באדעקן גויאישע פנימ'ער

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך שרגא »

קוקנדיג יעצט דעם נייעם "שטערן", באמערק איך ווי אלע פנימ'ער פון גוים זענען בלוירי. ווער האט יעצט פריש געלייגט דרוק?
די היימישע צייטונגען און מאגאזינען זענען ב"ה געשטיגן אין קוואליטעט אין די לעצטערע יארן, מיט דער פרישער מעלה פון באדעקן יעדן גויאישן פנים. אנשטאט נאכמאכן יענעמ'ס גוטע איידיעס אדער ארטיקלעך, זוכן היינט אלע נאר נאכצומאכן און איבערשטייגן יענעמ'ס משוגעת'ן. יעצט וועלן מיר שוין מער נישט נכשל ווערן מיט די ראיות אסורות... אמת'דיג, עס פעלן דען ערנסטע קאמפיינען און וויכטיגע גדרים צו מאכן אין דער היינטיגער וועלט? וואס קומט נעקסט, נישט שרייבן אויף אשר-יצר פאפיר, אדער אפשר זאל מען מוזן טובל'ען די פאפיר? עס נעמט דאך נישט קיין עק.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
עדיוקעטעט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך עדיוקעטעט »

It's a shame what a few stupid ppl can do to us. Campaign against digital camera. Ami magazine. And now with blurring pictures of men What's next making us believe that there is noting besides us??? and pictures in the news papers will only be 3d sketches like our smybol here
It's time the 99% should stick up for normality
טעמפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך טעמפא »

נו, אז מען רעדט שוין פון באדקן דאס פנים.... http://www.koshercamera.com/ געט א קליק אויף "order now"....
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך ידען »

טעמפא,

דער לץ האט געמאכט גאר שיינע גרעפיק פאר זיין וויץ. אפשר קענסט אים אהערברענגען צו דעם פורום?

חיים נחום:

איך וועל נישט מקבל זיין דעם לשון הרע אז דער שטערן לייגט בכלל אריין בילדער פון רשעים.....
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך שרגא »

טעמפא האט געשריבן:נו, אז מען רעדט שוין פון באדקן דאס פנים.... http://www.koshercamera.com/ געט א קליק אויף "order now"....

צוקער זיס! אבער איך בעט אייך: געט נישט נאך איידיעס פאר די חברה, דעי מייט לייק איט!
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
אנאנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 11:32 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך אנאנים »

זיי האבן זיך מיאוס באנארישט. לויט ווי איך הער האבן זיי געוואלט אראפנעמען דעם חרון אף פון די קראנקע קנאים אבער ס'האט זיי נעבעך געהאלפן א מכה.
שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן געגעסן די פארשטינקענע פיש און ס'האט זיי געהאלפן א מכה ווייל די משוגעים זענען אינגאנצן נישט אראפגעקראכן פון זיי, און אלע ליינערס זענען גערעגט אויף זיי.

ווען איך האב אריינגעקאלט געבן א פסק, האבן זיי מיר געזאגט אז זיי האבן באקומען גאר אסאך טעלעפאן קאלס וועגן דעם, און איך האף טאקע אז עס וועט אויפטון און קומענדיגן חודש וועלן זיי צוריקלייגן די בילדער און בכלל גייען זיך אנפייפן אויף די משוגעים און זיך נאר רעכענען מיט די ליינערס און מיט זייער רב, הרב יעקב זיידא שליט"א, וואס ער גיט זיי די אנווייזונגען וואס זיי מעגן יא און וואס זיי טארן נישט טאן.
איך האף אז זיי וועלן טאקע אזוי טון, און ווייטער אנגיין מיט זייער גוטע קוואליטעט ארטיקלען און בילדער.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך שרגא »

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:דער אמת איז אז עס זענען פאראן גענוג משוגענע חומרות, אבער גראדע דאס פארשטיי איך, למעשה איז דאך דא דער פראבלעם פון הסתכלות בפני אדם רשע. מ'קען אפשר דן זיין אז א בילד איז אנדערש, אבער א שטיקל מקור האט עס כאטש.

און וויאזוי האט סקווירער רבי זיך געטראפן מיט קלינטאן און אים געקוקט גראד אין פנים אריין? און אלע גדולי מאורי הדורות פון אלע יארן האבן זיך אלץ געטראפן און געארבעט מיט גוים, חלילה צו מקטרג זיין אויף זיי.
דו האסט שוין געזען דיין טאטן קוקן אויפ'ן הימל, בשעת ער רעדט צו זיין גוישן ארבעטער אדער דעליווערי מאן? אויב נישט, פארוואס ווערט עס ערגער אין א צייטונג. אויב עפעס, איז א בילד נאר נאך גרינגער (פונקט ווי סדא וואס זאגן לגבי הערן א קול פון א פרוי נישט לייוו , זענען דא וואס האלטן לגבי א בילד אז עס הייסט נישט ווי עכט).

אויב אפילו די רעבע ז"ל האט זיך געטראפן מיט'ן פראנצויזישן קייזער, פארוואס טאר איך נישט קוקן אויף א בילד פון אים? פארוואס זענען די צייטונגען הארבער? נאר פאר איין סיבה: ווייל דארט קענען די ארבעסטלאזע ראדיקאלן באלבאטעוון און לייגן דרוק. אדער ווייל די רעדאקטארן זענען איבערגעטריבענע פחדנים און אויב איין משוגענער זאגט עפעס, פאלגט מען. אוודאי קען דער צייטונג אייגנטימער ענדערש באשטיין צו נאכגעבן דעם פארלאנג פון פארדעקן די גויאישע פנימ'ער, ווי נאכגעבן דעם פארלאנג פון גוטע ארטיקלעך. עס איז סאך גרינגער...

עס איז א בושה ווי די מנהיגי הדור האבן זיך נאכנישט געכאפט אז מען מוז אנהייבן מאכן פריאריטעטן און נישט זיין פארנומען מיט דידזשיטעל קאמערעס און אזעלכע פרישע חומרות ווי פארדעקן גואישע פנימער, נאר קודם מיט'ן איי-פאון און די אנדערע דעווייסעס וואס בחור'לעך און יונגעלייטלעך טראגן זיך ארום.

די איינציגסטע זאך איז אפשר טאקע אן אדם רשע (לכ' אפילו א איד אויך?), למשל פון היטלער אדער סטאלין, אבער מאדנע איז אז די זעלבע מסתמא וואס זענען די וואס ווילן פארדעקן יעדן גוי'שן פנים אין צייטונג, וועלן נישט האבן קיין פראבלעם זיך צו טרעפן מיט אכמאדינעדזשאד. זעט אויס קוקן א בילד פון א גוי טאר מען נישט, אבער זיך האלזן מעג מען יא... דער אסור להסתכל אויב עפעס מיינט טאקע "הסתכלות", זיך איינקוקן און באטראכטן, וואס דאס גענוי טוען זיי.

אגב, טראכט איך אויך אז מ'קען נישט סתם זאגן אז א גוי איז אסור און א טמא'נע זאך צו קוקן, ווייל מען זעט דאך אז חזל האבן אפילו באשטימט א ברכה ווען "מ'זעט" א קעניג, אדער אפילו ווען "מ'זעט" א חכם. סאו ווי קען מען עפ"י הלכה מאכן א ברכה אויב מ'געט נישט א קוק אויף דעם גוישן חכם?... און גראדע וועלן די צייטונגען געווענליך ברענגען נישט סתם א בילד פון דזשאני סמיט נאר פון קעניגן, חכמים און העלדן, וואס אויף זיי איז גאר אפשר א מצוה צו קוקן, או7יב זיי זענען פון די חסידי אומות העולם האבן זיי דאך (עכ"פ לויט טייל) א חלק אין עולם הבא. נאך מער, עס איז אפילו דא א ברכה אויב מען זעט אילנות טובות אדער "בריות נאות", יא שטייט קלאר אפילו א "גוי", דארף מען מאכן א "ברכה". איר הערט גוט, מאכט א ברכה: בא"י שככה לו בעולמו! יעצט פרעג איך דיר!
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך שרגא »

נאך א שנעלן סוירטש טרעף איך אז דער דין פון אסור להסתכל ווערט בכלל נישט געברענגט להלכה אין רמב"ם, טור שו"ע.
און קוק דאס: ובטורי אבן (שם) פירש דברי הגמרא, דאף על גב דאסור להסתכל בדמות אדם רשע, מכל מקום אי אפשר לרוב עולם לזהר בזה והיינו רבותא של רבי יהושע בן קרחה, בזה שלא הסתכל בדמות אדם רשע שזכה לאריכות ימים.
און לויט דעם טעם פונעם שערי תשובה (שער ג' אות קצג), שהאיסור להסתכל בפני אדם רשע הוא חלק מהאיסור להתחבר לאדם רשע, שעל ידי ההסתכלות יבא לידי התחברות, איז דאך ביי א בילד דאס בכלל נישט שייך. סאו קודם זאלן מענטשן אויפהערן קוקן "לייוו" אויף גוים א גאנצן טאג, דערנאך זאל מען גיין צו בלויז א בילד פון זיי. עולם הפוך ראיתי. נאו קאמען סענס וואטסאועווער.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
קאווע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:48 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך קאווע »

שרגא'לע שרגא'לע טייערע אהבה מקלקלת השורה, דיין גרויס אהבה צו די בילדער פארבלענדן דיינע אויגן פון צו זען דעם אמת, ווייסטו דען נישט קיין חילוק פון קוקן ביז קוקן? ווייסטו דען נישט קיין חילוק פון זען ביז קוקן? ווייסטו דען נישט קיין חילוק פון לא תחנם און שחלק מכבודו? ווייסטו דען נישט קיין חילוק פון באשיינען דעם גוי פארן איד און זיך חנפ'נען צום גוי פאר א טובה? ווייסטו דען נישט קיין חילוק פון קנאות און עקסטרעמיסטן?

שרגא האט געשריבן:
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:דער אמת איז אז עס זענען פאראן גענוג משוגענע חומרות, אבער גראדע דאס פארשטיי איך, למעשה איז דאך דא דער פראבלעם פון הסתכלות בפני אדם רשע. מ'קען אפשר דן זיין אז א בילד איז אנדערש, אבער א שטיקל מקור האט עס כאטש.

און וויאזוי האט סקווירער רבי זיך געטראפן מיט קלינטאן און אים געקוקט גראד אין פנים אריין? און אלע גדולי מאורי הדורות פון אלע יארן האבן זיך אלץ געטראפן און געארבעט מיט גוים, חלילה צו מקטרג זיין אויף זיי. ווער האט מקטרג געווען?
דו האסט שוין געזען דיין טאטן קוקן אויפ'ן הימל, בשעת ער רעדט צו זיין גוישן ארבעטער אדער דעליווערי מאן? אויב נישט, פארוואס ווערט עס ערגער אין א צייטונג. די ווייסט טאקע נישט פארוואס ס'איז ערגער? אויב עפעס, איז א בילד נאר נאך גרינגער גרינגער? אזוי גאר? און וואס איז מיט די רוח הטומאה וואס איז דא אויף בילדער? און וואס איז מיט די איסור צו קוקן די בילדער או"ח ש"ז סיעף ט"ז? (פונקט ווי סדא וואס זאגן לגבי הערן א קול פון א פרוי נישט לייוו , זענען דא וואס האלטן לגבי א בילד אז עס הייסט נישט ווי עכט ווער האלט אזוי? אפשר מעג איך וויסן?).

אויב אפילו די רעבע ז"ל ביסט קיוט ווען די שרייבסט רעבע? האט זיך געטראפן מיט'ן פראנצויזישן קייזער, פארוואס טאר איך נישט קוקן אויף א בילד פון אים? חוזר על קיאו? פארוואס זענען די צייטונגען הארבער? חוזר על קיאו? נאר פאר איין סיבה: ווייל דארט קענען די ארבעסטלאזע ראדיקאלן באלבאטעוון און לייגן דרוק דיינע שארפע לשונות באשטעטיגן דיינע ווערטער?. אדער ווייל די רעדאקטארן זענען איבערגעטריבענע פחדנים און אויב איין משוגענער איין משוגענער, איין משוגענער, חזר עס, ביז יעדער וועט מיינען אז די אלע רבנים וואס האבן געהאקט דעראויף איז נישט מער ווי איין משוגענער זאגט עפעס, פאלגט מען. אוודאי קען דער צייטונג אייגנטימער ענדערש באשטיין צו נאכגעבן דעם פארלאנג פון פארדעקן די גויאישע פנימ'ער, ווי נאכגעבן דעם פארלאנג פון גוטע ארטיקלעך. עס איז סאך גרינגער...

עס איז א בושה ווי די מנהיגי הדור האבן זיך נאכנישט געכאפט ווער האט זיך נישט געכאפט? אז מען מוז אנהייבן מאכן פריאריטעטן און נישט זיין פארנומען מיט דידזשיטעל קאמערעס און אזעלכע פרישע חומרות פרישע חומרות, חחח, אהבה מקלקלת השורה ווי פארדעקן גואישע פנימער, נאר קודם מיט'ן איי-פאון שרגא פארשטייט אז אייפאון איז ערגער ווי גוישע פנימ'ער :lol: נו גיי ארום צו אלע רבנים און קלער זיי אויף, דערווייל פארשטייען זיי אנדערש ווי דיר. און די אנדערע דעווייסעס וואס בחור'לעך און יונגעלייטלעך טראגן זיך ארום.

די איינציגסטע זאך איז אפשר טאקע אן אדם רשע (לכ' אפילו א איד אויך?), למשל פון היטלער אדער סטאלין, אבער מאדנע איז אז די זעלבע מקור? וויפיל איך ווייס איז עס נישט נאר נישט די זעלבע, נאר אנדערע עקסטרעם מענטשן מסתמא וואס זענען די וואס ווילן פארדעקן יעדן גוי'שן פנים אין צייטונג, וועלן נישט האבן קיין פראבלעם זיך צו טרעפן מיט אכמאדינעדזשאד. זעט אויס קוקן א בילד פון א גוי טאר מען נישט, אבער זיך האלזן מעג מען יא...פארשטייסט טאקע נישט די חילוק? דער אסור להסתכל אויב עפעס מיינט טאקע "הסתכלות", זיך איינקוקן און באטראכטן, וואס דאס גענוי טוען זיי אה! עפעס פאנגט ער שוין אן צו כאפן, אחילוק פון ראי' און הסתכלות, זאג נאר ביים זיך האלצן קוקט מען מער ווי אויף א בילד אדער ס'איז א קל וחומר? אויב ס'איז א ק"ו איז עס מופרך, ווייל 2 ראנג דאסנט מעיק 1 רייט..

אגב, טראכט איך אויך אז מ'קען נישט סתם זאגן אז א גוי איז אסור ניין? מ'קען נישט? וואס זאל מען אבער טוהן אז די גמ' זאגט יא אזוי? און א טמא'נע זאך צו קוקן, ווייל מען זעט דאך אז חזל האבן אפילו באשטימט א ברכה ווען "מ'זעט" א קעניג, אדער אפילו ווען "מ'זעט" א חכם. סאו ווי קען מען עפ"י הלכה מאכן א ברכה אויב מ'געט נישט א קוק אויף דעם גוישן חכם?...א שווערע קשי', איך מיין זאלסט קוקן אין די מפרשים פאר די ציסט דא א מסקנה אז מ'מעג יא און גראדע וועלן די צייטונגען געווענליך ברענגען נישט סתם א בילד פון דזשאני סמיט נאר פון קעניגן, חכמים און העלדן, על אלה אני בוכיה וואס אויף זיי איז גאר אפשר א מצוה צו קוקן,אזוי גאר? או7יב זיי זענען פון די חסידי אומות העולם האבן זיי דאך (עכ"פ לויט טייל) א חלק אין עולם הבא און אז?. נאך מער, עס איז אפילו דא א ברכה אויב מען זעט אילנות טובות אדער "בריות נאות", יא שטייט קלאר אפילו א "גוי", דארף מען מאכן א "ברכה" חוזר חזרה. איר הערט גוט, מאכט א ברכה: בא"י שככה לו בעולמו! יעצט פרעג איך דיר! וואס פרעגסטו?

--------------------------

ער האקט אריין, מאך א שטייטערן סורטש, וועסטו זען אז ס'ווערט יא געבערנגט און געפסק'נט להלכה.
____________________.
[NAMELESS]

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי חיים נחום און קאווע פארשטיי איך אויך די ענין פון נישט לייגן בילדער פון עכו"ם. עס איז אוודאי א גרויסע חילוק צווישן דאס וואס צדיקים האבן גערעדט צו שרים, און אזוי אויך היינט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואס איז אוודאי א חויב געווען צוליב פיקוח נפש און שתדלנות. אבער סתם אזוי? איז דאך דא די ענין פון נישט מסתכל זיין! פארוואס זאל א היימישע אויסגאבע האבן בילדער פון גוים?
אויב זאל מען גיין מיט שרגא'ס סברא קען מען פונקט אזוי מתיר זיין צו לייגן בילדער פון פרויען אין היימישע אויסגאבעס ח"ו, ווייל מיר אלע אין די ביזנעס וועלט קוקן דאך כסדר אויף פרויען און אפילו געוויסע רבי'ס פלעגן קוקן (א שנעלע בליק) אויף פרויען ווען זיי זענען זיך געקומען מזכיר זיין לדבר ישועה ורחמים. איז פארוואס זאלן אויסגאבעס נישט מעגן דרוקן "בילדער" פון פרויען וואס איז נאך סאך גרינגער ווי פרויען אליין?!
נאר עס פארשטייט יעדער אז אויסגאבע'ס זענען אנדערשט און מ'דארף נזהר זיין.
(נישט אז איך האלט אז מ'דארף ווארפן פאשקעווילען אויף די שטערן און ענדליכע אויסגאבע'ס. זיכער אז נישט!!!, נאר אז מ'איז דן צו ס'איז א זאך "וואס מאכט סענס" מיין איך אז ס'איז דא א מקום פאר די חומרא.)
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך רואיק »

קארלסבורג האט געשריבן:איך קען נישט גלייבן אז מענטשן פארטיידיגן אזא גרוילטאט ווי מטשטש זיין דעם צלם-אלקים פון מענטשן. אפילו אויב עס זאל זיין אן ענין נישט צו קוקן אויף אן אדם רשע, און אפילו אויב זאל קוקן אויף א בילד האבן א דין פון קוקן, שרייט דאך די פראגע עד לב השמים: ווער, פאר א גוט יאר, האט מחליט געווען אז א גוי איז א רשע?! האט השי"ת באשאפן א וועלט וואס באשטייט פון 99.7 פראצענט רשעים? האט דער באשעפער באשאפן א וועלט ווי יונקי שדים שלא חטאו זענען שוין פארדאמט פאר'ן לעבן אלץ רשעים? לעבן מיר אין א וועלט וואו ארענטליכע מענטשן וועלכע ארבעטן שווער על המחיה ועל הכלכלה, וואו עלטערן וועלכע ווילן זען נחת פון די קינדער, וואו ארימעלייט, אלמנות ויתומים, זענען פארדאמט אלץ "רשעים"?
איך שטיי און איך קוק מיך צו ווי קאווע און ראשעקאל שטיצן אזא געדאנק, און איך טראכט צו מיר: בין איך משוגע אדער זענען זיי? קאווע דערמאנט דעם רוח הטומאה וואס איז שורה אויף א בילד. האט דאס א שייכות מיט גוים? אויב עקזיסטירט אזא זאך איז עס דאך פילפאכיג ארגער אין אזא מאגאזין ווי "כל העולם כולו" וואס איז אנגעפילט מיט פרצופים פון מענטשן, און יא, טייל פון זיי רשעי ישראל.
די קראנקהאפטע עקסטרעמיסטן במחנינו וועלכע רייסן אויס יעדן דבר טוב, קומען יעדן טאג אויף מיט א צווייטן טפשות - איינס דראמאטישער פון דעם צווייטן. די סתירות אין וועלכע זיי לעבן, זייער פרינציפלאזער מהלך החיים, ווילן זיי ארויפצווינגען אויף יעדן אנשטענדיגן מענטש.
אין דער צייט וואס עס קומען ארויס וואך-איין-וואך-אויס שמוציגע און אינהאלטלאזע צייטונגען און מאגאזינען, טייל פון זיי גאר דורך אדמו"רים וועלכע וויינען מיט קראקאדיל-טרערן אויף א.ג. חטאים פון פריוואטע מענטשן, האבן די "עסקנים" די חוצפה אויפצוקומען מיט ליידיגע, גארנישט-מיינענדע חומרות, אלעס כדי צו ווייזן זייער אגרוף רשע, און נוצן זייער טעראר-מאכט אויף פשוט'ע מענטשן וועלכע ארבעטן שווער פאר פרנסה.
איך בין מיט דיר קארלסבורג אלל דע וועי! און איך לאז טאקע נישט אריין ביי מיר אין שטוב די כל העולם כולו סטייל מעגאזינען כדי מען חלילה נישט צוקומען צו א חשש הסתכלות... וואס יא, ווען איך האב לעצטענס איבערגעבויט האט מיין רעביצין געזוכט א שיינע סחורה צו מאכן א פארהאנג אין טוילעט. איך בין מודה אז דער כל העולם כולו האט יא א נוצן אלץ א סחורה קאטאלאג.
באניצער אוואטאר
קאווע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:48 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך קאווע »

קארלסבורג אלץ והייתם נקיים מיז איך ענטפערן על ראשון ראשון.

1. וואס איז די גרוילטאט פון מטשטש זיין בילדער? איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא סארט גרוילטאט....

2. איך האב בכלל נישט געשטיצט די געדאנק פון פארדעקן די בילדער, נאר איך האב ענדערש אפגעפרעגט די געדאנק אז ס'נישט קיין שום פראבלעם צו קוקן בילדער פון גוים, ס'איז קלאר יא א פראבלעם.

3. איך געדענק נישט אויף די מינוט די מקור, אבער ס'איז מיר ברור כשמש אז ס'ווערט דערמאנט אין כמה ספרים אז קוקן אויף א צורה פון א גוי איז ממשיך א טומאה אויפן מסתכל. יא רשעים נישט רשעים פונקט ווי מ'טאר נישט קוקן אויף צורת פון חיות טמאות (נאך א חידוש?) טאר מען נישט קוקן אויף א צורה פון א גוי. (קוקן לשם קוקן).

4. כל הגולם כולו איז ערגער? 100%, איך בין אייך מכבד ארויסצוקומען מיט א מחאה אין די עפענטלכקייט.

5. איך זע די ניצט אויך דעם טאקטיק פון אראפרייסן די מענטש און דאדורך איז אטאמאטיש אפגעפרעגט אלעס וואס ער זאגט. קבל את האמת ממי שאמרו.
____________________.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך קול גדול »

איך שטעל מיר פאר טאמער וואלט געווען פארקערט און אלגעמיינע צייטונגען וואלטן פארדעקט אידישע פנימ'ער וואלט גלייך געווארן א טומעל און אלע עסקנים וואלטן געשריגן אנטיסעמיטיזים.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך דולה ומשקה »

"הסתכלות בפני אדם רשע", קודם דארף מען וויסען במקור דעם טיטול 'רשע' באלאנגט פאר א איד וואס טוט רשעות, ווייל א גוי איז דאך א גוי, איהם האט מען נישט געגעבען די תורה איז ער נישט פארפליכטעט זיך אויף צופירען עפ"י הנימוס, עס איז דא זאכען פון נארמאלקייט, אבער דאס ענין פון רשעות גייט אויף א איד וואס פירט זיך אויף נגד התורה.

ממילא נישט אנקוקען א גוי צוליב "אסור להסתכל בפני רשע", אפילו אם תימצי לומר דאס מיינט א גוי, אבער נישט קיין בילד זיכער נישט.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך קול גדול »

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:איך שטעל מיר פאר טאמער וואלט געווען פארקערט און אלגעמיינע צייטונגען וואלטן פארדעקט אידישע פנימ'ער וואלט גלייך געווארן א טומעל און אלע עסקנים וואלטן געשריגן אנטיסעמיטיזים.

דאס בעסטע וואלט טאקע געווען אויב צייטונגען דרוקן בכלל נישט קיין פנימ'ער, ווי עס איז געווען דעת רביה"ק מסאטמאר זי"ע אלץ חשש פון לא תעשה לך פסל וכל תמונה, און ווי "דער איד" האט זיך געפירט לאנגע יארן, אויסמעקנדיג יעדן פנים אפילו פון געמאלענע בילדער אין אדווערטייזמענטס.

אבער דער סאטמאר רבי אליין האט דאך גענוצט זיין בילד פאר פאספארטן.
יחזקאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:55 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך יחזקאל »

קול גדול האט געשריבן:
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:איך שטעל מיר פאר טאמער וואלט געווען פארקערט און אלגעמיינע צייטונגען וואלטן פארדעקט אידישע פנימ'ער וואלט גלייך געווארן א טומעל און אלע עסקנים וואלטן געשריגן אנטיסעמיטיזים.

דאס בעסטע וואלט טאקע געווען אויב צייטונגען דרוקן בכלל נישט קיין פנימ'ער, ווי עס איז געווען דעת רביה"ק מסאטמאר זי"ע אלץ חשש פון לא תעשה לך פסל וכל תמונה, און ווי "דער איד" האט זיך געפירט לאנגע יארן, אויסמעקנדיג יעדן פנים אפילו פון געמאלענע בילדער אין אדווערטייזמענטס.

אבער דער סאטמאר רבי אליין האט דאך גענוצט זיין בילד פאר פאספארטן.

ביסט צוקער זיס
מנחם מענדיל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 14, 2024 3:24 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך מנחם מענדיל »

איך פארשטיי נישט, די מוערורים זענען נישט דער וואס קויפן "די שטערן" איז פארוואס זיך צושטעלן צו זייער זינלאזגע מישעגת'ן מען דארף זיך צושטעלן צו די ריכטיגע קונם און זיי האבן נישט קיין פראבליהם מיטן זעהן א גוישע געזיכט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך berlbalaguleh »

ידען האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 6:19 pm טעמפא,

דער לץ האט געמאכט גאר שיינע גרעפיק פאר זיין וויץ. אפשר קענסט אים אהערברענגען צו דעם פורום?

חיים נחום:

איך וועל נישט מקבל זיין דעם לשון הרע אז דער שטערן לייגט בכלל אריין בילדער פון רשעים.....
זיי זענען צוערשט בודק זיינע ציצית. און זי פארהעראן איהם אין וועלכע מקוה ער גייט. וועלכע השגחה ער ניצט. און וועלכע צייטונגען ער ליינט. ערשט נאכדעים לייגן זיי אריין זיין פיקטשער אין מעגעזין. תחת פיקוח והשגחת והסכמת וועד הרבנים.
יאנקל בעל העגלה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך יאנקל בעל העגלה »

מנחם מענדיל האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 4:19 pm איך פארשטיי נישט, די מוערורים זענען נישט דער וואס קויפן "די שטערן" איז פארוואס זיך צושטעלן צו זייער זינלאזגע מישעגת'ן מען דארף זיך צושטעלן צו די ריכטיגע קונם און זיי האבן נישט קיין פראבליהם מיטן זעהן א גוישע געזיכט.
לייענדיג די שריפט איבער די באזוך ביי די סיקרעט סערוויס איז מיר שטארק נישט געפאלן די "נידריגע גוי" לאזונגען וואס זיי לייגן אריין ביים באשרייבן זייער באזוך דארט, כ'טראכט צו איבערטייטשן די ארטיקל אין עס אריינשיקן צום באאמטער וואס האט זיי געטוהן די טובה אין ארום געוויזן די טרענירונג סענטער, כמיין אז די שטינק וואס דאס גייט אנמאכן וועט זיי מאכן טראכטן צוויי מאל פארן טוהן נאכאמאל אזא זאך...
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך Nanach »

יאנקל בעל העגלה האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:31 pm

די פוינט איז ריכטיג, אבער אונז דארפן נישט זיין די וואס העצן אויף שנאת ישראל, בפרט אין אזא צייט.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך צקון לחש »

Nanach האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:17 pm
יאנקל בעל העגלה האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:31 pm
מנחם מענדיל האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 4:19 pm איך פארשטיי נישט, די מוערורים זענען נישט דער וואס קויפן "די שטערן" איז פארוואס זיך צושטעלן צו זייער זינלאזגע מישעגת'ן מען דארף זיך צושטעלן צו די ריכטיגע קונם און זיי האבן נישט קיין פראבליהם מיטן זעהן א גוישע געזיכט.
לייענדיג די שריפט איבער די באזוך ביי די סיקרעט סערוויס איז מיר שטארק נישט געפאלן די "נידריגע גוי" לאזונגען וואס זיי לייגן אריין ביים באשרייבן זייער באזוך דארט, כ'טראכט צו איבערטייטשן די ארטיקל אין עס אריינשיקן צום באאמטער וואס האט זיי געטוהן די טובה אין ארום געוויזן די טרענירונג סענטער, כמיין אז די שטינק וואס דאס גייט אנמאכן וועט זיי מאכן טראכטן צוויי מאל פארן טוהן נאכאמאל אזא זאך...
די פוינט איז ריכטיג, אבער אונז דארפן נישט זיין די וואס העצן אויף שנאת ישראל, בפרט אין אזא צייט.
אוודאי דארף מען עס טוהן, און מסביר זיין אז דאס קומט פון זיין א לב פנוי מן החינוך, אולי יחוס התקשורת והממשלה אולי ירחם
טיילונג איצט!
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך Nanach »

צקון לחש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:02 am
Nanach האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:17 pm
יאנקל בעל העגלה האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:31 pm
מנחם מענדיל האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 4:19 pm איך פארשטיי נישט, די מוערורים זענען נישט דער וואס קויפן "די שטערן" איז פארוואס זיך צושטעלן צו זייער זינלאזגע מישעגת'ן מען דארף זיך צושטעלן צו די ריכטיגע קונם און זיי האבן נישט קיין פראבליהם מיטן זעהן א גוישע געזיכט.
לייענדיג די שריפט איבער די באזוך ביי די סיקרעט סערוויס איז מיר שטארק נישט געפאלן די "נידריגע גוי" לאזונגען וואס זיי לייגן אריין ביים באשרייבן זייער באזוך דארט, כ'טראכט צו איבערטייטשן די ארטיקל אין עס אריינשיקן צום באאמטער וואס האט זיי געטוהן די טובה אין ארום געוויזן די טרענירונג סענטער, כמיין אז די שטינק וואס דאס גייט אנמאכן וועט זיי מאכן טראכטן צוויי מאל פארן טוהן נאכאמאל אזא זאך...
די פוינט איז ריכטיג, אבער אונז דארפן נישט זיין די וואס העצן אויף שנאת ישראל, בפרט אין אזא צייט.
אוודאי דארף מען עס טוהן, און מסביר זיין אז דאס קומט פון זיין א לב פנוי מן החינוך, אולי יחוס התקשורת והממשלה אולי ירחם
מיטן אריינמישען די ממשלה האט מען זיך קיינמאל נישט געריקט, אויב עפעס האט עס געטריגערט א קאנטער ריספאנס.
איך זאג עס אלס איינער וואס וויל זעהן א טויש, און פון מיין זייט טוה איך וואס איך קען אז די טויש זאל געשעהן
מנחם מענדיל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 14, 2024 3:24 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך מנחם מענדיל »

יאנקל בעל העגלה האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:31 pm
מנחם מענדיל האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 4:19 pm איך פארשטיי נישט, די מוערורים זענען נישט דער וואס קויפן "די שטערן" איז פארוואס זיך צושטעלן צו זייער זינלאזגע מישעגת'ן מען דארף זיך צושטעלן צו די ריכטיגע קונם און זיי האבן נישט קיין פראבליהם מיטן זעהן א גוישע געזיכט.
לייענדיג די שריפט איבער די באזוך ביי די סיקרעט סערוויס איז מיר שטארק נישט געפאלן די "נידריגע גוי" לאזונגען וואס זיי לייגן אריין ביים באשרייבן זייער באזוך דארט, כ'טראכט צו איבערטייטשן די ארטיקל אין עס אריינשיקן צום באאמטער וואס האט זיי געטוהן די טובה אין ארום געוויזן די טרענירונג סענטער, כמיין אז די שטינק וואס דאס גייט אנמאכן וועט זיי מאכן טראכטן צוויי מאל פארן טוהן נאכאמאל אזא זאך...
זיי האבן משוגענע פרעשער ווייל די פרומע עולם קויפט דעי אויסגאבע זיי ווילן נישט פארלירן זייער קלייענטעל
פארשפארט