Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

אלעקס אקאנאר ברענגט ארויף דעם וואך Dr. James Justin Sledge
ער רעדט ארום איבער די עוואלוציע פון ג-ט און הוי"ה אין אידישקייט, און בכלל איבער די עוואלוציע פון אמונות אין אפגעטער.
איך האב אים קיינמאל פריער באגעגנט, אבער די שמועס איז זייער גוט, ער שיינט צו זיין אן עקספערט אין דעם נושא.
ער האט אן אייגענע וועבזייטל, און א יוטוב טשענעל וואו ער געבט קלארע שיעורים אין די סוגיות.
זעט אויס צו זיין אן היימישע איד (עכ"פ מיט א קאפל גייט ער),ער רעדט ארום איבער די עוואלוציע פון ג-ט און הוי"ה אין אידישקייט, און בכלל איבער די עוואלוציע פון אמונות אין אפגעטער.
איך האב אים קיינמאל פריער באגעגנט, אבער די שמועס איז זייער גוט, ער שיינט צו זיין אן עקספערט אין דעם נושא.
ער האט אן אייגענע וועבזייטל, און א יוטוב טשענעל וואו ער געבט קלארע שיעורים אין די סוגיות.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
עוואלוציע פון הוי"ה.
בכלל איבער די נושא פון די התפתחות האמונות איז שוין אסאך ארומגערעדט געווארן דא אין שטיבל,
איך האב דא געמאכט א קליינע ליקוט פון אפאר פלעצער ווי עס ווערט אויסגעשמועסט:
דא ברענגט @מי אני דעם סדר השתלשלות אין קורצן,
די אשכול "דו גלייבסט אין ג-ט?" האקט אויך כמובן אריין אין דעם נושא, אבער ספעציפיש ברענגט עס @דיכטער ארויף דארט,
אין אן אנדערע אשכול (פון @ברוך שפינוזה איבער "אידן אדער מתייהדים") רעדט מען איבער יגאל בן נון, און שאלתיאל איז מגיב איבער זיין בוך אין דעם נושא,
ובכלל איז דא פארשפרייט נאך חומר סיי אין געוויסע אמונה אשכולות און סיי אין ביקורת המקרא אדער ארכעאלאגיע אשכולות (לדוגמא, ועי"ע כאן).
ויבואו המלנקקים...

מי אני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 2:47 pm אפילו דער מושג פין גאט האט זיך געטוישט צענליגער מאל ביי אונז אידן.
מיינענדיג, גענומען פון א גאר פּאַוּערפול בּיִאיִנג בפועל תחת זמן ומקום, צו לגמרי טרענסענדענט ומופשט מחומר וצורה וואס מ׳קען ניטאמאל באגרייפן. רילעיטעדלי האט זיך דאס געטוישט פון פּאַליִטעאיזם [מערערע געטער פון וואס הקב״ה איז איינע] צו הענאָטעאיזם [וואו מ׳דינט איין ג-ט פון צווישן אנדערע געטער וואס מ׳האלט עקזיסטירען אויך, ווייל ער איז ״שטערקער״ וכו׳; מ׳האלט אנדערע האבן א רעכט צו דינען אנדערע] צו מאנאלאטרי [וואו הגם מ׳האלט אנדערע געטער עקזיסטירן ממש טאר מען נאר דינען איין ג-ט] צו מאנאטעאיזם [וואו עס עקזיסטירט בכלל נאר איין ג-ט] צו פּאַנענטעאיזם (וואס איז אליינס א מאדיפיקעישאן פון פּאַנטעאיזם וואו ג-ט איז נאטור) [וואו ג-ט/אלקות איז בתוך יעדעס אספּעקט פון נאטור און איז אויך למעלה הימנו].
גאר גאר גאר אָווערסימפּליפייד כמובן.
די אשכול "דו גלייבסט אין ג-ט?" האקט אויך כמובן אריין אין דעם נושא, אבער ספעציפיש ברענגט עס @דיכטער ארויף דארט,
איבער וואס איך האב מגיב געווען,דיכטער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:29 am מיר קוקט אויס, ווי עס ליגן דא שיכטן (layers) פון דענקעריי, פון פארשידענע דורות, איינס אויפן צווייטן.
דאס הייסט. אמאל האט גאט גערעדט, ער איז געווען, הענט און פיס האט ער פארמאגט, צארן און פרייד האט ער געשפירט. אבער ווי ווייטער עס רוקן זיך די דורות, ווערט דער מושג ג-ט וואס מער פארנעפלט, ביז אין די צייטן פון די לעצטע גאונים און ערשטע ראשונים ווען יעדער פארעם אדער מאס ווערט פון איהם אוועקגענומען (א געדאנק וואס נישט אלע זענען איינשטימיג דערמיט, צום ערשט) און שפעטער ווערט עס נאך מער פארוואלקענט און פארהוילן פונעם זע קראפט, ביז ווען ער ווערט גענצליך פון אונז פארשווינדן און עס איז נישט דא גארנישט פון איהם פארבליבן אפילו נישט דער פאקט אז ער עקזיסטירט.
און @שאלתיאל פירט אויס מיטן צוצייכענען יוכי ברנדס' בוך אין דעם סוגיא,אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:55 am יא יא!
די גרעסערע פראבלעם איז נאר אז אין יעדע חלק פון אידישקייט קומט אריין א צווייטע לעיער פון די אלע וואס דו רעכנסט אויס אן קיין קאנסיסטענסי:
אין פרשת האזינו ווערט נולד די שם 'הויה' און עס טוט זיך אן העפטיגן קאמפיין אויפצוקלערן די מאסן וואס ער טויג אלס.
אין די תורה בכלליות דרייט ער זיך ארום ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, קומט אראפ ביזן בארג ווען ס'פעלט אויס און אנטלויפט צו די רוימען ווען מאנכע יאגן אים נאך, צומאל אויפגערעגט און צומאל א בענטשער. חז"ל האבן נישט קיין סאך קאמענטירט דערויף ווי עס שיינט.
און רוב פון די תפילות טוט זיך אויך א מאסיווע געמישעכטס צווישן אן אויפגערעגטן ג-ט וועלכע דארף אונז זאלן אים פאלן ביז צו די פיס ביז אזא גוטע ג-ט וואס וויל אונז געבן אלעס בחנם.
אין די רמב"ם הייבן טאקע זאכן אן צו 'פארלירן הענט און פיס', און הגם און זיינע צייטן איז ער געווען לכבוד דעם א שטיקל אפיקורס, איז עס היינט קאפויער.
אין די שיר היחוד איז שוין דא די נייע ווערזשען פון אן אומקלארע זאך וואס רופט זיך ג-ט.
און דא אין שטיבל האט מען עס שוין גענומען צום נעקסט לעוועל...
א.א.וו.
שאלתיאל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:45 am ]כ'מיין אז מ'צוטיילט תנ"ך לויט ביקורת המקרא הייבן זאכן אן צו מאכן סענס און ס'ווערט א שטיקל סדר (עכ"פ אין תנ"ך).
אגב, יוכי ברנדס האט א גוטע פראזע בוך (כשאלוהים היה צעיר) ווי זי לייגט אראפ גאט'ס תנ"כישע כאראקטער און וויאזוי ס'טוישט זיך פון איין געשיכטע צום אנדערן
אין אן אנדערע אשכול (פון @ברוך שפינוזה איבער "אידן אדער מתייהדים") רעדט מען איבער יגאל בן נון, און שאלתיאל איז מגיב איבער זיין בוך אין דעם נושא,
ובכלל איז דא פארשפרייט נאך חומר סיי אין געוויסע אמונה אשכולות און סיי אין ביקורת המקרא אדער ארכעאלאגיע אשכולות (לדוגמא, ועי"ע כאן).
ויבואו המלנקקים...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
ער איז א ריקאנסטראקשאניסט
https://www.justinsledge.com/faq#:~:tex ... 20to%20one.
https://www.justinsledge.com/faq#:~:tex ... 20to%20one.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
טאקע נאך א נאמען צו פיגורן אין דעם "דו גלייבסט אין ג-ט?" אשכול!Do you believe in God?
I don't find the conception of god(s) either metaphysically convincing or mythologically desirable, i.e., I have no good reasons to think such beings exist and, given what I have learned about the lot of them, I hope none of them do.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
זיין יוטיוב טשענעל איז זייער אינטערסאנט. ער טוט דורך כל מיני עזאטערישע נושאים ווי אלכימיע, גנאסטסיזם, מיסטסיזם און נאך כל מיני טשיקאווע זאכען וואס מען טרעפט נישט קיין סאך אויפן געוועב. און ער איז געלערנט און האט א גוטע שפראך.
נעמט אבער אין אכט אז ער איז נישט קיין ארטדאקס נאר געהערט צו Reconstructionist Judaism און זיין טשענעל איז בעיקר אקאדעמיש און שטימט נישט עכט מיט די ארטעדאקסישע השקפות.

Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
פון ספר אגרא דכלה - פרשת בראשית. איך ברענג אראפ די גאנצע שטיקל צוליב די שיינקייט דערפון, אבער בעיקר צוליב די חידוש וואס ער שרייבט אויך אז אפילו מאמינים בני מאמינים האבן זיך - על כל פנים שווערליך בדרכים זרים ומהבלים - געטראפן מיט די מהלך. ואף על פי כן האקט ער שטיקער אויף דעם.
עוד אודיעך הנלפע"ד על פי הפשט, דהנה כמה מהפלסופים אשר מאנו לקחת מוסר התורה והאמינו הקדמות, והנה גם שהאמינו הקדמות עשו המצאות להמציא בשכלם מציאות הש"י בדרכים זרים ומהבלים, הגם שהכריחו באמת במציאות הש"י גם לדעת הקדמות, עם כל זה הוא דרך ארוכה ילאה שכל האדם ויולד לו ספיקות, חוץ לזה תפול בזה כל יסודי הדת אמונת השגחה בעולם השפלים ושכר ועונש, מה שאין כן בעלי דת התורה מאמיני החידוש על פי התורה, הנה אמונת מציאות הש"י בהכרח הוא בשכלם בקלות העיון, דעל כרחך כל חדש יש לו מחדש שאין הדבר עושה את עצמו אחר העדרו מבלי ממציא שממציאו אחר העדרו, וזה הוא חכמת התורה שהתחילה בראשית ברא (ואח"כ) אלקים, הוא עצה מן התורה, ורצ"ל כיון שתחזק שכלך ותאמין בחידוש הבריאה מבראשית, הנה יצא לך אמונת מציאות הממציא החידוש הוא אלקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד.
עוד אבאר לך ביותר, דהנה כמה וכמה גם מבני עמנו (אשר דרכו דרך לא סלולה מסכנת אבני מכשול) אמרו שאין מן ההכרח להאמין שהעולם יופסד בזמן, הגם שהאמינו בחידוש וכבר ידוע שכל הוה נפסד, אמרו שכל זה הוא בטבע, אבל ברצון היוצר כיון שהוא בראה והמציאה כרצונו הנה רצונו תעמוד לעד, וסמכו ראשם ורובם על מאמר דוד המלך ע"ה יסד ארץ על מכוניה בל תמוט עולם ועד [תהלים קד ה], אבל לא זה הדרך ישכון אור התורה לפי דברי חז"ל גילו לנו מסטורין של יוצר בראשית שתא אלפי שני הוה עלמא וחד חרוב [סנהדרין צז.] (הגם אשר מרן הרמב"ם ז"ל דיבר בזה עיין נא בספר תורת העולה למרן מהרמ"א (ח"ב תחילת הצעה השני)] הוכיח במישור לענוי ארץ אשר דעת חז"ל הוא חרוב ממש, אין מן הצורך להאריך בדברים הללו כי הדברים מוסכמים על פי תוה"ק מבלי נפתל ועקש), ומה שדברו בזה היות הש"י הממציא פעולתו תעמוד לעד, הנה פעולתו תעמוד לעד ברצונו ורצונו הקדום היה לשתא אלפי שני שתעמוד (וזה הוא הנקרא בדברי דוד בל תמוט עולם ועד), וכן הוא ענין כל הנסים שידוד המערכה זה הוא רצונו מבראשית ואין זה הפסד, הנה הוא ית"ש הכל יכול הוא ובודאי יכולת בידו לברוא עולם שיעמוד לעד, אבל ברצונו ברא עולם שיעמוד כך וכך ויפסידהו כרצונו, הנה נרויח מאד בזה כי כשנאמין בהפסד העולם, ע"כ מוכרחים אנו להאמין בחידושו, כי אילו היה קדמון לא היה נפסד משא"כ כשיופסד על כרחך אינו קדמון, וכשנדע שאינו קדמון על כרחך יש לו מחדש (עיין כל זה בספר הנ"ל), ולאמונה זו י"ל דמשום הכי לא פתחה התורה בשמו ית' אלקים ברא וכו' דאז היה משמע שברא בערך אלקותו לאין תכלית, ולא תופסד הבריאה כמו שאלקותו תעמוד, על כן פתחה התורה בבריאה, כדי שנדע ונשפוט כי כל הוה נפסד, וזהו בראשי"ת ברא שית, שיתא אלפי שנין, הבן הדברים:

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
א קליינע הערה. ביי בערך 50:00 באציהט זיך דר. סלעדזש לכאורה צום פסוק (ישעיה מה ז) יוצר אור ובורא חשך עשה שלום ובורא רע אני ה׳ עושה כל אלה, און צו וואס די גמרא זאגט דערויף בברכות יא: (וועלכע ער זאגט נישט נאך מדוייק). דאס איז אין דיוטעראָ-ישעיה. אבער דיוטעראָ-ישעיה (מפרק מ) האט איה״נ פונקט אזוי מתנבא געווען איבער מאַנאָטעאיזם ווי טרייטאָ-ישעיה (מפרק נה ואילך); ועיין לדוגמא בפרק מד.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
איך האב מוראדיג הנאה געהאט פון די עפעזוד, יישר כח פארן צו ברענגען.
עס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט דאס וואס ער זאגט אז אין די מקדש לשם הוי"ה בערד, האט מען געטראפן אז מען פלעגט מקטיר זיין קנאביס על גבי המזבח (אפשר האבן זיי מיט דעם ערזעצט חלבנה וואס איז אויך ריחה מר...). אויך האב איך הנאה געהאט פון די השערה אז די אויפשטייג פון קבלה איז געווען א דירעקטע השפעה פון די פארשפרייטונג פון קאווע, וויבאלד קאווע איז דאך א דראג און קען ברענגען רוחניות'דיגע איבערלעבענישן (האבן מיר דא לכאורה א התיר צו טרינקען קאווע פארן דאווענען...).
פון די גאנצע שמועס איז מיר געבליבן למעשה אז איך וועל אנהייבן זאגן לשם יחוד ליחד שם יה בוה, וויבאלד דאס איז היסטאריש מער אמת ווי עשה למען פעלם (אוי איז דער פראגער רב גערעכט געווען אז חסידים יכשלו בם...). דאס דערמאנט וואס איך האב געהערט פון דר. דניאל מעט, אז די זוהר איז אסאך מאל מער היסטאריש גערעכט ווי די ראציאנאלע דענקער, ער ברענגט א דוגמא פון דער רמב"ן און זוהר'ס הבנה אין די 'גורל אחד לעזעזל'.
בייגעלייגט איז א פי. די. עף. פון 'מכון ישראלי לארכיאולוגיה' איבער די קנאביס געפינסן במקדש ערד.

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 111
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
A few days ago, I picked a fight with a friend. I showed him the Raav"d that g-d being a body is not apikursos, he was mortified, he promised to bring me a pshat al pi sod, I'm still waiting...
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
בין איך דער איינציגסטער וואס ווערט מורא'דיג געטריגערט פון אזא סארט אינטערוויו? קודם קומט ער אויס ארויסצוזאגן די שם הוי"ה עטליכע מאל דורכאויס די אינטערוויו.
אויסער דעם אז ער זאגט דאס ארויס אזוי ווי מ'זאגט עס, זאגט ער עס אויך ארויס אין ענגליש, מעג מען עס זאגן אין ענגליש?
עס טריגערט מיך זייער ווען די שם הוי"ה ווערט מעכאניש, אקאדעמיש, און צומאל קריסטאלעטייזט (christiology). צו טרעפן די מיניניג פון שם הוי"ה אין די אקאדאמישע אדער קריסטליכע חדר איז ווי צו נעמען א שיך אריבער צושווימען די אטלאנטיק. איך מיין אז אויב עמיצער זוכט חומר איבער די שם הוי"ה איז דא בעסערע טשויסעס ווי מר. סלעדזש און עלעקס.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
איך בין נישט זיכער אויף וואס דו באציהסט זיך. אבער די סיבה פארוואס מיר רופן ג-ט "השם" איז וויבאלד מיר ווייסן גארנישט איבער אים נאר איבער זיין נאמען. יעדע סארט טערמינאָלאָגיע איבער ג-ט האט גארנישט מיט אים. מיר קענען נאר רעדן פון די שכינה רעפרענס, זיין שכינה וואס געבט חיות פאר אלעס אין די וועלט. ווען השי"ת האט געזאגט נעשה אדם בצלמינו, מיינט דאס אז ער זעט אויס ווי א מענטש, ווייל מיר זענען בצלמו? ניין. נאר זיין רעפערזענטעשן איז, למשל עיני ה', אזני ה', יד ה' ימין ה'. ווילסטו דאס אנרופן צלם, דמות, תמונה, גוף מסכים.
טשעק אויס די מנחת יהודה פון רבי יהודה פתיה - פרשת בראשית אות ו'- וואו ער צונעמט דאס הערליך שיין.
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =7&hilite=
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
ג-ט האט נישט קיין עוואלוציע; געטער האבן אן עוואלוציע. דו מיינסט צו זאגן ער רעדט איבער די עוואלוציע פון די וועלט וויאזוי ג-ט האט איר געמאכט. אדער איבער די עוואלוציע פון די מענטשהייט פון אדאפטירן איין ג-ט אנשטאט אסאך אפגעטער.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 70
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 266 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
קענסט ברענגען די מקור אדער ראיות אז אין די רמב”ם’ס צייטן איז גאטס נישט האבן א פארום געווען controversial?
יישר כח.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מ׳מיינט מסתמא לדוגמא הרב משה תקו (מהראשונים באשכנז מבעלי התוס'; געבוירן אזא 50 יאר נאכ'ן פטירה פונעם רמב"ם) אין זיין כתב תמים, וועלכע האט געהאלטן אז ס׳איז מינות צו זאגן (אזוי ווי דער רמב״ם שרייבט במו״נ ח״ג פט״ו) אז ג-ט קען זיך נישט מגשם זיין בידים ורגלים וכו׳. ער האט געהאלטן אז איבעראל וואו עס שטייט אין די תורה איבער ג-ט'ס ידים, רגלים, חרון אף וכו', איז דאס ליטעראל, און צו זאגן אנדערש איז כפירה.
הגם אבער אז דר. יוסף דן האט געשריבן אין דעם:

Taku insists on the literal acceptance of the prophets' descriptions of their visions as well as the anthropomorphic references to God in talmudic-midrashic literature. He does not do so because of his belief in the literal veracity of these descriptions; he only insists that they represent the maximum that can be conveyed concerning God's essence and appearance, and that any further inquiry cannot lead to valid conclusions. God chose to reveal to us in the scriptures whatever is found in them: man should be satisfied with that, and ask no more questions. It is not that Rabbi Moses Taku believed in an anthropomorphic God; most probably, he did not
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
רבי ישעיה מטראני שרייבט ('נימוקי חומש' עה"פ נעשה אדם בצלמנו) אז געוויסע פון די חכמי התלמוד האבן פארשטאנען די פסוקים איבער גט כפשוטם, הגם ער איז מודה צו דער רמב"ם אז די אמת איז נישט אזוי, אבער אלס אידישקייט אויס איז נישט קיין פראבלעם אזוי צו האלטן.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
א קשיא וואס איז מיר שוין לאנג שווער: אויב אלע געטער אינעם געגנט פונעם לבנט אין די תקופה פון די תורה האבן געהאט א גוף און געפילן וכו' פארוואס זאל איך טראכטן אז פונקט אונזער ג-ט איז אנדערש בפרט ווען די דעסקריפשענס אין די תורה איז ענליך אין די דאזיגע אספעקט צו די דעסקריפשענס פון די אנדערע געטער ווי מ'טרעפט אין די מיטאלאגישע טעקסטן?
דאס אז דער רמב"ם האט געהאט אן אנדערע טעאלאגישע מער פארגעשריטענע קאנצעפט פון ג-ט איז לעגיטים אבער ערלויבט אים נישט צו איינזעצן למפרע און, אנטשולדיגט פאר די שפראך, ממש אונס זיין די טעקסט לטובתו און נאך קובע זיין אז ווער ס'האלט אנדערש איז אין לו חלק בעולם הבא. די יושר פאדערט צו אנערקענען אז דאס איז נישט געווען די לכתחילה'דיגע כוונה אין די תורה

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל
די טעמע אליין איז נישט קיין גרויסע חידושים אבער חזרה איז דאך אלץ א גוטע זאך, נאר אפאר אינטערעסאנטע נקודות.
א. ס'מיר געוועהן א שטיקל אינטערעסאנט ווי דער דאקטער מוטשעט זיך איבערצוזאגן א פסוק פון תפילת שחרית, יוצר אור ובורא רע, פון א איד מיט א קאפל וואלט איך עפעס מער ערווארטעט.
ב. ביי די מעשה פון אליהו אויף הר הכרמל אויפ'ן פסוק עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים ולא ענו אותו דבר זאגט רש"י שלא ידעו להבחין, האב איך געהערט א פשט אז זיי האבן נישט געוואוסט מבחין צו זיין צווישן הוי"ה און בעל ווייל ס'ביי זיי געוועהן די זעלבע זאך.
ג. אין די עלילות בעל וענת צווישן די שבחים וואס אשרה/עשתרת זינגט דארט פאר איר מאן אל רעדט זי דארט איבער זיין בארד וואס איז די מקור פון זיין חכמה (שוין ווייטער מיט קבלה...)
ד. א'קאננער קומט אפיר א שטיקל שאקירט צו הערן אז יאשקע איז גארנישט אזוי מיוחד ווי ער האט געמיינט, יגאל בן נון האט א חשבון פון אזא פערציג יאשקע סטייל משיחים וואס זענען אקטיוו געוועהן אין יענע עפאכע, אסאך פון זיי מיט פילפאכיג מער אנהענגער ביי זייער לעבן ווי יאשקע. אין פאקט איז יאשקע'ס רבי, יוחנן המטביל, אליין געוועהן א משיח.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום הכנה דרבה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
אין וועלכע סענס איז דער רמב"ם מער פארגעשריטן?
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
לכאורה איז די קאנצעפט פון ג-ט אלץ א כל יכול, אבסטראקט און טראנצעדענט פון אונזער וועלט וכו' מער פארגעשריטן פון די מער פרימיטיווע קאנצעפט פון ג-ט וואס איז מער דומה צו א מענטש מיט געפילן און א גוף. מ'טרעפט נישט אזא קאנצעפט אין יענער צייטן