וויאזוי קען מען מאכן די סדר נאכט אינטערעסאנט?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
וויאזוי קען מען מאכן די סדר נאכט אינטערעסאנט?
מ'רעדט אזויפיל פון דער "סדר נאכט" און וואס מ'קען אלץ אריינפרעגלען אין די קינדער (מיין טאטע פלעגט ניצן די לשון אריינפרעגלען, און איך פליג טראכטן נו פרעגל מיך שוין). די ווייב אין קינדער האבן ריזיגע ערווארטונגען פון די טאטע אלץ דער וואס "פירט די סדר".
אבער - ביז ס'קומט למעשה. למעשה הייבט מען אהן חוזר חלילה איבערקייען די קדש ורחץ, קליינע קינדער יא איינשלאפן אדער נישט, זאגט יא א ברכה אדער נישט, מיט יעדעמס חכמה'לעך. מה נשתנה איז פאר עלטערע קינדער אויסגעדראשן און יונגערע ווייסט דאס קינד נישט בחייכון. ולעומתם ברוך יאמרו קומט די טאטע מיט די גאונות אז מ'זעמער געווען קנעכט אין מצרים און די באשעפער האט אונז ארויס"געצויגן". ס'פילט זיך ווי די "שמחה ונחת, געזונטערהייט" וואס ווערט איבערקייט אומצאליגע מאל ביי מיין נעפיו'ס חתונה, פון שידוך שליסן ביז די זיבעטע שבע ברכות.
פאלגענד זענען עטליכע אנגענומענע עצות, מיט זייערע פראס ענד קאנס:
מ'זאגט און מ'הערט א באנטש תורות - דאס קען געבען אסאך פרישקייט און סאבסטאנץ צי די זאך. אבער די פראבלעמן זענען פילצאליג: ס'איז נאר אינטערעסאנט פאר עלטערע זכרים, און די ספרים זאגן שוין אז "נישט" דאס איז די סדר נאכט אלל אבאוט. ס'דארף דייקא זיין סיפור יציאת מצרים.
פארציילן ווי שווער ס'איז געווען - פארציילן די ליידן פון אונזערע זיידעס אלץ קנעכט קען מען דאך א גאנצע נאכט. אבער איך זעה נישט די תועלת פון דעם. עס מאכט נישט די נס גרעסער און ס'מאכט נאר א טרויעריגע שטימונג. פאר קינדער מיט שוואכערע הערצער וועט עס נאך קענען מאכן שרעקעדיגע חלומות.
מדרשים ספר - ס'איז דא א ספר אין יודיש מיט א ליקוט פון אלע מדרשים. דאס קען זיין לכאורה א געוואלדיגע מהלך צי מאכן די הגדה זייער אונטערעסאנט (כ'שטעל מיך פאר, כ'האב עס נאכנישט דורכגעלערנט). דאס איז אבער נאר גוט פאר איינער וואס גייט פאר פיקשין דזענרע. איך האלט נישט אז אזא הייליגע נאכט זאל גיין פאר פארציילן פיקציעס.
די מכות - דאס איז אן עריע ווי מ'קען אויסברייטערן מיט אסאך אימעג'ינעישען, מער וויפיל די טיטשער האט פארציילט, און ס'איז אונטערעסאנט פאר יעדן. די פראבלעם איז אבער אז וויפיל קען מען שוין. ס'קלעקט פאר מאקסימום 15 מינוט.
וואס טוסטו?

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
Re: וויאזוי קען מען מאכן די סדר נאכט אינטערעסאנט?
דא רעדט מען טאקע נישט פון יום כיפור, אבער דעיס איז א גוטע סטאָרי וואס כ׳האב געטראפן היינט וועגן ר׳ לייבעלע אייגער (א חסידישע רבי, און אייניקל פון ר׳ עקיבא איגר - און די לעגענדע גייט אז זיין טאטע ר׳ שלמה איגר איז געזעסן שבעה נאך אים ווען ער איז געווארן א חסיד)
https://raelblumenthal.org/page/4
פארוואס טייל איך עס מיט דא? ווייל איך פיל ס׳איז השגחה פרטית אז כ׳האב עס ״פערצופאל״ געטראפן ווען כ׳האב געגוגלט צו טרעפן עפעס א חז״ל (א גוטע פּאַטענט וואס כ׳טוה ווען איך קען זיך נישט דערמאנען פונקליך א מאמר)
וואס מיין איך דא השגחה? ווייל כ׳זיך געצווייפלט אויב איך זאל מיטטיילן דא וואס מיינע קרובים טוען צו מאכן אינטרעסאנט די סדר נאכט פאר די קינדער. (און דעי אויבנדערמאנטע מעשה האט מיך דערמאנט וואס די עיקר איז אין אידישקייט על פי דרך החסידות: די גליק!)
So וואס טוען מיינע קרובים? אנשטאט אפצוזאגן די גאנצע הגדה, קען מען להלכה יוצא זיין מיט פסח מצה ומרור ווייל די אמת׳ע גרויסקייט פון סיפור יציאת מצרים איז והגדת לבנך: אין א וועג וואס די קינדער פארשטייען און ס׳וועט זיי אריינגיין אין די ביינער
וואס קען זיי א בעסערע וועג צו מאכן גוטע זכרונות ווי פארברענגען געשמאק און זיי געבן די fun פון מאכן א קליינע play וועגן משה און פרעה. די קינדער זענען זיך מחי׳ צו מאכן חוזק פון וויאזוי פרעה האט זיך גוט איינגערעדט ער קען געוועלטיגן און אונטערטעניגן זיינע אידישע קנעכט און דערווייל האט ער געהאלטן אין איין זיך אנלערנען איין פראסק נאכ׳ן צווייטן, נאך א מכה & ווידער א flop פאר אים וכד׳
די גאנצע ערב פסח גרייטן זיך די קינדער עקסיידעט פאר די פלעי (ניצן א קישן צוך פאר א הוט און א couch cusion פאר א טראָן און א בעזעם שטעקן פאר משה א.ד.ג. אויב זיי האבן די רוהיגקייט צו פאנטאזירן און א גוטע עלטערע שוועסטער אדער ברודער וואס וועט זיי ליבליך גיידן מיט עפעס א סקריפּט דעמאלס איז טעם גן עדן פאר די עלטערן און זייערע קינדער ווען אנשטאט אפחופערן די הגדה גייט מען אראפ אין בעיסמענט זעהן א פּלעי (אדער אין שפיל-צומער) און די קינדער זענען אין זיבעטן הימל ווען די עלטערן לאכן און ענדשויען זייער שווערע ארבעט און פירן אויס די פלעי זינגענדיג און טאנצנדיג לעבעדיג ממצרים גאלתנו…
מיינע קינדער זענען שוין אלע אויפגעוואקסן אבער איך וואלט זיך געוואונטשן אזא קינדהייט און שמחת יום טוב וואס בלייבט אין די ביינער פאר שפעטער אין לעבן מיט א זיסן טעם פון אידישקייט

- הודעות: 230
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
- האט שוין געלייקט: 173 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
Re: וויאזוי קען מען מאכן די סדר נאכט אינטערעסאנט?
אט איז בייגעלייגט א קונטרס מיט פילע נוצבארע טיפס פון הרב מרדכי הערש שפיטצער וויאזוי מ'קען מאכן אינטערעסאנט דעם סדר
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 230
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
- האט שוין געלייקט: 173 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
Re: וויאזוי קען מען מאכן די סדר נאכט אינטערעסאנט?
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטימיסטיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 230
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
- האט שוין געלייקט: 173 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
Re: וויאזוי קען מען מאכן די סדר נאכט אינטערעסאנט?
אט איז א לינק צו הרב שפיטצער'ס שיעור:אפטימיסטיש האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 21, 2024 1:47 pm https://cdn.yiddish24.com/1713300304252 ... 52_710.mp4
https://cdn.yiddish24.com/1713300304252 ... 52_710.mp4
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
Re: וויאזוי קען מען מאכן די סדר נאכט אינטערעסאנט?
איטס אלל אבאוט קאנעקשען... איך נוץ אויס די אפערטוניטי צו קאנעקטען צו מיינע קינדער און וויאזוי זיי פיעלן וועגן די גאנצע מעשה. וואס מיינט ביי זיי חירות און שיעבוד. וואס זיי האלטן אז מען דארף טון מיט איינער וואס פייניגט זיי. זייערע שוועריקייטן און וויאזוי מען קען זיך ארויסזעהן דערפון. וכו’ וכו’. די רעיונות און געדאנקען וואס מען קען אפלייען טאג טעגליך. אז מען האט ליב זינגען קען מען זינגען צוזאמען. עס נישט אזוי ווייט די מעשה און די מצוות היום ווי די פעמילי קאנעקשען וואס מען עקספיריענסט צוזאמען. עס איז גאר אינטערסאנט צו הערן וויאזוי זיי קוקן אן די זאכן און וואס עס טוט זיך אין זייערע קעפעלעך. קאנעקשען איז וואס אונז אלע דארפן און דאס מאכט די סדר אינטערסאנט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל
Re: וויאזוי קען מען מאכן די סדר נאכט אינטערעסאנט?
מען דארף זיין קריעטיוו פון פאראויס, מיט א פלאן וואס מען גייט טוען צו האבן די קינדער אן-באורד סיי די יונגערע און סיי די עלטערע
מען קען פרעגן חידות אויף פארשידענע לעוועלס וואס מען דארף טרעפן אין די הגדה, אדער עפעס וואס האט צו טוען מיט יציאת מצרים, יעדער וואס טרעפט צו דאס ענטפער באקומט א קארטל טיקעט, אדער פלעי מאני וואס מען קען נאך יו"ט פארטוישן אויף געלט אדער א מתנה
אויך קען מען קויפן פארשידענע פראפס און שפילצייג וואס מען נעמט ארויס בשעת די הגדה צו מאכן די מעשה לעבעדיג
אדער אויסשפילן מיט קאסטומס, צו מיט עקטן פארשידענע חלקים פון די סיפור.
דא איז א אמעזאן ליסטע פון געדאנקן פאר פראפס:
https://amzn.to/3VTZ97J

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אייניקעל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל
Re: וויאזוי קען מען מאכן די סדר נאכט אינטערעסאנט?
https://www.awesomepesach.com
די וועבסייט האט אסאך געשמאקע געדאנקן פאר והגדת לבנך

- עמקות התם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:14 am
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: וויאזוי קען מען מאכן די סדר נאכט אינטערעסאנט?
די נקודה איז אז די ברויכסט צו זיין אינטערסיט, מקושר צו דייני מעשים ודיבורים ומחשבות,
עס הערשט א געוואלדיגע השראה, זיי דיר מבטל צום זמן און קיין שום פריעדיגע הקדמות, וועסטו מרגיש זיין און משיג זיין השגות חדשות לגמרי,
דיינע קינדער וועלן זיין א חלק פול דעם ,
דעם צמח צדק שרייבט, וואס שטייט א לשון פון מגיד, זאגט ער דעם הגדה דארף געזאגט ווערן אויף אזא מין אופן, ווי עס זאגט זיך אליין, ווי כאילו נישט די זאגסט עס, א בחינה פון שכינה מדברת מתוך גרונו,
דהיינו מען דארף זיך מבטל זיין צום אין סוף, די פראבלעם איז די גאנצע מהלך הסדר איז אויף א אופן ממש להפך מען טוט, מאכט, זאגט,
דאס איז טאקע דעם עבודה הלילה, צו מגלה זיין אין דיינע מעשים דעם שיא הביטל,

"You are not your thoughts; you are the observer of your thoughts"