וויאזוי קען מען מאכן די סדר נאכט אינטערעסאנט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1329 מאל

וויאזוי קען מען מאכן די סדר נאכט אינטערעסאנט?

שליחה דורך טמיר »

מ'רעדט אזויפיל פון דער "סדר נאכט" און וואס מ'קען אלץ אריינפרעגלען אין די קינדער (מיין טאטע פלעגט ניצן די לשון אריינפרעגלען, און איך פליג טראכטן נו פרעגל מיך שוין). די ווייב אין קינדער האבן ריזיגע ערווארטונגען פון די טאטע אלץ דער וואס "פירט די סדר".

אבער - ביז ס'קומט למעשה. למעשה הייבט מען אהן חוזר חלילה איבערקייען די קדש ורחץ, קליינע קינדער יא איינשלאפן אדער נישט, זאגט יא א ברכה אדער נישט, מיט יעדעמס חכמה'לעך. מה נשתנה איז פאר עלטערע קינדער אויסגעדראשן און יונגערע ווייסט דאס קינד נישט בחייכון. ולעומתם ברוך יאמרו קומט די טאטע מיט די גאונות אז מ'זעמער געווען קנעכט אין מצרים און די באשעפער האט אונז ארויס"געצויגן". ס'פילט זיך ווי די "שמחה ונחת, געזונטערהייט" וואס ווערט איבערקייט אומצאליגע מאל ביי מיין נעפיו'ס חתונה, פון שידוך שליסן ביז די זיבעטע שבע ברכות.

פאלגענד זענען עטליכע אנגענומענע עצות, מיט זייערע פראס ענד קאנס:

מ'זאגט און מ'הערט א באנטש תורות - דאס קען געבען אסאך פרישקייט און סאבסטאנץ צי די זאך. אבער די פראבלעמן זענען פילצאליג: ס'איז נאר אינטערעסאנט פאר עלטערע זכרים, און די ספרים זאגן שוין אז "נישט" דאס איז די סדר נאכט אלל אבאוט. ס'דארף דייקא זיין סיפור יציאת מצרים.

פארציילן ווי שווער ס'איז געווען - פארציילן די ליידן פון אונזערע זיידעס אלץ קנעכט קען מען דאך א גאנצע נאכט. אבער איך זעה נישט די תועלת פון דעם. עס מאכט נישט די נס גרעסער און ס'מאכט נאר א טרויעריגע שטימונג. פאר קינדער מיט שוואכערע הערצער וועט עס נאך קענען מאכן שרעקעדיגע חלומות.

מדרשים ספר - ס'איז דא א ספר אין יודיש מיט א ליקוט פון אלע מדרשים. דאס קען זיין לכאורה א געוואלדיגע מהלך צי מאכן די הגדה זייער אונטערעסאנט (כ'שטעל מיך פאר, כ'האב עס נאכנישט דורכגעלערנט). דאס איז אבער נאר גוט פאר איינער וואס גייט פאר פיקשין דזענרע. איך האלט נישט אז אזא הייליגע נאכט זאל גיין פאר פארציילן פיקציעס.

די מכות - דאס איז אן עריע ווי מ'קען אויסברייטערן מיט אסאך אימעג'ינעישען, מער וויפיל די טיטשער האט פארציילט, און ס'איז אונטערעסאנט פאר יעדן. די פראבלעם איז אבער אז וויפיל קען מען שוין. ס'קלעקט פאר מאקסימום 15 מינוט.

וואס טוסטו?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר