שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיר גלייכן א שיין שטיקל שרייב ארבייט, אזוי אויך מוזיק, פינאנץ, און אלגעמיינע פאליטיק.
קאווע שטיבל איז לדעתי כשמו כן הוא, ווען איך קום נאענט דערצו שפירט זיך ארויס דערפון אזא געשמאקע גרוך פון פריש צעמאלענע קאווע בונדלעך מיט פארשידענע פלעיוואר קריעמערס, כרצון איש ואיש. נו ווי קענען מיר בלייבן שטיין דא אינדרויסן..

-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:01 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד מיט ברייטערע מח האט ליב צי ליינען שרייבען וויסען אין פארציילן מיטלאכען אין חס וחלילה מיטווינען צוזאמען מיטן גאנצן ציבור אין פארשטייט זיך האב איך אויך ליב צו יענטענען אין ענינים וואס מרעדט נישט אין אנדערע מקומות אין מיטטיילן מיינע יענטינים
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן טייערע אידן.
ס'איז מיר א כבוד צו ווערן באגריסט דורך אייך, און איך האף אז מ'וועט מיך שיין אויפנעמען.
איך בין געווען א אבזערווירער פון נאטור אויס, אבער כ'האב מיך ליב אריינצומישן דארט ווי איך האלט שארף פארקערט. איך רעד רעספעקטפול צו יעדעם, און ס'באדערט מיר ווען איינער באפאלט מיך נאר ווייל ער האלט אנדערש ווי מיר. כ'האף אז איר וועט הנאה האבן פין מיר, און אז איך וועל הנאה האבן פין דים פלאץ.
א דאנק

- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 17, 2024 1:22 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פריש אינגערמאן מיט א ליבשאפט צו אטענטיש ארגאנעלע נײעס איך באלאנג נישט און ערגעץ נאר צו גאט ב״ה אלײנס סאינטערסיט מיר השקפה חסידות אידישקײט און אלװעלטליכן נײעס איך בין אן עבד ד׳ מיט מײן גאנצען רצון אין מעשים מיט דורכפלער
- מייסטערווערק
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נאך אן אומגעהויערער לאנגער ווארט איז עס ענדליך דא! מייסטערווערק וועבזייטלקהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 6:41 pmהו הא, חברה ס׳קומט נייע צייטן, מ׳גייט מחזיר זיין די וועקער ליושנה!מייסטערווערק האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:47 pm מייסטערווערק איז די קומענדיגע שטאפל פון אונזער/אייער באליבטער ״וועקער״, לעורר ישנים ולהקיץ נרדמים. אונזער ציל איז זיין דער פלאטפארמע פאר קונסט, פארש-ארבעט, מחשבה, טאלאנט, היסטאריע, שמועסן מיט באקאנטע פערזענליכקייטן, און סתם שרייב-ארבעט אין היימישע, חסידי׳שע אידיש.
@מייסטערווערק ווען קומט ארויס דער קומענדיגער וועקער?
- הרב באב''ד
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 19, 2024 4:25 pm
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כ'האב בס"ד געשריבן א מאמר אינעם נייעם 'מייסטערווערק' איבער הג"ר חיד"ו ווייס שליט"א און וויאזוי ער דיעלט מיט די פראבלעמען פון עוואלוציע און גיל העולם. כ'האף אז דער עולם האט הנאה, און כ'ווינטש די רעדאקציע ברכה והצלחה אין זייער עבודת הקודש.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 150
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:24 pm
- האט שוין געלייקט: 39 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם איך בין א פארמער אייוועלטער.
באזוך די "קאווערס פון אויסגאבעס-קריטיק און קאמאנטארן" אשכול
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20030
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25466 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15277 מאל
- קאנטאקט:
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וויבאלד דו ביסט רב חאצאצאק און אן עניו אויך . הקטן. איז שוין גוט. איך האף דו גענסט מאכן אזעלכע גוטע דזשאוקס ווי דער רב חצאצאק הגדול.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 150
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:24 pm
- האט שוין געלייקט: 39 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:42 pm וויבאלד דו ביסט רב חאצאצאק און אן עניו אויך . הקטן. איז שוין גוט. איך האף דו גענסט מאכן אזעלכע גוטע דזשאוקס ווי דער רב חצאצאק הגדול.
באזוך די "קאווערס פון אויסגאבעס-קריטיק און קאמאנטארן" אשכול
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם
איך בין א רואיגע איד…
איך לאוו צי לערנען אין ליינען נייע אינפארמעישן…
איך דארף מיך נאך אביסל צילערנען מיין שרייבן…
איך האב ליב די וועלט,ווען ס׳גייט מיר גוט…
און ווען נישט…שוין
_מצורע

איך קום דא שטופען צייט, ליינען אין שרייבען. איך בין מיד פון די אייוועלט צענזאר, אין וויל מיט האלטען וואס גייט פאר אינעם היימישע וועלטעלֶ, איך וויען אין מאנסי דרייסעג יאר 9-5 job.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 22, 2024 1:39 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידישע בחור און מאנסי און איך וויל כשר'ע עינטערטעינמענט און איך לערן און ישיבה גדולה און לעיקוואוד און איך שטאם פון וויליאמסבורג און איך בין זייער אריין געטוהן און טעכנאָלאָגיע
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין איינער וואס האט זייער ליב פרישקייט ווי אויך א געשמאקע שמועס איז ביי מיר א שטארקע זאך. איך גלייך זייער קאווע שטיבל צוליב וואס דו אמת איז דא א שטארקע ארטיקל!! איך האף איך העל הנאה האבן דא.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 5:43 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א כמו חסידישער יונגערמאן אין די דרייסיגער יארן וואוינט אין עמא-ריקא פיל מיט שמחת החיים אין וויליג צו לערנען נייע זאכן לאו דוקא נייע אפשר אויך צו דיסקוסירן אלטע וכו',
ארבעט על המחי' ועל הכלכלה פירט א שטוב מיט זיסע יונגע ביימעלעך....
ארבעט על המחי' ועל הכלכלה פירט א שטוב מיט זיסע יונגע ביימעלעך....
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:22 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל ווערן א חבר פון קאווע שטיבל ווייל איך וויל זעהן און פארשטיין פארשידענע שיטות און אויסקוקס וועגן די נייעס אין די פרומע קהילות ובפרט בהנוגע צו די פאסירונגן אין די חסידישע קהילות און די אדמורים וואס דאס איז א נושא וואס איך נעם ספעציפיש איטערעס
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגעאמאן אין די דרייסיגע יארן געלערנט אין די ליטוועשע ישיבות אין נאכדעם געלערנט אין כולל אפאר יאר נאך די חתונה אין היינט בין איך עוסק על המחיה ועל הכלכלה דורן לערן מיט אידישע קינדער.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין נאמען איז אנארכיסט. און איך בין א פשוטער פּראָלעטאַרישער ייד.
פון מיין נאמען קען משמע זײן אז איך בין נישט זייער פארליבט אין אויטאריטעט, אבער דאס איז נאר א זיבעטל פונעם אמת. עס זאל זיך אייך ביטע נישט דאכטן, אז איך בין געגן געזעצן אדער מאָראַליטעט, װײל אדרבה, איך גלײך זײ ביז גאר, נאר איך גלײך בעסער װען בײדע גײען צוזאמען.
אזױ װי מיר שטײען יעצט אינעם חג החירות, װען מיר פײַערן דאס אידישע פאלק'ס אראפװארפן פון זיך די פֿאַשיסטישע יאָך פון פּרעה'ס מצרים, איז ממש די פאסיגע צײט צו זיך רעגיסטרירן דא אינעם פארום פון חירות.

- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 27, 2024 10:49 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
צי זעהן ווי אזוי גיטע יודן שרייבן שיינע אינטערסאנטע הערליכע ערליכע תורהדיגע אין וועלטליכע זאכן וואס מקען הנאה האבן אין אביסל איבריגע צייט איך האב ברוך השם ליב צי ליינען אין ספיציעל האב איך הנאה צי פארברעינגען מיט יודן וואס רעדן יודיש ועיגן דעים בין איך דא
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
חעברע, כ'האב געהערעט פון קאווע שטיבל פון חברים. כ'קען ענק זאגן איין זאך-ס'קומט גוטע זאכן!
נייע ארטיקלען, פרישע ווארע, דער עולם זאל זיצן רואיג אויף די בענקלעך!
ס'איז דא גענוג פאר יעדן!
נייע ארטיקלען, פרישע ווארע, דער עולם זאל זיצן רואיג אויף די בענקלעך!
ס'איז דא גענוג פאר יעדן!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 7
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2024 1:39 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין מוראדיג הונגעריג נאך אינפארמאציע נישט קיין חילוק וועלכע נושא, היסטאריע, וכו' וכו'
איך האף אי"ה צו זיין אקטיוו און פארברענגען געשמאק מיט אלע חברים דא
און זיך זעטיגן מיט נאך איינטערעסאנטע אינפארמאציע
איך האף אי"ה צו זיין אקטיוו און פארברענגען געשמאק מיט אלע חברים דא
און זיך זעטיגן מיט נאך איינטערעסאנטע אינפארמאציע
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2024 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כ'בין א אינגערמאן זעקס יאר נאך די חתונה כפלעג אסאך אריין קומען קוקען דא אבער אזויווי איך בין אפארשלעפטער בינעך קיינמאל נישט אנגעקומען איך גלייך זייער די שפראך אין די פארשטאנד וויזוי מרעדט דא כ'האף איר וועט הנאה האבען פון מיר אויכעט!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין חבר האט מיר אריינגעשיקן דעפ ארטיקל וועגן סייקעדעליקס, זינט איך האב שטארק עס געגליכן האב איך באשלאסן אריינצוקומען דא אהער. איך בין אין די הילינג אינדעסטרי און דעריבער זענען די דאזיגע נושאים באזונדער אינטערעטאנט פאר מיר.