א טרער אויף רבי מיכאל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2018 מאל

א טרער אויף רבי מיכאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

איך שרייב די שורות ווען פון מיינע אויגן גיסן טייכן טרערן. בוכשטעבליך.

איך האב יעצט געוואטשט די לוויה פון מיכאל שניצלער און כ'קען מיך נישט בארואיגן.

מיין הארץ איז איבערגעפולט מיט הרגשים מיטהאלטנדיג א לויה פון א 'סעלעבריטי', אנגעבליך 'א פשוט'ער איד', א 'מגושם' זאגאר, וועלכער ווערט באוויינט מיט'ן כבוד הראוי דורך טויזנטער אידן צוליב זיינע 'בין אדם לחברו' דערגרייכונגען. אין מיינע אויגן האט זיך דאס געשפירט ווי א זיג פאר הומאניטי; א זיג פאר אונזערע גוטע חלקים וואס ווערן אונטערדרוקט און פארשלייערט דורך אונזערע צעפיפענע פריאריטעטן.

מיכאל האט נישט געראטעוועט אידישקייט - אבער געראטעוועט אידן; ער איז נישט געווען קיין גאון הגאונים - אבער א גאון אין בין אדם לחברו; ער איז נישט געווען קיין מדקדק בקלה כבחמורה - אבער א משווה קטן כגדול; ער האט אפשר נישט פארמאגט די עליטע הויכגעשפריצטע ''אהבת התורה'' - אבער געליבט גאט און זיין באשאף מיט'ן גאנצן הארץ; ער האט אפשר נישט געקענט נאכזאגן א ווארט אויף דער פרשה - אבער געגעבן א גוט ווארט וואס האט לייכטער געמאכט דיין פערזענליכע פרשה; ער האט נישט אונטערגעשריבן קיין הסכמות און קול קורא'ס - אבער געשיקט קליינע ליבליכע קליפס פאר אלע "ביוטיפול פיפל"; ער האט נישט אויפגעטריבן שווערע געלטער פאר די הייליגע מוסדות - אבער געווען די שטימע פאר אזויפיל ארויסגעווארפענע בחורים.

ס'איז מיר א כבוד און ערע אז מיר האבן דערגרייכט אזא מאמענט ווען אן אוהבן של ישראל וואס האט זיך געווייטאגט און געזארגט פאר אונזער גשמיות ווערט באגראבן מיט'ן כבוד וואס קומט זיך אים, גארנישט ווייניגער ווי פאר מענטשן וואס געבן זיך אנגעבליך אפ מיט אונזער רוחניות; ווען א איד וואס האט משמח געווען הונדערטער שוואכע הערצער באקומט זיין אנערקענונג נישט שוואכער ווי איינער וואס האט מיט זיי געלערנט א בלאט גמרא צי א פסוק חומש; ווען טויזנטער אידן האבן מיטגעהאלטן א לויה נישט צוליב וואס זיי געהערן אין דער פארטיי, זיי שיקן צו יענע מוסדות, אדער זענען איינגעשטעלט ביי יענעמ'ס קינדער - נאר ווייל גוטסקייט האט געכאפט א קלאפ און אידן האבן דאס געשפירט און געשעצט; ווען א איד איז געווארן באוויינט דורך רבנים אין זינגער, אין אידיש און אין ענגליש, אין די שמונה בגדים אדער א קליין טשופיקע, ווען דער שטריך וואס פאראייניגט זיי אלע איז א חשיבות פאר בין אדם לחברו.

מיכאל, דו ביסט א מוסטער פון הומאנישקייט קעגן טיראניע; פאזיטיווקייט קעגן פארביטערטקייט; זיך זארגן פאר די שוואכע קעגן נאכמער באפעסטיגן די שטארקע. און דאס גרעסטע שיינקייט איז אז קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו רעדן פון דיין יא אדער נישט קביעות עתים לתורה, דיין יא אדער נישט זיך מישן פסח, אדער דיין יא אדער נישט סיי וואספארא בין אדם למקום. אזוי ס'זאל זיין קריסטאל קלאר: מיר ליבן דיך ר' מיכאל צוליב דיין גוטסקייט, דיין ווארעם הארץ, און די גוטע מינוטן וואס דו האסט אזוי גוטהארציג געשאנקען פאר טויזנטער אידן - און פאר גארנישט עפעס אנדערש. יא! אונזערע חברימ'ס פיזישע און מענטאלע וואוילזיין גייט אונז אן - נאך עניטיים ווי זייער רוחניות'דיגע און ספירטואלע וואוילזיין! ווען א איד וואס האט אזויפיל צוגעגעבן אין דעם הינזיכט, משים געווען לילות כימים ס'זאל אנדערע גוט גיין, גייט פון דער וועלט - זענען מיר אים מספיד עז די הירא הי וואָז! און איינוועגס פארגיסן מיר א טרער אויף די וואס זענען ליידער געווארן אריבערגעפארן/איגנארירט/נישט דערהערט ביי די 'סיסטעם' וואס ווייטאגן אזוי דיין פארלוסט.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר