווען א מוראדיגע זאך.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך דערהויבענע איד »

הערליך!

ב''ה איך בין נישט אנטוישט אז די ס'איז נישטא קיין וועקער אויף פסח!

we appreciate!
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:03 pm
איז עס א (דיגיטאלע-חינם'דיגע) גלגול פונעם אומפארגעסליכן וועקער (ווי עס שיינט פונעם אוואטאר)?
די אשכולות פון מייסטערווערק זענען אינעם וועקער אפטיילונג, זעט אויס אז יא...

לדעתי איז א מורא'דיגע זאך עס צו מאכן בחינם, אזוי קומט מען אן צו סאך מער מענטשן, כ'גלייב אז אפילו מענטשן וואס האבן נישט קייט פראבלעם מיט די 10 דאלער, איז עס אבער טעכנישט שווער געווען צו באשטעלן אדער איינקויפן די וועקער...

און אז איינער וואוינט אין אייראפע איז עס נאך שווערער
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך צקון לחש »

לפיכך אנחנו חייבין להודות, להלל, לשבח, לפאר, לרומם, להדר, לברך, לעלה, ולקלס, להמערכת והכותבים החשובים והנפלאים, יישר כחכם, ונאמר לפניו ית' הללויה.
טיילונג איצט!
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך עמרם »

מייסטערווערק! כשמו כן הוא !!

פון טיפן הארצן וויל ארויסברענגען מיינע געפילן פון פרייד, און מיין אנערקענונג אין די געוואלדיגע ארבער, און מייסטערווערק פראיעקט, פון אהער שטעלן אט די געוואלדיגע זאך, וואס זיין נאמען דערציילט אונז אלעס !!

אהערגעשטעלט אויף אונזער באליבטן מאמע לשון 'אידיש' , פאר בחינם אין כסף !!

די גרויסע באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט, און פירט איר אויף יעדע טריט און שריט, זאל באצאלן פאר אט די אידן וואס זענען עוסק בצרכי ציבור, וישלח ברכה והצלחה בכל מעשה ידיהם,
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך יעקב מענטש »

זעהר שיין

פאר די עם הארצים אין לשון, ברויכט איר שאפן א דיקשענערי איבערצוטייטשן אלט/נייע, רעלאטיוו אומבאקאנטע ווערטער א שטייגער ווי נאָמענקלאַטורע.

so far so good
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך היום »

מייסטערווערק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:53 pm
היום האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:31 pm געוואלדיג!
יהו״ר שתשרה ברכה במעשה ידיכם!

שאלה, גייט זיין א מעגליכקייט צו ארויסדריקן אדער דאונלאודן ארטיקלעך?
די צייט וואס איך האב צו קענען ליינען רואיג איז בעיקר שבת ויו״ט אדער פארן איינשלאפן (ווען איך פראביר נישט צו ליינען מיט א סקרין…)
זיכער! יעדע ארטיקל האט א ״דרוק״ קנעפל ארויסצודרוקן א פרינט-פריינטליכער ווערסיע.
איך זעה, גיוואלדיג, פיין!

איז עס אוקי מיט מערכת מייסטערווערג אויב א pdf פון די ארטיקלעך ווערן דא ארויף געלייגט אדער פארשפרייט אויף אנדערע אויפנים?

אויך, ווי איך זעה איז נישט דא קיין דאונלאוד אפציע, איז עס בכוונה?
(עס איז מיר דערווייל שווער צו פרינטען צו pdf)
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
[NAMELESS]

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך [NAMELESS] »

א ברכה אויף ענקער קעפעלע! זייער הערליכע און געשמאקע ארטיק לען

איך וויל פארשלאגען אז מ'זאל האבן די מעגליכקייטן צו מאכן א פי די עף פון אלע ארטיקלען צוזאמען. אזוי אויך אז מ'זאל שיקן א אימעיל וואס זאל האבן אין זיך א גוגעל דרייוו לינק פאר א פי די עף פון אלע נייע ארטיקלען, אזוי אז די וואס האבן נישט קיין בראוזער'ס וכו' זאלן אויך קענען האבן אלע ארטיקלען דורך האבן נאר אימעיל. (און אפשר איז אפילו מעגליך אהן גוגעל דרייוו, נאר ס'זאל זיין א low rez פי די עף, וואס זאל קענען גיין אין די אימעיל אליין).
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך יואב »

היום האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:02 pm
מייסטערווערק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:53 pm
היום האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:31 pm געוואלדיג!
יהו״ר שתשרה ברכה במעשה ידיכם!

שאלה, גייט זיין א מעגליכקייט צו ארויסדריקן אדער דאונלאודן ארטיקלעך?
די צייט וואס איך האב צו קענען ליינען רואיג איז בעיקר שבת ויו״ט אדער פארן איינשלאפן (ווען איך פראביר נישט צו ליינען מיט א סקרין…)
זיכער! יעדע ארטיקל האט א ״דרוק״ קנעפל ארויסצודרוקן א פרינט-פריינטליכער ווערסיע.
איך זעה, גיוואלדיג, פיין!

איז עס אוקי מיט מערכת מייסטערווערג אויב א pdf פון די ארטיקלעך ווערן דא ארויף געלייגט אדער פארשפרייט אויף אנדערע אויפנים?

אויך, ווי איך זעה איז נישט דא קיין דאונלאוד אפציע, איז עס בכוונה?
(עס איז מיר דערווייל שווער צו פרינטען צו pdf)
כ'קען נישט רעדן פאַר דער מערכת. אָבער אויף דיין צווייטער פראַגע, דו מוזט נישט פּרינטן דעם פּד"ף. דריק "דרוק," און אַנשטאָט שיקן צום פּרינטער לאָדן אַראָפּ אַלס א פּד"ף. דאָס האָט לאו דווקא מיט מייסטערווערק. דאָס איז מיט יעדן דאָקומענט.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך קהל'ס נער »

ברוך אלקינו שלא עזבוני.
די אייבערשטער האט אונז נישט פארלאזט, ובא השמש וזרח מייסטערווערק.
וועקער איז צוריק געקומען שטערקער און בעסער און האט עוואלווד, און איז געווארען מער עקסעסיבעל צום עולם, און טאקע גיימער שוין לויפן צום דריקער כדי צי האבן אן עונג יום טוב.
וואוו דער סייט איז נחמד למראה ותאווה היא לעיינים, המכונה קאנטענט-פארן בלע״ז.
טהענק יו אלע שרייבער.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך moody »

Screenshot 2024-04-18 190925.png
די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק

די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך שמן למאור »

מעכטיג מעכטיג! זאל עס זיין א גוטע התחלה!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך שמן למאור »

moody האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:16 pm Screenshot 2024-04-18 190925.png

די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק

די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
קאווע שטיבל לאזן זיי דיר יא דורך אבער דאס נישט?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

שליחה דורך אלפא »

moody האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:16 pm Screenshot 2024-04-18 190925.png

די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק

די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
me too!

געווען אפען פאר אפאר שעה - זיך דאן אפגעשפארט.
איך האף מ'קען זיי בעטן מעניועלי.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
פארשפארט