יא יא, ער זיצט און אנגעלאנט אינגאנצן, ער עסט גאנץ כמעשה'דיגע פארציעס, און רעדט נארמאל ווי א מענטש מיט א אויפגעהויבענע קאפ און קוקט נארמאל אין דיין געגנווארט, נישט אזוי ווי אינדרויסן, ווי ער ברומט אונטער די נאז בקול נמוך געציילטע ווערטער און בליקט ארויס צווישן די ברילן מיט די אויגן ברעמען.תניא בניחותא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:10 pm א איד איז אמאל געקומען צום רבי’ן אז זיין זון איז ל”ע אינגאנצן משוגע געווארן, ער דאוונט אפאר שעה, לערנט אגאנצן טאג, שלאפט ווייניג, עסט כמעט נישט וכו’ וכו’, זאגט אים דער רבי, איך טו דאך אויך אזוי, ענטפערט די איד מילא דער רבי טוט דאך דאס פאר פרנסה, אבער מיין זון מיינט עס ערנסט...
אלעס וואס די רבי’ס טוען רעבישע שטיק ברבים הייסט נישט קיין עבודה, דאס איז אלס א חלק פון די עקט. די שאלה איז וויפיל דינט ער דעם אייבירשטן, התמדת התורה, מיעוט תענוג, מיעוט שינה, אין אנדערע ווערטער ווער איז געוווען באוואוסט אלס א עובד ה’ מנעוריו פאר ער איז נתגלה געווארן, פאר מ’האט אים פון הימל געשיקט די כוחות וואס מיר גלייבן אז אלע בנש”ק באקומען נאכן הסתלקות פונעם טאטן.
שמעתי מכלי ראשון פון א קרוב משפחה וואס פלעגט זיך דרייען ביים סקווירא רבין אין שטוב, אז אינדערהיים זיצט ער גאנץ פיין בהסיבה אויפן רעקליינער.
געווען אמאל א שיינע איד, וואס איז געקומען צופארן אויף שבת, פרייטאג צו נאכטס ביים געבן שלום עליכם און זאגן גוט שבת, האט די רבי געזאגט אז קומענדיגע מאל ער קומט אויף א שבת, זאל ער זעהן צו קומען פאר טועמיה הארט פאר כניסת השבת, ווי דער סדר איז אז די געסט וואס קומען אויף שבת גייען אריבער צום רבין אין הויז אפנעמען שלום עליכם בעפאר שבת, און די שיינע אידן וואס קומען צו גאסט לאדענט מען איין אויף טועמיה.
בקיצור פרייטאג צו נאכטס ביים טיש היפש שפעט זעהט ער דעם צדיק קוים עסן מיט די שפיץ גאפל איינגעטינקן אין זאלץ, האט ער געטראכט צו זיך הלא דבר הוא, א איד הונגערט שוין שעות לאנג, און דא עסט ער קוים עפעס א טעימה קלה, למעשה קומענדיגע מאל ער איז געקומען אויף שבת און ער האט טאקע זיך משתתף געווען ביי טועמיה, ביינאכט ביים טיש, האט זיך נאכאמאל געוואונדערט הלא דבר הוא, אבער דאס מאל אין אן אנדערע ריכטונג, וויאזוי "קען ער נאך עסן"??? נאך אזא טועמיה איז ממש א מופת אז מ'קען נאך אפילו אריינשטיפן די איינצעלנע גאפל פיש און פלייש.
די זעלבע זאך איז מיט די לעקטער אין קאר, אלע רבי'ס וואס זענען באקאנט אז זיי לערנען, קענען זיצן אין קאר און זיך ארומקוקן ווען די חסידים פילעווען ארום די קאר, אבער ער פונקט דעמאלס איז ער פארטיפט אין א ספר..... און די רגע מ'פארט ארויף אויפן הייוועי פארקלאפט מען דעם ספר.....
בקיצור ברבים מאכט ער א אנשטעל ווי ער רייסט פון זיך..... לפני ולפנים איז שוין אן אנדערע מעשה