נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
[NAMELESS]

נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיט פרייד קומט אהן די בשורה אז לכבוד פסח האט זיך געעפענט א נייע אינטערנעט מאגאזין מיט'ן נאמען "פליישיג" געשריבן דורך א גרופע שרייבערס פון פארשידענע טעלעגראם טשענעל'ס. די ערשטע אויסגאבע מאכט א פיינע רושם, און השי"ת זאל העלפען אז זיי זאלן גיין מחיל אל חיל, און מהנה זיין אידן מיט געשמאקע זעלבסטשטענדיגע ליין מאטריאל

מ'קען דאונלאדען פליישיג דא
https://www.dropbox.com/scl/fo/fsgkontf ... 2ew1d&dl=0


אדער דא
[NAMELESS]

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך [NAMELESS] »

זעלבע שניט ווי וועקער/מייסטערווערק?
[NAMELESS]

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרוכט זאפט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 4:35 pm זעלבע שניט ווי וועקער/מייסטערווערק?
נעע, פליישיג איז אויף אסאך ווייניגער מעטשאָר לעוועל. ס'איז מער אייוועלט סטייל אבער אויפגעקלערט
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך קורקלענד »

ס'זעהט אויס מער ווי א בחורישע אויסגאבע.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך אלע צוזאמען »

נישט אלעס וואס איז ניי, איז א פרייד אז ס’איז ארויסגעקומען.
קענענדיג דער ארויסגעבער, זעה איך דעם אויסגאבע אלץ א שאנדע פאר אידישע ליטעראטור.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

מיינע אבזערוואציעס איבער "פליישיג"

שליחה דורך אלפא »

א גוט מועד יעדער איינער!

קודם כל א גרויסן יישר כח פאר @ששון ושמחה פארן צולינקן דעם נייע אויסגאבע. אזוי האב איך נאך עקספיעט עס ארויסצודרוקן און ליינען אביסל איבער יו"ט.

______

מיינע צוויי צענט.

התנצלות: איך קען נישט די שרייבער דארט, איך ווייס נישט ווער עס נוצט די עכטע נאמען און וועלכע זענען פען נעמען, און אזויווי איך דריי מיר נישט אויפן סאציאלן געוועב (חוץ קאווע שטיבל..) בין איך ניטאמאל באקאנט מיט די באקאנטע - א שטייגער ווי הערשקא, חיימא, והמסתעף, און אויב מאכן דיזע ידיעות אויס און אפלערנען אזא אויסגאבע דאן זענען ידי מסולקת הימנה נאך איידער איך הויב אן.

ערשטע אימפרעשאן: אויפן ערשטן בליק קוקט עס אויס ווי א חידוש - אבער אן אויסגאבע אינעם מאטעריאליסטישן ראלם. דהיינו, אנדערש ווי #מייסטערווערק #קאווע שטיבל #וועקער וועלכע גייען מער מיטן 'אויפגעקלערטן' מהלך - די מהלך פון השכלה אויס מ'קען עס אזוי באצייכענען, איז 'פליישיג' (-שמו מוכיח עליו) מער דא פאר גשמיות און שפילט אריין אין די מער-פאפולערע קולטור וועלכע באשטייט פון ליידיגקייט און דיסטרעקציע. אייוועלט איז אפשר נישט די בעסטע ביישפיל דא, אבער די וואטסעפפ קולטור ביי אונז דאכט זיך איז אין דעם קאטעגאריע.
עס איז א שמועס פאר זיך בכלל וויאזוי אונזער סאסייעטי פארט און רוקט זיך, און איבער דעם שפאלט צווישן די פארלוירענע השכלה מאוומענט פון וואס מ'ענדיגט נישט ציטערן לעומת דעם לעבעדיגן פראסטקייט וואס הערשט און מ'אדרעסירט עס כמעט נישט. מעגליך א צווייטס מאל.
- אטאמאטיש זענען די ארטיקלען דארטן מער פלאך ווי די מעין סטריעם ארטיקלען דא אין שטיבל - שוין אפגערעדט פונעם וועקער און מייסטערווערק.

בכל אופן זענען דא דארטן א געמיש פון נושאים און ארטיקלען, געוויסע בעסער געשריבן און אנדערע שוואכער, געוויסע וועלכע וואלטן אויך געפאסט אויף אייוועלט, געוויסע דאהי, און געוויסע און ביידע נישט, נאר טאקע אין 'פליישיג'.


די גראפיקס און אויסשטעל איז זייער כמעשה, הגם די עריכה והגהה איז גאנץ שוואך, ווי שפעטער ערווענט.

______


לאמיר יעצט גיין איינס ביי איינס לויטן סדר פון די ארטיקלען (ביז וואו איך האב אנגעיאגט דערווייל):


שיטה - כנגד ארבעה בחורים - דורך חסיד היה
הייבט אן מיט א (טעלעגראם) שטודיע - וויפיל טאטעס ווייסן פון זייער בחורים'ס סמארטפאן.
ברענגט ארויס אז עס זענען דא פיר סארטן בחורים, די מתמידים/עובדים, די כמעשה'דיגע, די פראבלעמאטישע, און די ארויסגעפאלענע.
ער באציט זיך צו די פראבלעמאטישע - ווי ער זאגט באקומען זיי די ווייניגסטע אויפמערקזאמקייט און חיזוק.
און דא ענדיגט זיך דעם ארטיקל... טוטס דערמיט וואס עטס ווילטס.

די שרייבעריי שבו איז נישט עפעס אויסטערליש, נאר איין אמעראצישן טעות גלייך ביים אנפאנג וואס האט נערווירט, ער ציטירט 'דוד המלך' פארן מאמר "צדיק ורע לו רשע וטוב לו" - וועלכע איז א חז"ל (ברכות ז. בשם משה רבינו גראדע) און נישט קיין פסוק אין תהלים.


עשרת הדברות - איז חסידות פארגעסן געווארן? - דורך שלמה גאלד
רייסט אראפ וויאזוי פון א ליבליך תנועת החסידות האט זיך עס דערקייקלט מער און מער צו א דיקטאטורישן קאנטראלירענדע סעקטע אין כלל ישראל, און צום שלוס געבט ער האפענונג אז עס זענען נאך ב"ה יא פארהאן היינט געוויסע וואס זענען נישט פארשלעפט אין די פאלשע 'תורת הבעל שם' נאר האבן עס ריכטיג ארויס.

זיין פענע איז נישקשה (- קען מיר איינער מסביר'ן דעם ווארט?!), איך האב הנאה געהאט ווי ער - מיט א ברייטקייט - ערלויבט זיך צו אנאלאזירן דעם דיבור 'אנוכי ה' אלוקיך', און אויך ווי ער לייגט אראפ דען התייסדות החסידות דורך 'אן עלנדע מענטש - א וואוילע איד מיטן נאמען ר' ישראל - געבוירן צו א טאטן ביי די הונדערט און אויפגעוואקסן צווישן די ביימער וועלכע האט אים ערלויבט צו קענען טראכטן אביסל ברייטער'.


חשבון הנפש - צו ביסטו דער? - דורך לייבוש הכהן
א מעשה מיט א קינד - אן אויסגעווארטע קינד, וועלכע איז געווארן אינוואליד נאך אן עקסידענט און די עלטערן אנשטאט צו שלום מאכן מיטן מצב האבן אים פשוט און גראב ארויסגעשטעלט אויפן גאס.
עד כאן המעשה!

איך בין נישט זיכער דעם כוונת הכותב - אויב איז בכלל געווען א כוונה.. ער איז אבער א דראמאטישע שרייבער, און די נקודה איז ליידער ריכטיג אין אנדערע דיימענסיעס פונעם לעבן.


העדליינס - דורך טעגליכע נייעס
"פראבלעמען מיטן 911 סיסטעם", "ווילסט נישט צאלן, וועסטו גיין צו זיץ B35", זעלענסקי איז טועם די געשמאקע KEDEM גרעיפ דזשוס", אינגנעטי דראון כאפט א קלאפ" "אויפן גנב'ס קאפ ברענט דעם היטל", ליינען זיך די קעפלעך.

איר זענט הערצליך מכובד זיי צו ליינען מער דעטאלירט אינעם אויסגאבע!
משום איזה סיבה האקט זיך די לעצטע פאראגראף אפ אינמיטן אויסרעדן..


שורה'לעך - ערעוו פייסעך (בניגון 'בערל', מאטי אילאוויטש) - דורך אלי שטיימעץ

נישט געליינט..


די נשמה פלאם פון מיכאל - דורך ארי הערשקא
אינטערוויוס מיט ר' פנחס מרדכי וועבער, ר' ליפא שמעלצער, ר' ישעי' פוקס, ר' הערשל דייטש, ר' אברהם'לע שפירא, און ר' נפתלי משה שניצלער, איבער זייער צוזאמען ארבייט מיט מיכאל'ן.
דאן אן אינטערוויו מיט ר' הערשל גינסבורג פון לאנדאן וועלכע האט אראנדזשירט פאר מיכאל.

איך האב נישט געליינט באריכות די אינטערוויוס, פשוט ווייל עס איז שוין די צוואנציגסטע אין דעם סעריע, און איך מיין איך האב שוין געהערט וואס עס איז דא צו הערן אויף מיכאל'ן יהא זכרו ברוך.
(נאך) איין טעות הדפוס: די אינטערוויו מיט הערשי גינסבורג האט נישט קיין טייטל אדער קיין הקדמה צו אריינפירן אז עס איז א נייע ארטיקל (איך האב נאר געכאפט פונעם בילד)..

אויב מעג איך זיך ערלויבן א ווארט. איך פערזענליך האב קיינמאל נישט געגליכן ר' מיכאל'ס ניגונים און סטיל פון זינגעריי (כולל זיין שטומע), איך האב אלס געהאט דעם געפיל אז עס איז היבש פראסט/ליידיג און נישט ממש פאר מיינע געהירן. מיט מיין הקדמה'לע דא שטומט עס אבער זייער גוט, ווייל אין א וועג רעפרעזענטירט מיכאל זייער שטארק דעם מאטעריאליסטישן קולטור, וואו 'איי לאוו יו האשעם' איז שוין די טיפסטע געטראכט, עס גייט זייער אין איינקלאנג מיט דאס אז ער איז געווארן אזוי סעלעבריטירט אויף קול מבשר - אייוועלט - און וואו נישט, און עס איז טאקע נישט מער ווי פאסיג פאר זיין בילד צו ערשיינען אויפן פראנט קאווער פונעם ערשטן שטיקל 'פלייש'.. וד''ל


מענטש - בלוט ווי וואסער - דורך ראובן גרין
א שמועס איבער בוליאינג..
אויך נאך איינס אין די סעריע פון 'אויפגעקלערטע' נושאים צום טיש.. נישט צו טיף נישט צו שלעכט... 'OK' ווי מ'רופט עס.


פעפער - פאליציי ביים טיר - דורך אלי שטיימעץ
א דראמאטישע מעשה'לע פון א בעל חוב וואס האט נישט געוואלט באצאלן און פלוצלינג באצאלט, עפעס אן השגחה פרטית מיט א פאליציאנט...

פרעגט מיר נישט מער, ווייל איך ווייס אויך נישט...
נאר איין אויסדרוק וואס כ'האב געליינט צום ערשטן מאל און הנאה געהאט - 'די זון האט געהאלטן אינמיטן איר טעגליכן ארבייט'..


אכשר דרא - א בליק אריין אין צען גרעסטע ערפונדונגען - דורך חיים טעסלער
קיו טיפס, נעגל קליפער, היי הילס, פעמפערס, טוילעט פאפיר, סיריעל מיט מילך, רוקן קראצער, ברעיסעס, טוילעט פלאנדזשער. ווער - און ווען מ'האט זיי ערפינדן.

קודם, די סעלעקציע פון חפצים איז היבש אינטרעסאנטלעך דא, קען זיין עס דערציילט מער איבערן שרייבערס רוטין ווי איבער 'ערפינדונגען'.. who knows?!
צווייטנס, איז עס נאר ניין נישט צען, און זענען זיכער נישט די 'גרעסטע' ערפינדונגען (מילד גערעדט).
און דריטנס, איז דא א טעות ביים לעצטן פאראגראף ווי ער שרייבט אז די פלאנדזשער איז ערפונדן געווארן אין ניו יארק יארע 1874 דורך John Hawley וועלכע האט געלעבט פון 1958 ביז 2021, - טאקע א גאון צו ערפינדן עפעס פארן געבוירן ווערן... אינטרעסאנט איז אויך אז דאס איז די זעלבע נאמען ווי דער וואס האט פארבעסערט די 'סיריעל מיט מילך' אין יארע 1876. עס פאדערט זיך אביסל מער סדר מיין איך..
שיינט צו זיין אן ארטיקל צו מאכן די זאך 'קאלירפול' - אלטערנאטיווע היסטאריע זענען געהעריג וועלקאם..


גוג ומגוג - דורך לוי מאזעס
שטייענדיג אין יארע 2054 מיטן נארוואס אויסגעבראכענע קריג צווישן אמעריקא מיטן שטאַט אריזאנע, לייגט דער שרייבער פילפארביג אראפ די היסטאריע וועלכע האט אריינגעשפילט אין דעם קאנפליקט, און וויאזוי ביידן'ס געפעלשטע וואלן פון יארע 2024 האבן צוגעפירט צום יעצטיגן מצב. אויספירענדיג מיט א ברכה עס זאך ח''ו נישט שאדן קיין שום איד ש'טייצעך.

דאס איז א מעסטערפיעס!!
זיין דראמא, זיין רעאליזאציע, זיין דמיון, און זיין סענס אוו היסטאריע איז א 10+.
ער פלעכט גאר קינצליך אריין די אנגייענדע פאליטישע מצב אין לאנד מיט די פאטענציאלע ציווילע-קריג, אויך פארגעסט ער נישט פונעם רוסלאנד-NATO (אריזאנע-CSTO) אנאלאגיע אריינצושמירן ביים ענדע.
איך רעג מיך נאר אויף דעם וואס ער נייגט כמעט דעם גאנצן ארטיקל אנקעגן ביידן און די דעמאקראטן. אבער ווער בין איך צו זאגן, אפשר קומט זיך עס מיט רעכט פאר זיי?!


עבדים היינו - א בליק אויף די תקופה פון שווארצע קנעכטשאפט - דורך אלי שטיימעץ
א דראמאטישע ערציילונג פון א קנעכט מיטן נאמען סאלאמאן וועלכע איז ברוטאל פארקנעכטערט געווארן צום צווייטן מאל שוין נאך זיין באפרייאונג, ביז צו זיין ענדגילטיגע פרייליכע באפרייאונג.

גאר גוט און רעאליסטיש אראפגעלייגט דעם -ווייטאגליכע- קאפיטל אין היסטאריע. עס האט מיר אביסל דערמאנט דעם בוך 'איך וועל דיר ראטעווען' איבער די אידישע תקופה אין מצרים..
די ענדע איז נאר אביסל צו פיקציאנאל (עס וואלט שוין בעסער געווען צו ענדיגן ביטער..).
די ארטיקל האט אפאר ספעלינג טעותים, א שטייגער ווי צילוב (-צוליב), צירוק (-צוריק), און חוליק (-חילוק).. אויך האקט די בילדער פון אונטן אביסל אריין אין די ווערטער, אבער ווי געזאגט שיינט די הגהה ועריכה נישט צו זיין אמבעסטן..


די נאכפאלענדע ארטיקלען האב איך נאכנישט אנגעיאגט.
אבער די 'ראגעלע' ביים ענדע האט אפאר גוטע, צווישן זיי; ''האלאו, לאמיר מאכן א סעלפי. אנטשולדיגט! פארוואס דארפסטו יענעם אין דיין סעלפי? טרעף דיר מיט דיר אליין!!"
''איין פלעק אויפן ציצית דארף נישט ברענגען קיין צווייטע''
''בלי גוזמא'' איז א חלק פונעם גוזמא''.
און דעם 'גראדן קרומקייט' אנאליזע האב איך אויך געגליכן.

_______


ביז דא איז וואס איך האב (דערווייל) צו זאגן.
אויבן אויף שיינט עס נישט אזוי שלעכט אלס אן איידיע, איך וואלט זיי נאר געראטן אפשר נישט צו זוכן סתם אנצופולן בלעטער, ענדערש זאלן זיי האבן די פאר גוטע זאכן און פארקוקן אויף די שוואכערע. אבער עס איז למעשה ממילא up to them וויאזוי זיי ווילן זיך ברענדן. קען איך זיי נאר וואונטשן גרויס הצלחה און נאך א גרעסערן קלייענטעל!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
א אידיש קינד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך א אידיש קינד »

ששון ושמחה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 1:50 pm מיט פרייד קומט אהן די בשורה אז לכבוד פסח האט זיך געעפענט א נייע אינטערנעט מאגאזין מיט'ן נאמען "פליישיג" געשריבן דורך א גרופע שרייבערס פון פארשידענע טעלעגראם טשענעל'ס. די ערשטע אויסגאבע מאכט א פיינע רושם, און השי"ת זאל העלפען אז זיי זאלן גיין מחיל אל חיל, און מהנה זיין אידן מיט געשמאקע זעלבסטשטענדיגע ליין מאטריאל

מ'קען דאונלאדען פליישיג דא
https://www.dropbox.com/scl/fo/fsgkontf ... 2ew1d&dl=0


אדער דא
קען עס איינער ביטע איבער לייגן אויף דרייוו, איך קען עס נישט דאנלאודן.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך טאמבל סאס »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 7:13 pm נישט אלעס וואס איז ניי, איז א פרייד אז ס’איז ארויסגעקומען.
קענענדיג דער ארויסגעבער, זעה איך דעם אויסגאבע אלץ א שאנדע פאר אידישע ליטעראטור.
אבי גערעדט. איך האב עס אפגעלייענט פון דעקל צו דעקל נאך איידער יו"ט און כ'האב זייער הנאה געהאט. ס'ווייזט אויף פארשריט! :like

דאס אז בארימטע בדחנים, קאומפאוזערס און זינגערס קענען זיך ארויסשטעלן מיט די נעמען און מאכן אזא הארציגע און האנעסט אינטערוויאו ווייזט אויף אפענקייט, קוראזש און א גוטע התחלה צו עפעס ביגער. ס'איז זיכער בעסער, און צייגט אויף מער ארבעט און ריכוז ווי די דברען אויף קול מוואסער; אדער די מיליאנע אנדערע יוטיוב וולאגס, פון סיי וועלכער נאר און בער, הדוברים על דובים ויער. און אלעס אהנע עקלדיגע עדווערטייזמענטס.

איך שטעל מיך פאר אז פאר רוב איז דער 'אינטערוויאו' געווען די פיניקעל פון דער זאך. פאר מיר פערזענליך איז דער כרפס הומאר אין די ענד געווען די אייסינג אן דע טאפ ווי מ'זאגט - די פסגת הצור. כ'האב גוטמוטיג געלאכט! שקויעך!

פארשטייט זיך מ'קען אלעמאל פאררעכטן. ס'פעהלט (נישט אין אלע - אין אפאר) א געוויסע פערפעשנאליזם און דיפלאמאטיע. צושרייבן "יאשקע שר"י", און צוזאגן אז פאר דער בעש"ט איז 'כלל ישראל באשטאנען פון אויסגעלאשענע אידן' אדער עפעס אזוי; צו אינגאנצן איגנארירן די פויליש-ליטווישע, מתנגדישע תורה, אדער די דייטשע השכלה, איז נישט עפעס וואס איך פערזענליך גלייך און איז אייגענטליך פשוט נישט אקוראט.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך אלע צוזאמען »

וועלכע קוראזש און אפענקייט פארלאנגט זיך פאר א זינגער/בדחן צו רעדן פון דעם וועלט-בארימטן זינגער מיכאל שניצלער?
מאכסט עס אויסקוקן ווי מיכאל איז געווען די אפגעפרעגסטע מענטש אין כלל ישראל, און דא קומען ארויס געציילטע פון זיינע נאנטע חברים און ברענגען ארויס זיינע שבחים... עקסקיוס מי.
מיכאל איז געווען פון די פאפולער’סטע נעמען ביי די היימישע אידנטום, אנגענומען ביי יעדעם איינעם, ער האט זיך אביסל שמוציג געמאכט מיט די ’5’טע טרעק’, אבער ער איז קיינמאל נישט געווארן ארויסגעשפיגן פון די קאמיוניטי, נאך זיין פטירה האט יעדער גערעדט און מיט רעכט אים באוויינט, איז זעה איך נישט קיין שום קוראזש וואס פעהלט דא אויס.

און יעצט לגבי די ארויסגעבער’ס פון די מאגאזין, קענענדיג פון דער נאנט דעם מוציא לאור פון פליישיג, שעהם איך זיך צו ליינען זיינע ווערק. וואזוי זאל איך, איינער וואס האלט זיך פאר א פארשטענדליכע מאן, ליינען די שרייב ארבעט פון א 19 יעריגער וואס זיצט רוב פונעם טאג אויף וואטסעפפ סטאטוס?
וואס פונקטליך גיי איך פארדינען פון אריינזאפן די ווערטער פון א באקאנטע מנ.. אויף טעלעגראם וואס האט יעצט באקומען נאך א פלאטפארמע זיך ארויסצוגעבן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלע צוזאמען, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך צקון לחש »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 3:29 pmוואס פונקטליך גיי איך פארדינען פון אריינזאפן די ווערטער פון א באקאנטע מנ.. אויף טעלעגראם וואס האט יעצט באקומען נאך א פלאטפארמע זיך ארויסצוגעבן?

גייסט זיין פון די מיעוט אידן וואס אינטערסירן זיך און ווייסן וואס עס טוט זיך ביי אונזער יונגווארג
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
new news
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 31, 2023 5:52 pm
געפינט זיך: אינדערהיים
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך new news »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 3:29 pm וואס פונקטליך גיי איך פארדינען פון אריינזאפן די ווערטער פון א באקאנטע מנ.. אויף טעלעגראם וואס האט יעצט באקומען נאך א פלאטפארמע זיך ארויסצוגעבן?
געגעבן א פליק אראפ א מענטש און געגאנגן ווייטער
חב''ד הויזן האט געשריבן:
דאס אבער הצד השוה שבהן איינער וואס קען נישט מחלק זיין בין דם לדם ובין טראגעדיע לטראגעדיע און ציט גלייך מסקנות און טענות אויף פריער-אראפגעשטעלטע מסקנות און אגענדעס געפינט זיך אויף די זעלבע הענט-טראק נאר אין אנדערע באקסעס.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך קהל'ס נער »

ווער ס׳דרייט זיך נאר אויף טעלעגראם פאר פינף מינוט כאפט גלייך ווער די בעל ה׳פליישיגס איז, ואעפ״כ האט נישט קיין פשט עים פערזענליך אראפצורייסן.

למעשה די ״פליישיגס״ איז גאנץ א כמעשה׳דיגע מאגאזין ובפרט אז מען האלט נאך ביי די ערשטא באנד (ס׳פאקט שוין איין די ״הדסים״ ז״ל).

איז אזוי די שרייבערס זענען פיינע, אבער זיי זענען נישט מקפיד אויף גראמאטיק, ספעללינג און פאליטקלי קארעקטנעס.

אלנספאלס איך האב די מערסטע הנאה געהאט פון די מעשה פון די ווילטשער @אלפא האט געוואלט פארשטיין וואס זיי האבן געוואלט ארויסברענגען, ס׳איז א משל צי ארויסווארפן בחורים פון דערהיים אדער פון ישיבה .

די נאוועלס האב איך נישט געליינט ווייל ס׳רעדט נישט צו מיר.

די מיכאל אינטערוויאו איז טאקע שוין איבערגעקייט אבער למעשה איז עס א שטארקע אינטערוויא.

און ווי אלפא זאגט טאקע פארט די מאגעזין אויפן מגושמ׳דיגער שטייגער וואס איז ביי אונז כשר, וויבאלד דאס איז די היפך פון קריטיש טראכטן.

און אגב איז גארנישט wראנג מיטן זיין מגושם, קוהלת צי ווער זאגט שוין יוסיף דעת יוסיף מכאוב, און איך אלץ א פראקטיאלוג (וויאזוי זאגט מען די היפך פון א אידיאלוג?) קומט אויס אז צי זיין א מגושם איז די בעסטע אפציע.

אין די נשתכחה תורת הבעש״ט באשרייבונג האט ער געשריבען א גאר גוטע פוינט, און טאקע ארויסגעברענגט קורץ און שארף צי די זאך, פארשטייט זיך אז פאר קאווע-שטיבלער שרייבט מען נישט אזוי אבער א מאגעזין איז געמאכט פאר עמך און פאר עמך קען מען נישט שרייבן אויף א הויכע לעוועל, די עמך וויל יעצט, דא און שוין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך טאמבל סאס »

אין ענגליש ווערט פליישיג'ס סטייל אנגערופן העק רייטינג. א געהעריגע לעגעטימע וועג אנצוהויבן א קאריער און פולע גרויסע שרייבער האבן אזוי אנגעפאנגען.

@אלע צוזאמען, 'אויפריכטיגקייט' מיין איך אין די תוכן, די זאכן וואס זיי האבן געזאגט - ווי למשל אז ארטיסטס אפרישיעיט מען נישט גענוג, ווי אזוי זיי האבן זיך איינער דעם צווייטן געטראפן, און די אומבאהאלפענקייט מיט וואס טייל פון זיי האבן זיך אנגעטראפן אנהויב פון זייער רייזע, אויך ווי זיי האבן זיך געברויכט איינער דעם 2טן מחזק זיין - כגון דער בן בלי שם פון אר"י וואס האט קודם געטויגט אויף כפרות.

אינטרעסאנט איז געווען ווי אזוי זיי פארציילן אז מיכאל איז אינעווענדיג געווען א טרויעריגער מענטש. און אז למשל די בעש"ט ניגון וואס איז לכ"ע פון זיינע אויב נישט די גרעיטעסט היט, האט עס נאר בדיעבד אריינגעמאכט אין די אלבום. :roll: אויך אז זאוועלע דער טרעיגער איז עפעס נישט אזוי צו זיין טעם געווען. :האה? באזונדערס, האב איך געפונען פעקיוליאר אז ער האט קיינמאל נישט געצאלט פאר א ניגון??

דאס אז זיי וויינען נישט עכט ביי ניגונים אדער בדחנות איז מיר קיין חידוש נישט געווען. דאס אבער אז די רעבעס קענען נישט ארויסקומען זאגן די זעלביגע ווען זייערע שלש"ס תורות און שבת תשובה דרשות, איז שוין אבער יא א תמיהה רעבע.

סתם שרייען מנובל, אינגע ראצער בלא בלא בלא איז אטאקירן דעם מעסענדזשער. חוץ מזה ווייסן מיר נישט ווער נאך ס'האבן אריינגעשיקט צו זיי ארטיקלען. האסט עס שוין אפגעלייענט? ניין! אוודאי, ס'איז נישט בעסער פון מייסטערווערק ווייל ס’איז עפלעך מיט אראנדזשן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

מיינע אבזערוואציעס איבער "פליישיג"

שליחה דורך אלפא »

המשך מיינע צוויי צענט.


דעם שבת געליינט ווייטער:


יכול להיות - א אידישע טרער ווערט נישט פארלוירן - דורך לוי מאזעס
און גלעזער - ווען נאסא קראכט פליגערס - דורך יהושע קרויס

no comments!


א כרפס מעשה - דורך טובי' אבראהאם
זייער קאמיש אראפגעלייגט די מצב אינדערהיים ביי רוב אירע... אזא אבזערוואציאנאלע-סטיל-קאמעדי.

צו מיר הערט זיך עס אן ווי חיים הערש גלאנצער בתוקפו, סיי די סטיל, און בעיקר נאך וואס א חלק פון די ווערטלעך זענען ממש די זעלבע ווי אויפן ניסן שמועס אויף קולמע.


אסעסינאציע - דורך ראובן גרין
קורצע היסטארישע באשרייבונגען איבער אפאר געפראווטע אקציעס אומצומברענגען אדאלף היטלער ימ"ש (-בעוד מועד) וועלכע האבן זיך אויסגעלאזט מיט א דורכפאל. ווער און ווען דאס איז פארגעקומען.

גאנץ גוט!


פארגעסענע העלדן - דורך חיים רובין
אפאר פאראגראפן צום געדענקונג פון העלדן. דאס מאל - אירענא סענדלער, אבדול חוסיין סארדארי, און די בילסקי פארטיזאנער.

_______

פון די פארווארט (-קלאמקע) שטעלט זיך ארויס אז ראובן גרין איז דא דער יושב ראש, ער קרעדיטעד ארי הערשקא מיט חיים רובין פאר זייער הילף.
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז אפאר שרייבערס האבן מער ווי איין ארטיקל דערין, אלי' שטיימעץ, ראובן גרין, און לוי מאזעס. כשלעצמו איז עס נישט דוקא קיין פראבלעם, עס איז נאר אביסל אומקאנסיסטענט זייער וועג פון שרייבן און די תוכן וואס זיי באשרייבן,
אלי שטיימעץ שרייבט סיי גראמען, סיי דעם געלונגענעם עבדים היינו ארטיקל און סיי דעם זינלאזע מעשה פון פאליציי ביים טיר.
ראובן גרין, חוץ פון קלאמקע, שרייבט ער איבער בוליאינג, איבער היסטאריע, און די ראגעלע (-קלוגע געדאנקען) צום סוף.
לוי מאזעס, שרייבט סיי אן הויפט ארטיקל - גוג ומגוג, און סיי דעם יכול להיות קאלום.
עס איז פשוט נישט אזוי גוט לדעתי פאר די ברענד פון א שרייבער צו שרייבן פארשידענע סטיילס אונטערן זעלבן פען-נאמען. אבער ווי געזאגט - איך לאז זיי אויספיגערן זייער אייגענע ברענד, און זאל עס טאקע זיין מיט הצלחה!


א גוטן מועד.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
יאנקל בעל העגלה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך יאנקל בעל העגלה »

גאנץ א פיינע ארבעט פאר א בחורישע אויסגאבע, נאר א שאד אז זיי זענען גראד געגאנגען אזוי ווילד
לאז געמאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך לאז געמאכט »

אינטערעסאנט אז פינקי האט זיך געלאזט אינטערוויען ? ניין ?
אויפריכטיג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך אויפריכטיג »

לדעתי איז דער עיקר פראבלעם פון אלע היימישע מעגאזינען אז זיי זוכן אריינצופיטן אינעם נאראטיוו פונעם חרדיש’ן סיסטעים/געזעלטשאפט און צוליב דעם לויפן אלע ארטיקלען אויפן זעלבן מהלך פון זיין פאליטיש קארעקט צום אלגעמיינעם היימישען אוטאריטעיט אן קיין שום זאלץ און פעפער אדער סיי וועלכע אוט אף די באקס ארטיקלען וד’’ל און דאס איז דער סיבה פ’’וו רובא דרובא ארטיקלען זענען נישט אינטערעסאנט און ע’’פ רוב שפירט מען נישט אז מ’האט קונה געווען עפעס פריש און ציענד נאר נאכאמאל חוזר חלילה די זעלבע גייסט וכו’

יעצט לפי שכלי הקט האב איך געזעהן אין דער וועקער/מייסטערווערק די זעלבע פראבלעם ווי זיי זענען ווייטער דא מיטן אגענדע צו שטופן דעם פארקערטן אויפגעקלערטן רוח און זיי לויפן אויך מער ווייניגער אויפן זעלבן שניט ווי אלע ארטיקלען שפינען צום זעלבן ציל וכל הנחלים הולכים אל הים און נאכן ליינען עטליכע אויפלאגעס פילט מען שיין נישט דער חידוש דערפון

דאקעגן אבער אין פליישיגס קוקט אויס ווי זיי האבן נישט קיין ציל און אגענדעס נאר יעדער ארטיקל איז דא לשם דעם אינטרעסאנטן אינפארמאציע דערין אן קיין נעראטיוו אדער זייטיגע גייסטן און כומדמני איז דאס דער בעסטער רעסעפי פאר א מוצלח’דיגע מאגעזין..
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך אלפא »

אויפריכטיג האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:12 am לדעתי איז דער עיקר פראבלעם פון אלע היימישע מעגאזינען אז זיי זוכן אריינצופיטן אינעם נאראטיוו פונעם חרדיש’ן סיסטעים/געזעלטשאפט און צוליב דעם לויפן אלע ארטיקלען אויפן זעלבן מהלך
איך מיין עס איז א טראפ מער קאמפליצירט ווי דאס, הגם עס איז נישט אפגעפרעגט.

די עכטע שאלה איז (וואס איך בין נישט זיכער איינער קען דעפיניטיוולי ענטפערן), וויפיל פון די תוכן אין אויסגאבעס זענען געלייגט מיט אן אגענדע לשם אגענדע (פאליטיקעל קארעקטנעס, ארויסהייבן אונזער סיסטעם, וכו'.) און וויפיל דערפון איז פשוט לשם ביזנעס - נאך וואס עס איז קלאר אז אונזער מארקעט טאלערירט נישט זייער אסאך שטאף, און וויבאלד רוב אויסגאבעס זענען דא פאר איין ציל - און דאס איז געלט - גלייב איך נישט אז מ'קען זיי באשולדיגן און סעלעקטירן חומר לויטן דעמאנד.

ווילאנג פליישיג איז בחנם קענען זיי טון וואס זיי ווילן (אביסל אזוי ווי קאווע שטיבל און אייוועלט) אבער פארשטייט זיך כדי עס זאל בלייבן מיט אן אודיענץ דארף מען זיך צוביסלעך טראנספארמירן אין א ספעציפישע ברענד - וואס איז ביי דעפינישאן עקסקלוסיוו..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך אלע צוזאמען »

מזל טוב ראובן גרין!
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך קהל'ס נער »

אגב איז שוין דא א געדרוקטע מאגאזין אויף ענגליש מיטן נאמען פליישיגס
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: נייע זעלבסטשטענדיגע אינטערנעט מאגאזין "פליישיג"

שליחה דורך yatzmachp »

אויפריכטיג האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:12 am לדעתי איז דער עיקר פראבלעם פון אלע היימישע מעגאזינען אז זיי זוכן אריינצופיטן אינעם נאראטיוו פונעם חרדיש’ן סיסטעים/געזעלטשאפט און צוליב דעם לויפן אלע ארטיקלען אויפן זעלבן מהלך פון זיין פאליטיש קארעקט צום אלגעמיינעם היימישען אוטאריטעיט אן קיין שום זאלץ און פעפער אדער סיי וועלכע אוט אף די באקס ארטיקלען וד’’ל און דאס איז דער סיבה פ’’וו רובא דרובא ארטיקלען זענען נישט אינטערעסאנט און ע’’פ רוב שפירט מען נישט אז מ’האט קונה געווען עפעס פריש און ציענד נאר נאכאמאל חוזר חלילה די זעלבע גייסט וכו’

יעצט לפי שכלי הקט האב איך געזעהן אין דער וועקער/מייסטערווערק די זעלבע פראבלעם ווי זיי זענען ווייטער דא מיטן אגענדע צו שטופן דעם פארקערטן אויפגעקלערטן רוח און זיי לויפן אויך מער ווייניגער אויפן זעלבן שניט ווי אלע ארטיקלען שפינען צום זעלבן ציל וכל הנחלים הולכים אל הים און נאכן ליינען עטליכע אויפלאגעס פילט מען שיין נישט דער חידוש דערפון

דאקעגן אבער אין פליישיגס קוקט אויס ווי זיי האבן נישט קיין ציל און אגענדעס נאר יעדער ארטיקל איז דא לשם דעם אינטרעסאנטן אינפארמאציע דערין אן קיין נעראטיוו אדער זייטיגע גייסטן און כומדמני איז דאס דער בעסטער רעסעפי פאר א מוצלח’דיגע מאגעזין..
משא"כ, CNN, nyt, ABC, CBS, וכו האבן נישט קיין אגענדע. יעדע זאך וואס איז פאבלישד האט אן אגענדע.
פארשפארט