מייסטערווערק: צווייטע אויסגאבע לכבוד צווייטע טעג פסח!

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מייסטערווערק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 10:36 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל

מייסטערווערק: צווייטע אויסגאבע לכבוד צווייטע טעג פסח!

שליחה דורך מייסטערווערק »

טייערע קאווע שטיבל חברים, א גוטן מועד און א גוטן ערב יום טוב! עס איז אונז א כבוד און פארגעניגן אייך צו מעלדן אז לכבוד די צווייטע טעג יו״ט הבעעל״ט, סערווירן מיר אייך א פרישע פארציע מייסטערווערק!

איר האט האפענטליך געליינט און הנאה געהאט פון יונה מצאה׳ס שבת הגדול דרשה, א בלויזער טועמיה פון דער פרישסטער קאפיטל אין זיין סעריע ״דער גרינער יצר-טוב: ״און נאכאמאל והשיב״. יונה׳ס אייגענארטיגער פעדער און זיין הומאריסטישער סטיל פארזיכערט אייך אן עונג יום טוב אזאנס און אזעלכס!

אין א פארזעצונג צו זיין ברייטגרייכנדער אינטערוויו מיט רבי מנחם בומבאך, ברענגט אייך מאיר לאבין מתורתיו של ר׳ מנחם איבער קינדער וועלכע פארלאזן דעם חרדי׳שן געזעלשאפט, א טעמע איבער וועלכע הרב בומבאך האט צו פארציילן פון אייגענער דערפארונג. ליינט והשיב לב אבות על בנים אויף מייסטערווערק

דער חוקר און ידען וועלכער שרייבט אונטער נאמען מיימון דא אויף קאווע שטיבל, זעצט פאר מיט זיין סעריע איבער די היסטאריע פון חכמות חיצוניות ביים אידישען פאלק, און דאסמאל באזוכען די אטאמאנישער מלוכה.

לקינוח סעודה, א קורץ און שארפער פאעמע פון עקיבא שטראלי איבער זיין צעטיילט הארץ.​

כמעשהו בראשונה, כך מעשהו בשנייה, דער צווייטער ״נומער״ איז פיל מיט הויך קוואליטעט ליטעראטור פון אלע קאלירן. מיר האפן אז איר וועט ממשיך זיין הנאה צו האבן פון די מייסטערווערק וועלכע מיר סערווירן אייך!​

ויאכלו ענוים וישבעו!

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר