בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
דאס איז נישט קיין העיט?אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 8:11 pm איך האף נאר אז אלע אנדערע צדיקים זענען פון א אנדערע סארט צדיקים ווי ער.
אין דעם דור איז לכאורה נישט געווען נאך א איד וואס האט מחזק געווען אזויפיל צובראכענע (פיזיש און גייסטיש) אידן. א איד וואס האט געאטעמט אהבת ישראל און נישט געטראגן קיין שווער הארץ אויף קיינעם כאטש ער האט געהאט גענוג אויף וועם. א איד וואס האט קיין גוטן טאג אין לעבן נישט געהאט, יעדע צרה וואס קען נאר זיין האט ער טועם געווען, פון יתמות אלס קינד ביז אויף וואס די גמרא זאגט מוצא אני מר ממות, און אלעס אינצווישן אין געזונט פרנסה נחת, און דאך איז ער געווען פארנומען טאג און נאכט צו מחזק זיין יעדע צובראכענע נפש, צו וועמענס קבר דען זאל כלל ישראל גיין? צו די ווייסע בעקיטשעס וואס האבן געשניטן קוגל? סאטמאר רב ז"ל האט פארקלאפט די גמרא און געשריגן וואס האב איך פון תורה אויב קען איך נישט א טובה טון א איד? וויפיל עובדות איז דא פון פריעדיגע צדיקים וואס האבן אוועקגעמאכט די גאנצע עבודת השם און בלויז ארויפגעקוקט חסד?
און חוץ פון 'צדיק' וואלט איך אים אויך גערופן 'הגאון ר' מיכאל שניצלער'. איינע פון די פריעדיגע צדיקים (כ' געדענק שוין נישט ווער) האט אמאל געשריבן הגאון אויפן רבי ר' זושא מאניפלי, ווען מ'האט אים געפרעגט 'מילא הצדיק פארשטיי מיר אבער 'הגאון'? ר' זושא איז בכלל נישט געווען באקאנט פאר א תלמיד חכם. האט ער געענטפערט אז די תורה האט אסאך מצוות און הלכות ובתוכם הלכות שבת הלכות נגעים, טהרות, וכו' און אויך מצוות אהבת ויראת השם, אלעס איז די זעלבע אייניג און וויכטיג, פונקט ווי איינער וואס קען גוט די הלכות פון וביום השביעי תשבות איז א גאון איז איינער וואס איז בקי אין את ה' אלוקיך תירא איז אויך א גאון.... ר' מיכאל איז געווען א גאון און בקי אין צענדליגע מצוות אין די תורה פון צדקה און ומבשרך אל תתעלם אא"וו.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 6:14 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:57 pm ווי אזוי בעט נאר רבי אהרן הגדול מקארלין אין זיין צוואה, אז מען זאל טוהן לעילוי נשמתו נישט נאר בתוך י"ב חדש, נאר אויכעט די צווייטע יאר, כי מי יודע אם יהיה לי זכות לבא לגיהנם בי"ב חדשים הראשונים, דברים מבהילים, דאס שרייבט דער קדוש עליון, מיינסטו טאקע אז אויף יענע וועלט איז האקוס פאקוס אזוי ווי דאהי?
די אלע פראפגאנדע איז גארנישט קיין טובה וכו', והרוצה להבין יבין הדברים לאשורם.
דער עיקר יואלי ווייס איז געווען מיט א גיטאר, א צורידערטע וועלט.
די גמרא זאגט קלאר אינו רואה פני גיהינם, בארואיג דיך מיין קינד.. ברענגסט א ראיה פון ר' אהרן, קענסט דאך ברענגען די באקאנטע מעשה פון גמרא ואינו יודע באיזה דרך מוליכין...
אידן האבן א שמעק, אם אינם נביאים הם בני נביאים הם, און אויב ברענגסט יא פון רבי אהרן הגדול פארוואס פארשטייסטו אז ביי אנדערע היינטיגע רבי'ס גייט מען יא ביי די ערשטע יארצייט?
ודי בזה.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל געזאגט. ס'איז דא געוויסע אידן וועלכע זענען צדיקים. נאר א סאך מענטשן שרייען אז זיי וועלן גיין אין גהינום. האב איך געזאגט אז מיט די אידן וויל איך זיין צוזאמען אין גהינום. ווי ענדערש מיט געוויסע אנדערע אידן וועלכע (מיינען) אז זיי וועלן זיי אין גן עדן.
אין אן ענליכע בחינה האט געזאגט דער הייליגער ראפשיצער רב.
ער האט פיינט (געוויסע) מצוות. און ער האט ליעב עבירות. ווען מ'האט איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט...אמאל איז דא א מענטש וואס מ'זאגט ס'איז א מצוה איהם צו רודפ'ן. אזעלכע מצוות האט ער פיינט. נאכדעים איז דא א מענטש וואס אויב מ'וויל איהם געבן צדקה זאגן מענטשן ס'איז אן עבירה איהם צו געבן א יעדע פרוטה. אזעלכע עבירות האט ער ליעב...!
אין אן ענליכע בחינה האט געזאגט דער הייליגער ראפשיצער רב.
ער האט פיינט (געוויסע) מצוות. און ער האט ליעב עבירות. ווען מ'האט איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט...אמאל איז דא א מענטש וואס מ'זאגט ס'איז א מצוה איהם צו רודפ'ן. אזעלכע מצוות האט ער פיינט. נאכדעים איז דא א מענטש וואס אויב מ'וויל איהם געבן צדקה זאגן מענטשן ס'איז אן עבירה איהם צו געבן א יעדע פרוטה. אזעלכע עבירות האט ער ליעב...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
מענטשן מיינען אז ס'איז גרינג, פראבירט נאר מחזק צו זיין איין צובראכענע מענטש, וועסטו זעהן אז ס'איז בככל נישט גרינג. מ'רעדט דא פון הונדערטער