והיה כי יאמר לך בנך מחר לאמר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

והיה כי יאמר לך בנך מחר לאמר

שליחה דורך צקון לחש »

מיט אסאך יארן צוריק איז געווען אזא מאדנע צוריקגעשטאנענע געפירעכץ ביי אונז אידן, אז דער טאטע פון א הויזגעזינד, דער ברויט געווינער, איז געווען פאררעכנט אלץ דער ראש המשפחה, דער אוטאריטעט וואס על פיו ישק כל דבר, און ווי מאדנע עס הערט זיך פלעגט דער זעלבע טאטע, דער וואס איז בעצם בלויז א קנעכט צו באדינען די פאמיליע, זיין דער װאס דעליווערט דעם דבר ה' פאר די ווייב און קינדער, בבחינת עבד כי ימלוך...

היינט ב"ה האלטן מיר שוין נאך גרויסע טוישונגען און רעוואלוציעס וואס האבן געשטעלט זאכן אין פלאץ, און בעיקר האבן מיר זוכה געווען אז די פארגרעבטע אלפא-זכרים מיט זייערע צולאזטע הארמאנען טוהען שוין נישט פארשרייבן פאר אונזערע הייליגע קינדער הדרך אשר ילכו בם, פארקערט גאר, זינט די פרויען רעכטן רעוואלוציע, און שפעטער די צאן קדשים מעגא רעוואלוציע, זענען די ווייבער און קינדער די וואס פירן די שטוב און זענען מחנך די צופארענע טאטעס, די וואס דרייען זיך אין די טמא'נע גאסן זיי צו פארשאפן די גשמיות'דיגע שפייז און ערנערונג.

בזכות נשים צדקניות נגאלו אבותינו ממצרים, זאגן דאך אונז שוין חז"ל, די אידישע מאמעס, זיי זענען די וואס מאכן אויס, מן הסתם ווייל זיי זענען נענטער מיט די סאמע הייליגסטע וואס מיר פארמאגן, די קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא, בבחינת אם הבנים שמחה, הללויה.

און טאקע פסח, ווער ס'לערנט די אלטמאדישע גמרא זעהט די פארדרייטע השקפה פון אמאל אז פרויען און קינדער זענען נישט באגלייבט אויף צו רייניגן די שטוב פון חמץ...

שטעלט אייך פאר א וועלט אין וואס דער פראסטע מגושם'דיגע "ראש המשפחה" איז דער וואס רייניגט דער שטוב, מיר וואלטן אלע אשכרה געגעסן חמץ אום פסח, ווי עס לויטעט די הייליגע מימרא פון בת רבינו יואל (מובא באמרות טהורות וכן עמא דבר כנודע).

שפעטער טרעפן מיר אין די הגדות פון אמאל דאס אומגלויבליכע, נעמליך די קינדער די צאן קדשים שפיצן אהן דאס אויער זייערע צו הערן השקפה און אמונה פון וועמען? ווידעראמאל די גרויזאמע זכרים... "והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר" טרעפן מיר א פארדרייטע נוסח...

למעשה היינט ווען מיר האבן ב"ה געשטעלט זאכן אין פלאץ, די טאטעס ווייסן שוין גוט זייערע פאזיציעס, און די קינדער זענען ערליך מקיים דעם והיה כי "יאמר לך" בניך (ווי עס ווערט שוין געברענגט די ריכטיגע נוסח בשם רבותינו הק' נוטרי הכרמים אקא השומרים), ווערט געשפירט א צורך צוצושטעלן א משנה סדורה פאר אט די נעבעכדיגע טאטעס, וואס זייערע קינדער האלטן זיי אפיר מיט כסדר'דיגע חינוך שמועסן און דברי תוכחה, אז מ'זאל וויסן וואס און ווי אזוי צו ענטפערן, ווייל אונזער כלל אלץ די פראי-אדם וואס מיר זענען איז דאך אז מיר גייען נישט אראפ אהן שטעלן א ווידערשטאנד, וזה החלי בעהשי"ת;

(המשך יבוא)
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: והיה כי יאמר לך בנך מחר לאמר

שליחה דורך צקון לחש »

כלאמניק בּידער מה הוא אומר?
אך ווי גליקליך זענען מיר, אידישע קינדער, מיר זענען אינעם שויס פון הקב"ה, ער באגלייט אונז, גיבט זיך אפ מיט אונז, זארגט זיך פאר אונז, מיט אן אויסטערלישע ליבשאפט, מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן די געוואלדיגע השגחה אויף טריט און שריט, די מעשיות וואס מ'הערט אלץ, ס'איז דאך מורא'דיג, געוואלדיג, בשעת די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער, גאנצע פעלקער פלאקערן און הונגערן, זענען מיר אידן גליקליך און צופרידן, איש תחת גפנו ותאנתו, אידישע שמחות מערן זיך, און ווער רעדט נאך פון תורה ועבודה, ממש א מחיה!!!

ואמרת אליו;
קינד מיינס, הער מיך גוט צו, מיום שחרב בית המקדש זענען מיר טיף טיף אין דער ערד, ווי חז"ל זאגן אונז שוין אז מחיצה של ברזל מפסקת בין ישראל לאביהם שבשמים...
נישט קיין חילוק וויפיל גרעפיקס און גליטשיגע פאפיר דו ליינסט זיך אלץ צאם, ווער מיר ביטע נישט קיין האלאקאוסט לייקענער...
אידן איבער די גאנצע וועלט פרעגלען זיך אין אומבאשרייבליכע פיין און יסורים, און הקב"ה קולדנט קעיר לעסס...
מיר לעבן ווי נידריגע קרימינאלן, טיילמאל מיט איינגערעדטע פרינציפטן וואס שטיפט אונז נאך א טאג פאראויס און נאך יאר ווייטער, אבער... צו זאגן אז מיר לעבן גוט בו בעת וואס ס'איז שקעה חמה און שקעה נפשינו איז זינלאז און ברענגט נישט קיין גוטס...
אז דו וועסט נישט אויפוואקסן און ווערן אן עדאלט וועט קיינער נישט שטיין צו דיין זייט, קיינער!
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: והיה כי יאמר לך בנך מחר לאמר

שליחה דורך berlbalaguleh »

צקון לחש: דו לערנסט נישט אפ ריכטיג פשט אין די מיינונג פון די גמרא. ווען די גמ' זאגט אז נשים ועבדים וקטנים זענען נישט באגלייבט אויף געוויסע זאכן איז עס נישט ווייל זייער מענטשליכע ווערט איז ווייניגער ווי די "אלפא" זכרים". נאר ווייל זיי זענען פטור פון צו טון געוויסע מצוות (שהזמן גרמא). דאס איז אויך געמאכט צו פראטעקטן די גאנצקייט פון די שטוב.

דער פאקט אז א טייל פון די "אלפא" זכרים זענען אגרעסיוו און אומ-וויסנד קומט נישט פון די גמ'. דאס איז א שפעטערע דעוועלאפמענט וואס א טייל "פאררוקטע" אידן מיט א פארקרומטע מיינונג איבער אידישקייט האבן אריינגעברענגט.

המשך יבוא, אי"ה.
פארשפארט