בליצצן

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19892
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15160 מאל
קאנטאקט:

בליצצן

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך באקום אויף די פאסט א מעגעזין וואס גייט ארויס (בערך) אין די לעצטע 2 יאר מיט'ן נאמען "בליצן".
אין די לעצטע אויסגאבע וואס איך האב ערהאלטן (חודש אדר א'-ב' תשפ"ד) ווערן דארט געברענגט פארשידענע פאנטאסטישע מעשיות פון "בחורים". אויך אידענעס נשים צדקניות. זיי אלע פארציילן באותות ובמופתים וויאזוי זיי האבן זיך געשטארקט און אקעגן געשטעלט די אלע דעווייסעס פון טעכנאלאגיע. אפילו די כשר'ע.

אויך ברענגען זיי אויפ'ן דעקל א וואונדערליכע מעשה פון א איד א מרביץ תורה וועלכער איז היינט א סוקסעספולער ביזנעס מאן. ער פארפיגט איבער גרויסע בילדינס און שאפינג צענטערס אין די ווערד פון מולטי מיליאנען דאללער. און ער האט זיך אויך גובר געווען אויף די היינטיגע טעכנאלאגישע מיטלען פון קאמיוניקעישן אזוי ווי וואטסעפפ. כאטש דאס שטרענגט איהם אן אין זיין ביזנעס וואו ער דארף זיין אין פארבינדונג מיט זיינע מענטשן כמעט 24 שעה א טאג.

דער מעסעדזש פון די אלע מעשיות און געשיכטעס דארף צו זיין אז מ'קען אפילו זיין א מוצלח'דיגער ביזנעסמאן אדער א בחור אדער א פשוט'ע עקרת הבית און מ'שטרענגט זיך אן און מ'האט נישט קיין שום שייכות מיט די טעכנאלאגישע דעווייסעס און עפפס. אפילו די "כשר'ע".

דער מעגעזין איז בדרך כלל נישט אהערגעשטעלט אויף אן עקסטרעמען אופן. נאר א ביסל נאאיוו און קינדעריש.

אין מיטן דעם צייט שריפט איז אויך דא עפעס א וואנזיניגער עד איבער א ווירטואלע "בהמה" וואס א איד האט אהערגעשטעלט (נישט, ח"ו מיט טעכנאלאגיע). און ער איז גרייט צו גיין אין די פארשידענע ישיבות און מוסדות התורה אויסצולערנען די קינדער אלע חלקים פון א בהמה וואס ס'קען זיי אמאל זיין אינטרעסאנט צו זייערע לימודים.

נאר וואס ס'האט געצויגן מיין אויפמערקזאמקייט איז אז אויפ'ן לעצטן פעידזש (47) האבן זיי אן עד פון א איד וואס לאזט וויסן דעם עולם אז ער איז גרייט אויסצולערנען א יעדן איינעם (בעזהשי"ת) צו ווערן אן ארטיסט. א מאלער פון בילדער און סצענעס פון די נאטור.

נאר כדי דאס צו דערגרייכן דארף מען זיך פארבינדן מיט איהם. און ער וועט פארקויפן א "פייל". עפפ. בלשון נקיה. אראפגעצויגן פון דעם טמא'נעם אינטערנעט, רח"ל.

מרא דעלמא כולה: וואס טראכטן די אידן וועלכע געבן ארויס דעם צייטשריפט. זיי זענען דאך מעיד עדות שקר על עצמם. אדער. זיי שיקן ארויס א קאנפיוזינג קאנפליקטעד מעסעדזש. פון איין זייט שרייען זיי (און דאס איז דאך בעצם זייער גאנצע עקזיסטענץ) אז מ'זאל זיך מתנזר זיין פון אלע טעכנאלאגישע כלים. אפילו די כשר'ע. און צום סוף ברענגען זיי גאר אן אדווערטייזינג וואס קומט פון די טמא'נע מקורות ווי אינטערנעט.

אפילו את"ל אז דער מר.--- האט עס אראפגעלאדנט פון די אינטערנעט און ער פארקויפט דיר נאר דעם סי. די. אדער די.ווי.די. אדער SD קארטל. אבער דו מוזסט זיך דאך באניצן מיט טעכנאלאגישע כלים כדי דאס צו דערגרייכן...הא כיצד???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר