טיטלען מפתח

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1329 מאל

טיטלען מפתח

שליחה דורך טמיר »

מוה"ר / הר"ר
  • א מענטש וואס באזיצט א שטריימל
הרב
  • א מנהל רוחני אין א חינוך מוסד
    א מגי"ש פאר בעלי בתים און ארבעט נישט
    טאטע איז הרה"צ און ארבעט נישט
    טאטע איז הגה"צ אדער כ"ק אדמו"ר, און ארבעט יא
הרה"ג
  • א מגי"ש אדער ר"י
    האט א ביהמ"ד
    קוקט כתמים
    טאטע איז הגה"צ און ארבעט נישט
הרה"צ
  • האט אן אייגענע מנין און שחרית'ט נאך עלעווע
    טאטע איז הגה"ק און ארבעט יא
    טאטע איז כ"ק אדמו"ר און ארבעט נישט
    טאטע איז הגה"צ און ארבעט נישט און שחרית'ט נאך עלעווע
הגה"צ
  • האט אייגענע שול מיט ווייבער שול
    טאטע איז כ"ק אדמו"ר, און קוקט כתמים אדער מגי"ש
    טאטע איז הגה"ק און ארבעט נישט
    טאטע איז רשכבה"ג סיי ארבעט יא סיי נישט
כ"ק אדמו"ר
  • טיילט שיריים
כ"ק אדמו"ר הגה"ק
  • טיילט שיריים און איז 80 יאר
    טיילט שיריים און איז 50 יאר און האט 10 שטאק+ פארענטשעס
כ"ק אדמו"ר הגה"ק רשכבה"ג
  • טיילט שיריים און האט 5000+ פאלויערס און איך בין זיין פאלויער
הרה"ק
  • כ"ק אדמו"ר און לעבט שוין נישט

וזאת למודעי, אז על אף ס'איז אריינגעגאנגען יארן שטודירן די סוגיא, דאך שגיאות מי יבין וכו', ממילא ווער ס'האט א קארעקשען אדער סתם הערה, ביטע נישט תמנע זיין טוב מבעליו
והשם הטוב יכפר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טמיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר