והיה כי יאמר לך בנך מחר לאמר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 600
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

והיה כי יאמר לך בנך מחר לאמר

שליחה דורך צקון לחש »

מיט אסאך יארן צוריק איז געווען אזא מאדנע צוריקגעשטאנענע געפירעכץ ביי אונז אידן, אז דער טאטע פון א הויזגעזינד, דער ברויט געווינער, איז געווען פאררעכנט אלץ דער ראש המשפחה, דער אוטאריטעט וואס על פיו ישק כל דבר, און ווי מאדנע עס הערט זיך פלעגט דער זעלבע טאטע, דער וואס איז בעצם בלויז א קנעכט צו באדינען די פאמיליע, זיין דער װאס דעליווערט דעם דבר ה' פאר די ווייב און קינדער, בבחינת עבד כי ימלוך...

היינט ב"ה האלטן מיר שוין נאך גרויסע טוישונגען און רעוואלוציעס וואס האבן געשטעלט זאכן אין פלאץ, און בעיקר האבן מיר זוכה געווען אז די פארגרעבטע אלפא-זכרים מיט זייערע צולאזטע הארמאנען טוהען שוין נישט פארשרייבן פאר אונזערע הייליגע קינדער הדרך אשר ילכו בם, פארקערט גאר, זינט די פרויען רעכטן רעוואלוציע, און שפעטער די צאן קדשים מעגא רעוואלוציע, זענען די ווייבער און קינדער די וואס פירן די שטוב און זענען מחנך די צופארענע טאטעס, די וואס דרייען זיך אין די טמא'נע גאסן זיי צו פארשאפן די גשמיות'דיגע שפייז און ערנערונג.

בזכות נשים צדקניות נגאלו אבותינו ממצרים, זאגן דאך אונז שוין חז"ל, די אידישע מאמעס, זיי זענען די וואס מאכן אויס, מן הסתם ווייל זיי זענען נענטער מיט די סאמע הייליגסטע וואס מיר פארמאגן, די קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא, בבחינת אם הבנים שמחה, הללויה.

און טאקע פסח, ווער ס'לערנט די אלטמאדישע גמרא זעהט די פארדרייטע השקפה פון אמאל אז פרויען און קינדער זענען נישט באגלייבט אויף צו רייניגן די שטוב פון חמץ...

שטעלט אייך פאר א וועלט אין וואס דער פראסטע מגושם'דיגע "ראש המשפחה" איז דער וואס רייניגט דער שטוב, מיר וואלטן אלע אשכרה געגעסן חמץ אום פסח, ווי עס לויטעט די הייליגע מימרא פון בת רבינו יואל (מובא באמרות טהורות וכן עמא דבר כנודע).

שפעטער טרעפן מיר אין די הגדות פון אמאל דאס אומגלויבליכע, נעמליך די קינדער די צאן קדשים שפיצן אהן דאס אויער זייערע צו הערן השקפה און אמונה פון וועמען? ווידעראמאל די גרויזאמע זכרים... "והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר" טרעפן מיר א פארדרייטע נוסח...

למעשה היינט ווען מיר האבן ב"ה געשטעלט זאכן אין פלאץ, די טאטעס ווייסן שוין גוט זייערע פאזיציעס, און די קינדער זענען ערליך מקיים דעם והיה כי "יאמר לך" בניך (ווי עס ווערט שוין געברענגט די ריכטיגע נוסח בשם רבותינו הק' נוטרי הכרמים אקא השומרים), ווערט געשפירט א צורך צוצושטעלן א משנה סדורה פאר אט די נעבעכדיגע טאטעס, וואס זייערע קינדער האלטן זיי אפיר מיט כסדר'דיגע חינוך שמועסן און דברי תוכחה, אז מ'זאל וויסן וואס און ווי אזוי צו ענטפערן, ווייל אונזער כלל אלץ די פראי-אדם וואס מיר זענען איז דאך אז מיר גייען נישט אראפ אהן שטעלן א ווידערשטאנד, וזה החלי בעהשי"ת;

(המשך יבוא)
טיילונג איצט!

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר