איך האב אמאל מיטגעהאלטן ר' מאטל זילבער נאכן דאווענען די ערשטע מעריב פון 'ותן טל ומטר' האט ער זיך דערמאנט אז ער האט פארגעסן צו זאגן, און ער איז אריינגעגאנגען אין זיין צימער איבער צו דאווענען
טעות סופרי"ם
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 14, 2024 6:04 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
טעות סופרי"ם
טעמע: זאכן וואס כ'וויל וויסן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
Re: טעות סופרי"ם
אינטערסאנט מיין (x) רבי זז"ג האט אמאל פארגעסן טל ומטר, אבער ער האט געזאגט אז די גויאישע קאלענדער האט געמאכט א טעות אין עס איז נאכנישט דעצעמבער 4... און אז צדיקים קענען משנה זיין די תקופה אויכעט,
ביי די ספירה ציילען איז אויך געווען אזא ענליכע מעשה... זאגנדיג אז די צדיקים זענען קובע וועלכע טאג היינט איז...
ביי די ספירה ציילען איז אויך געווען אזא ענליכע מעשה... זאגנדיג אז די צדיקים זענען קובע וועלכע טאג היינט איז...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: טעות סופרי"ם
אינטערסאנט ווייל די ערשטע מעריב באדארף מען נישט איבערדאווענען עז פער משנה ברורהסמרה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 3:45 am טעמע: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך האב אמאל מיטגעהאלטן ר' מאטל זילבער נאכן דאווענען די ערשטע מעריב פון 'ותן טל ומטר' האט ער זיך דערמאנט אז ער האט פארגעסן צו זאגן, און ער איז אריינגעגאנגען אין זיין צימער איבער צו דאווענען
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: טעות סופרי"ם
שמחה'לע קאפשטיק: ביטע לייג אריין די מעשה ביי "מילתא דבדיחותא".שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 7:56 am אינטערסאנט מיין (x) רבי זז"ג האט אמאל פארגעסן טל ומטר, אבער ער האט געזאגט אז די גויאישע קאלענדער האט געמאכט א טעות אין עס איז נאכנישט דעצעמבער 4... און אז צדיקים קענען משנה זיין די תקופה אויכעט,
ביי די ספירה ציילען איז אויך געווען אזא ענליכע מעשה... זאגנדיג אז די צדיקים זענען קובע וועלכע טאג היינט איז...
דאס דערמאנט מיך די מעשה פון דעם גרויסן רעבי'ן וואס האט באקומען א טעלעגראם אז ער האט געוואונען די לאטערי. און די דאטום אפצונעמען די גרויסע געווינס וועט זיין שבת. אין די הויפטשטאט פון די עסטרייכישע מלוכה, וויען.
דאס האט געשאפן אן ערנסטן פראבלעם. ס'האט זיך געהאנדלט פון א סכום עצום. די חסידים האבן זיך געוואונדערט וואס די רבי גייט טון? מ'קען דאך נישט לאזן פארפאלן ווערן די געלט. ס'איז דאך אבער שבת קודש.
די רבי, זייענדיגע א גרויסער בעל מופת האט זיך שבת אינדערפריה נאכ'ן דאווענען וותיקין און נאך קידוש ארויפגעזעצט אויף זיין וואגן. ווען אלע חסידים שטייען ארום איהם. פלוצלינג האט די רבי אויפגעהויבן זיינע הייליגע הענט און ער האט געזאגט..."שבת אהער, שבת אהין. איך פאר קיין וויען"...פון ביידע זייטן איז געווען שבת. דארט וואו די רבי איז געפארן איז נישט געווען שבת...!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2024 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
Re: טעות סופרי"ם
מנחת אלעזר האט געזאגט פאר אן אייניקל פין חתס, ס'געווען א חתם סופר, כתב סופר, חתן סופר, דו ביסט א טעות סופר.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 10:47 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
Re: טעות סופרי"ם
אזוי האבן אמאליגע צדיקים זיך געפירט ווען עס האט זיך געמאכט ביי זיי א טעות. און יא, עס האט זיך געמאכט...
אזוי ווערט געברענגט אין ספר אמרי פנחס פון הרב הקדוש רבי פנחס מקאריץ זי"ע
אזוי ווערט געברענגט אין ספר אמרי פנחס פון הרב הקדוש רבי פנחס מקאריץ זי"ע
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: טעות סופרי"ם
איך האב אמאל געהערט גאר א גרויסן רעבי'ן (ביי זיינע חסידים, זיכער) וועלכער איז געווען ביי זיינ'ס א משפחה שמחה און מ'האט איהם מכבד געווען מיט בענטשן ראש חודש. און ווייל ער האט זיך זייער שטארק צו פייערט און ער איז געפלויגן אין די הימלען האט ער געזאגט דעם ראנג חודש און דעם טאג וואס ר"ח גייט זיין.
די בושות זענען געווען זייער גרויס. ספעציעל ביי די אפיקורסים. מיין רבי האט איבערגענימען. און ער האט שטילערהייט איבערגעזאגט דעם ריכטיגן חודש און טאג...! וקדושתו ורוח קדשו של הרבי הגדול והנורא במקומו עומדת...!
די חסידים האבן זיך נעבעך באגראבן פאר בושה...!