מוזיק אום ספירה
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
איך האב אמאל אראפגעשריבן נאטיצן אויף די סוגיא, נישט אויף ארויסצוגעבן נאר פאר מיר אליין. עס איז נישט קיין דבר השלם, און עס האט אויך מעגליך טעותים. אבער וויבאלד פילע האבן שאלות אין די נושא, שרייב איך דאס איבער אין אידיש. אדרבה ווער עס טרעפט טעותים אדער האט הוספות קען קאמענטירן.
דיסקלעימער: עס איז געשריבן געווארן שנעל, אזוי אויך בין איך נישט יעצט אין די סוגיא, ממילא זענען מעגליך דא חלקים וועלכע זענען קורץ אדער נישט קלאר.
די מנהגים
אין טור און אין שו"ע ווערט געברענגט צוויי מנהגים וואס מען פירט זיך אין טעג צווישן פסח און שבועות.
1. נישט צו חתונה האבן.
2. זיך נישט צו שערן.
די טעם וועלכע זיי געבן אן איז וויבאלד אין טעג זענען געשטארבען די תלמידי ר' עקיבא (כאטש וואס אין ר"י אב"ן שועיב וועלכע איז איינער פון די מקורות צו די מנהג שטייט נאך טעמים, ווי מיר וועלן דערמאנען שפעטער).
וועלכע טעג
עס ווערן דערמאנט פארשידענע מנהגים בנוגע וועלכע טעג די מנהגים גייען אן.
1. ביז ל"ד בעומר (אריינגערעכנט ל"ג בעומר). געבויט אויף א מדרש אז געשטארבן נאר "עד פרוס העצרת", וואס "פרוס" איז 15 טעג.
2. 33 טעג, געבויט אויף א תוספות וועלכע זאגט אז די תלמידי ר' עקיבא זענען געשטארבען דורכאויס 33 טעג צווישן פסח און שבועות - אויסלאזנדיג פסח שבת און ר"ח.
לויט די דעה זענען דא צוויי מנהגים בנוגע וועלכע 33 טעג מען פירט זיך באבלות: 1. די ערשטע 33 טעג ביז ל"ג בעומר. 2. פון ר"ח אייר ביז שבועות - וועלכע קומט אויס 33 טעג.
לויט אלע דעות קען מען זאגן אויף איין פון די טעג "מקצת היום ככולו". דערפאר לויט די דעה אז ל"ג בעומר איז די לעצטע טאג, קען מען שוין ענדיגן די אבלות ל"ג בעומר צופרי.
דער בית יוסף נעמט אן בפשטות די ערשטע מנהג אז "אין להסתפר עד ל"ד בבוקר".
דער רמ"א נעמט אן די ערשטע מנהג לויטן צווייטן דעה אז "מסתפרין ביום ל"ג".
שפעטער אין סעיף ג' ברענגט דער רמ"א די אנדערע מנהג "בהרבה מקומות נוהגים להסתפר עד ר"ח אייר, ואותן לא יספרו מל"ג בעומר ואילך".
למעשה אין מג"א איז מבואר אז אין זיין פלאץ איז די מנהג געווען פון ר"ח אייר ביז שבועות. אזוי איז אויך אין חיי אדם.
איז דא א מנהג זיך צו פירן באבילות אלע טעג צווישן פסח און שבועות?
דער ט"ז דערמאנט שוין אזא מנהג: "והמנהג בכל המקומות שאין עושין נישואין אלא ביום ל"ג בעומר, לא לפניו ולא לאחריו עד עצרת", און אויף דעם זאגט ער "ואין לזה טעם". ער שלאגט אפ די מהלך אז עס איז כחומרי שניהם, ווייל לויט דעם וואלט מען געדארפט האלטען אבלות ל"ג בעומר אויך (הערה - חוץ מזה איז די כלל אז מען איז מקיל באבלות ישנה). ער שלאגט פאר אז עס איז מעגליך צוליב די גזרות ת"ח ות"ט, אבער אפילו לפי זה איז נאר אסור א שמחה יתירה ווי נישואין, אבער נישט תספורת.
דער מג"א דערמאנט אויך א מהלך צו האלטן אבלות גענוי ווי די טעג וואס די תלמידי ר' עקיבא זענען געשטארבן, דהיינו - אלע טעג חוץ פסח שבת און ר"ח. ער זאגט אז עס איז משמע פונעם רמ"א אז ער האלט נישט דערפון וויבאלד ער האט דאס אויסגעלאזט (בכלל זעט מען אז משום מה האבן די פוסקים נישט שוקל געווען אזא מהלך, אפילו דאס איז געווען די אופן וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די ארגינעלע סיפור פון די תלמידי ר' עקיבא. אזוי אויך דער ט"ז וואס ווערט פריער דערמאנט, פרובירט צו פארשטיין די מנהג פון האלטן אלע טעג, און קלערט אז עס איז כחומרי שניהם, אבער עס פאלט אים נישט איין די דאזיגע מהלך).
די מקורות וואס איך האב געפינען אויף א מנהג למעשה צו האלטן אבלות אלע טעג, איז דער דרך החיים (כאטש וואס עס איז דא א סתירה אין זיינע ווערטער, און עס איז נראה אז זיינע ווערטער זענען פארדרייט, ויש לעיין). און אין אליה רבה ווערט אויך דערמאנט אזא מנהג, אבער עס איז נישט קלאר אז זיין כוונה איז אז דאס איז אנגענומען למעשה.
אזוי אויך קוקט אויס, אז אזוי איז למעשה געווען דער מנהג אמאל אין רוב מקומות, ממילא איז לעגיטים צו קלערן אז דאס איז למעשה די מנהג. די טעם קען זיין ווי דערמאנט אז מען האלט די טעג גענוי וועלכע די תלמידי ר' עקיבא זענען געשטארבן. אדער איז מעגליך אז עס איז נישט צוליב די תלמידי ר' עקיבא, נאר א צווייטע טעם אינגאנצן, ווי דערמאנט פריער פונעם ט"ז צוליב גזירות ת"ח ות"ט אין אשכנז. אדער ווי דערמאנט פריער אז אין ר"י אב"ן שועיב ווערט געברענגט נאך טעמים וואס לפי זה גייט עס אן אלע טעג צווישן פסח און שבועות (נאר לויט דעם וועט זיין אסור ל"ג בעומר אויך, אזוי שטייט טאקע אין אליה רבה).
נאך מנהגים?
ווי דערמאנט ברענגען די פוסקים צוויי מנהגים: נישואין און תספורת. זענען דא נאך?
דער מג"א שרייבט: לעשות ריקודין ומחולות של רשות נהגו לאסור.
נאך א מנהג איז דא, נישט צו באנייען נייע קליידער. עס ווערט נישט דערמאנט אין די פוסקים, און פילע שפעטערדיגע אחרונים מאכן דאס אוועק. למעשה זעט מען יא אז דאס איז א פריעדיגע מנהג, און ווערט געברענגט אין לקט יושר און אין יוסף אומץ ווי אויך אין מנהגי וורמיישא און נאך. ממילא צ"ע למעשה.
מוזיק
הערן מוזיק ווערט דערמאנט די ערשטע (כפי ידיעתי) אין ערוך השולחן אלס א הוספה צו די ווערטער פון מג"א איבער ריקודין ומחולות. וז"ל: ומותר לעשות סעודה, אך לא בריקודין ומחולות. וכל שכן שאסור לזמר בכלי זמר. אבער, ער באציט זיך צו א סעודה און לכאורה צוזאמען מיט ריקודין ומחולות. מען קען דאס נישט מדמה זיין צו הערן מוזיק סתם. אזוי אויך איז דאס א יחיד, און איז ממילא נאר מחייב די תלמידי ערוך השולחן.
היינטיגע פוסקים נעמען פילע אן אז עס איז אסור, געבויט אויף א "קל וחומר" פון ריקודין ומחולות. ולא זכיתי להבין פארוואס הערן מוזיק איז חמור פון ריקודין ומחולות, אזוי אויך איז לכאורה נישט שייך צו מאכן א קל וחומר פון א מנהג. נאכדערצו א מנהג פון אבלות ישנה וואס מען איז מקיל.
בנוגע די סברא וועלכע מאנכע ווילן זאגן אז "בעצם" טאר מען נישט א גאנץ יאר: דאס איז מעגליך א סברא לגבי דעם אז א מענטש פערזענליך קען מחמיר זיין אויף זיך אין די ימי הספירה, א פערזענליכע קבלה, אבער אין די כללים פון הלכה אדער מנהג זאגט די סברא פונקט דאס פארקערטע: ממ"נ אויב איז דאס אסור א גאנץ יאר ווי אזוי איז מעגליך עס זאל זיין א באזונדערע איסור אויף די ימי הספירה?...
היוצא לנו. כפי הנראה איז נישט דא קיין איסור אויף הערן מוזיק בכלל, און אוודאי נישט אויף מוזיק וועלכע איז נישט פונעם שמחה ז'אנר.

There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
דער שבט הלוי דאכט זיך מיר אסר'ט עס מכח מנהג - וועלכע ווי ער זאגט האט א תוקף פון א נדר, (מיט א ראי' פון חת"ס ועוד..).
און אויב נעמט מען אן אז די סמכות פון הלכה בכלל איז געבויט אויף 'הסכמת וקבלת הקהל' דאן איז דאס לכאו' טאקע נישט ווייניגער 'איסור'. (ואולי ליגט דאס אימפליסיט אין דעם חת"ס/שבה"ל - נאר מיט מער דעפיניטיוו הלכה'דיגע טערמינען ווי נדר. וואס ווי באקאנט זענען די היימישע גדולים בכלליות מער פאר דעם פיליזאפיע אז מנהג דוחה הלכה און אז הלכה איז נישט ריין געשריבענע ווערטער נאר מער סאשעלי קאנסטראקטעד..)
הגם מ'קען ווייטער דן זיין וויפיל דורות און/אדער ווי שטארק 'הסכמה' עס פארלאנגט זיך בכדי צו קוואליפיצירן דעם קרייעטעריע. אדער אויב די לעצטיגע טרענד פון געוויסע יא צו מקיל זיין דערין איז שוין א מחאה צום חזקה.. און פארשטייט זיך די ברייטערע שאלות אין דעם ראלם - ווי ווייט יעדע יחיד איז טאקע משועבד צום ציבור דערמיט. ואכמ"ל.

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
א מנהג געבויט אויף א טעות האט נישט קיין תוקף (עי' פר"ח סי' תצ"ו, לדוגמא). ממילא, אפילו אויב מען וועט אננעמען אז עס פאסט אריין אין די קריטעריע פון מנהג, נאכאלץ וועט דאס נישט מחייב זיין. דאס איז נישט א מנהג וועלכע איז נתקן געווארן אלס א מנהג פאר זיך, נאר איז געבויט געווארן אויף א סברא אז עס איז שוין נתקן ועומד מכח די דערמאנטע ק"ו - וועלכע איז נישט ריכטיג (כלומר. אויף וויפיל עס איז נישט ריכטיג, איז דאס נישט מחייב מכח מנהג).
חוץ מזה איז בכלל נישט קלאר אויב דאס פארפילט די קריטעריע פון מנהג.
אגב. איבער הלכה זייענדיג סאשעלי קאנסטראקטעד ווס. ריין געשריבענע ווערטער, לדעתי איז עס ביידע נישט... נאר ליבערשט געבויט אויף א טראדיציע פון אנגענומענע פסק. דהיינו, אז עס איז נישט שייך פאר יעדן יחיד צו צוריקגיין צו די ערשטע מקורות און מפרש זיין אויף זיין אייגענע אופן - אויסלאזנדיג די אנגענומענע טראדיציע, דאס ברענגט פראבלעמען סיי פונעם לינקען זייט און סיי פונעם רעכטען זייט. די כלל איז אנגענומען אויך אין אלגעמיינע געזעץ במדת מה. ואכמ"ל.
חוץ מזה איז בכלל נישט קלאר אויב דאס פארפילט די קריטעריע פון מנהג.
אגב. איבער הלכה זייענדיג סאשעלי קאנסטראקטעד ווס. ריין געשריבענע ווערטער, לדעתי איז עס ביידע נישט... נאר ליבערשט געבויט אויף א טראדיציע פון אנגענומענע פסק. דהיינו, אז עס איז נישט שייך פאר יעדן יחיד צו צוריקגיין צו די ערשטע מקורות און מפרש זיין אויף זיין אייגענע אופן - אויסלאזנדיג די אנגענומענע טראדיציע, דאס ברענגט פראבלעמען סיי פונעם לינקען זייט און סיי פונעם רעכטען זייט. די כלל איז אנגענומען אויך אין אלגעמיינע געזעץ במדת מה. ואכמ"ל.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: Re:
פון דעם האב איך גערעדט
קען זיין איך האב נישט געשריבען גענוג קלאר האט ער געמיינט אז איך מיין לגבי תזמורת בפרטית, ניין איך האב גערעדט בכלל לגבי אבילות דימי הספירה
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
אויב הערט מען קול באשה מעג מען, 'אין איסור חל על איסור'.
וכן נוהגין.
וכן נוהגין.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 176
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:24 pm
- האט שוין געלייקט: 36 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
מען מעג צוהערן צו ניגונים.
באזוך די "קאווערס פון אויסגאבעס-קריטיק און קאמאנטארן" אשכול
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מוזיק אום ספירה
זינגען ניגונים מעג מען זיכער אויסהערן. אפילו אינסטרומענטאל מוזיק וואס איז רעקארדעד (נישט לייוו) מעג מען אויך. אויסער א פאר "פרומע" עמי הארצים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 176
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:24 pm
- האט שוין געלייקט: 36 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
ניגוני סאטמאר זיכער...
באזוך די "קאווערס פון אויסגאבעס-קריטיק און קאמאנטארן" אשכול
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מוזיק אום ספירה
דו מיינסט צו זאגן ווייל סאטמאר'ע ניגונים הייסט נישט קיין מוזיק. אדער ווייל אונז סאטמאר'ע חסידים האבן אן אנדער'ן שולחן ערוך. וואס אונז טו מיר איז (אייביג) גוט. יענער איז דער שייגעץ ווייל ער איז א ציוני....לאל לאל לאל..
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
ווען מען דארף עפעס אסר׳ן מכח מינהג, כיבוד אב, ועשית ככל אשר יורוך, מרא דאתרא און כוח בית דין וכו׳ ווייס איך שוין אז ס׳איז נישט קיין עכטע איסור…אלפא האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 03, 2024 7:40 am דער שבט הלוי דאכט זיך מיר אסר'ט עס מכח מנהג - וועלכע ווי ער זאגט האט א תוקף פון א נדר, (מיט א ראי' פון חת"ס ועוד..).
און אויב נעמט מען אן אז די סמכות פון הלכה בכלל איז געבויט אויף 'הסכמת וקבלת הקהל' דאן איז דאס לכאו' טאקע נישט ווייניגער 'איסור'. (ואולי ליגט דאס אימפליסיט אין דעם חת"ס/שבה"ל - נאר מיט מער דעפיניטיוו הלכה'דיגע טערמינען ווי נדר. וואס ווי באקאנט זענען די היימישע גדולים בכלליות מער פאר דעם פיליזאפיע אז מנהג דוחה הלכה און אז הלכה איז נישט ריין געשריבענע ווערטער נאר מער סאשעלי קאנסטראקטעד..)
הגם מ'קען ווייטער דן זיין וויפיל דורות און/אדער ווי שטארק 'הסכמה' עס פארלאנגט זיך בכדי צו קוואליפיצירן דעם קרייעטעריע. אדער אויב די לעצטיגע טרענד פון געוויסע יא צו מקיל זיין דערין איז שוין א מחאה צום חזקה.. און פארשטייט זיך די ברייטערע שאלות אין דעם ראלם - ווי ווייט יעדע יחיד איז טאקע משועבד צום ציבור דערמיט. ואכמ"ל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
א גערעכטע הערה אויפן ארגינעלע פסק (אז עס איז מכח נדר וכדו'). אויב אבער בין איך גערעכט אז יעדע 'איסור' איז נישט מער ווי קיין מנהג - נעמליך, חז"ל אדער שולחן ערוך האבן נישט מער סמכות ווי מכח די פאקט אז כלל ישראל האט 'עס אנגענומען' - אין דעם זין וואס מיינסטו מיט 'עכטע איסור', און וואס איז אומגלייך מיט א ריינע מנהג?
איך בין אויך נישט זיכער (לפי דעם פילאזאפיע) אז אויב דער מנהג קומט מכח טעות איז עס ווייניגער מחייב, ווייל אלטימעטלי קען מען עס זאגן אויף אסאך דינים פון חז"ל אליין - סיי ווען זיי האבן זיך דיירעקט טועה געווען אין די מציאות (לייז אין פיש א.ד.ג.) און סיי ווען מיר קענען אננעמען אז זיי האבן געהאט אן אומריכטיגע שיקול הדעת וכדו', און די היימישע קאנצענסוס איז אז אפי' בכגון דא נעמט מען זיי אן - עכ"פ לחומרא זיכער.
פארדעם האלט איך אז למעשה ווען דער שבט הלוי (אדער סיי ווער) נוצט די לשונות פון נדר וכו' זענען זיי אליינס נישט מודע אז זיי באציען זיך סובקאנשעסלי צו דעם ברייטערן פילאזאפיע - וואס ווי געזאגט אדאפטירן זיי אונטער אנדערע אומשטענדן ממילא. עס איז מער אזא לומד'ישע ווערטער שפיל וואס מ'גייט אריבער. (הגם זיי וואלטן לכאו' נישט מסכים געווען מיט מיין אנאלאגיע דא - וועלכע לאזט איבער די פראגע וויאזוי זיך צו באציען דערצו..).
וממילא פון מיין פערספעקטיוו איז דיין קריטיק אפי' נישט וואליד אויף זייערע פסק..
ויש לדון.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
ספירה מוזיק איז אויך אסור, די סידי אליינס איז א כלי שיר.
האט שוין איינער ארויסגעגעבן א תשובה צו מברר זיין אז דאס גייט אריין אין די איסור?
האט שוין איינער ארויסגעגעבן א תשובה צו מברר זיין אז דאס גייט אריין אין די איסור?
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
דער שבט הלוי ווי באקאנט האט אזוי געשריבן..חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 12:39 pm ספירה מוזיק איז אויך אסור, די סידי אליינס איז א כלי שיר.
האט שוין איינער ארויסגעגעבן א תשובה צו מברר זיין אז דאס גייט אריין אין די איסור?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2024 12:40 am
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
אין אז איך הער פארמיר אין אפיס לעבעדיגע מאזיק גייט אויך קיינער נישט טאנצן. אמאל ווען מען האט געשפילט מאזיק איז עס געווען א מציב, היינט דריקט מען עפעס אין ס׳שפיעלט אין די בעקראנט
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
מעגסט עס פיינט האבן, אבער ספירה מיוזיק איז א אפציעלע ג׳אנרה, מיטן נאמען A Cappella.
ס׳איז איראניש אז אין אידיש מיינט א קאפעליע א גרופע מענטשן וואס זינגען מיטן מויל קען גאר זיין אז זיי האבן גענומען די נאמען פון אינז, אדער האבן אינז גענומען פון זיי.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: מוזיק אום ספירה
לאל.חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 12:39 pm ספירה מוזיק איז אויך אסור, די סידי אליינס איז א כלי שיר.
האט שוין איינער ארויסגעגעבן א תשובה צו מברר זיין אז דאס גייט אריין אין די איסור?
Screenshot 2024-05-08 123031.png
אז מען וויל ווערן טעקניקל אזוי ווי דעי פאשקעוויל, האב איך א פשוטע היתר צי הערן מיוזיק אפילו מיט עכטע כלי שיר.
מען זאגט פאר דער וואס מאכט דער כלי שיר אז מען וויל עס אפקויפן נאך פאר ער האט געגעבען די לעצטע האק אויפן כלי, אבער מען זאל זיך אויסנעמען מיט עים אז נאך מען קויפט עס אפ זאל ער צו ענדיגן די לעצטע האק, און מען גייט קיינמאל נישט צוריק צים בעל מלאכה צי געבן די לעצטע קלאפ.
און וויבאלד דער בעל מלאכה האט נאך בדעה צו געבן דער לעצטן קלאפ האט עס נאך נישט קיין דין כלי.
מילא איז עס נישט קיין כלי שיעור און עס איז מותר למהדרין אין ספירה.
פארשטייט זיך אז דעי היתר איז ליצנות געמאכט פון די תורה, אבער אויב מען קען אסר׳ן א טעיפ אלץ כלי שיר איז אינזער נישט-כלי מותר מהאי טעמא.