האב איך א שכן אן אלטע ליטוואק, אן אנגעבלאזענער א נערוועזע, פינקט ווי מער האט אויסגעלערנט אין נובהרדוק.
ער לאכט אפ פון חסידים, ער גלייבט נישט די אלע "מעשיות" די מופתים פון תלמידי בעש"ט.
אבער ער איז א הייסער מאמין אז משה האט געברענגט צען מכות פאר די מצריים אין מצרים.
ער גלייבט נישט אז די בעש"ט איז געפלויגן מיט אלעקסיי אינעם הימל מיט קפיצת הדרך. א נאר דארף מען זיין צו גלייבן אזעלכע שטותים.
אבער ער איז א פייערדיגע גלייבער אז משה האט געשפאלטן דעם ים סוף. ער גלייבט אפילו דעם מדרש אז אלע וואסערן פון די וועלט האבן זיך געשפאלטן. א נאר דארף מען זיין נישט צו גלייבן אן אפענע מדרש.
ער גלייבט נישט אז אליהו הנביא האט זיך באוויזן פארן טשערנאבלער מגיד און געהייסן אויסזאגן גאנץ תהלים פארן דאווענען. כ'מיין, ווי סטופיד קען א מענטש זיין אפצוקויפן אזעלכע לאקשן?
אבער ער גלייבט באמונה שלימה אז מעמד הר סיני איז פארגעקומען מיט אלע קלאפערגעצייג וויאזוי עס ווערט פארגעשטעלט אין חז"ל. ער פארנעמט ניטאמאל קיין אנדערע מיינונגען אין דעם ענין.
ער לאכן אין די פויסטן פון די פארגלייבטע חסידים וואס לייגן שליסלעך אין די חלה שבת נאך פסח. כ'מיין, וועלכע טיפש טראכט דען אז דאס וועט אים ברענגען פרנסה?
אבער פארשטייט זיך אז ראש השנה ביינאכט טינקט ער דעם עפל אין האניג כדי צו האבן א שנה טובה ומתוקה.
ער קען זיך כמעט נישט בארואיגן פאר כעס פון די ברסלעווער וואס טוט אפ כל דבר אסור א גאנץ יאר, און ער רעדט זיך איין אז דורכן גיין קיין אומאן און זאגן עפעס אן אויסגעטראכטע, אזוי געריפענע, 'תיקון הכללי' וועט ער ווערן געראטעוועט פון גיהנם.
אבער פארשטייט זיך אז ווען ער ליינט קרי"ש זאגן ער ארויס יעדע ווארט מילה במילה מיט א OCD כדי אז די גיהנם זאל אים נצטנן ווערן.
ער האלט אז עס קען נישט זיין אז די בעש"ט איז אריבער א טייך שפאצירנדיג אויף א גארטל אדער אז ר' אלימלך פון ליזענסק האט געקענט פוקד זיין עקרות.
אבער ער האלט אז ר' פנחס בן יאיר האט געשפאלטן די טייך גנאי, און רבי חנינה בן דוסא האט געמאכט א מופת און עסיג האט געברענט אנשטאט אויל!
ער האלט אז די חסידישע רבנים האבן נישט קיין רעכט צו אסר'ן די פרויען פון דרייוון, זייער פסק אין דעם האט בכלל נישט קיין תוקף.
אבער כמובן אז די חרם דרבינו גרשום נישט צו האבן צוויי ווייבער איז גאר א שטארקן פסק וואס מען קען עס אויף קיין שום פאל נישט ברעכן.
ער שפעט אפ פון דער נארישע חסיד וואס האלט אז זיין רבי'ן האט א מאך געטון מיטן פאטשיילע, און דאס האט גורם געווען אז די לבנה זאל זיך אנטפלעקן.
אבער פארשטייט זיך אז זיין תפילת גשם איז גורם אז עס זאל קומען רעגן אויף די וועלט.
ער לאכט פון יענע רבי וואס שמירט זיך אריין די הבדלה וויין אין אלע עקן פון זיין בעקעטשע, ער האלט אז ער איז פשוט אראפ פון זינען.
אבער פארשטייט זיך אז ער שאקלט די ד' מינים אויף אלע זייטן. ער איז מוליך ומביא, כדי לעצור רוחות רעות. מעלה ומוריד, כדי לעצור טללים רעים. ר' יוסי בר אבין און ר' יוסי בר זבילא האבן דאך קלאר מגלה געווען אז שירי מצווה מעכבין את הפורענות.
לעצטנס האט ער געהערט ווי צוויי אלטע חסידים טענה'ן זיך איבער די גירסא פון עפעס א מעשה ביים רבין זי"ע. ער האט אפגעשפעט פון זיי און גע'טענה'ט אז דאס איז א סימן אז קיין איינס איז נישט אמת.
אבער פארשטייט זיך אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיט דעם אז זיין טעגליכע דף היומי שיעור איז פול מיט מחלוקת'ן איינס נאכן צווייטן.
ווען ער האט געהערט אז א חסיד דרייט זיך ארום מיט א געבענטשטע מטבע אין טאש אלץ א שמורה, איז ער ממש ארויס פון די כלים. ווער רעדט נאך פון קמיאות? הייב ניטאמאל אן מיט אים! וויאזוי קען מען זיך איינרעדן אז א נארישע קמיא אדער מטבע קען עפעס אויפטון?
אבער פארשטייט זיך אז ער גייט מיט ציצית און האט א מזוזה אויפן טיר, און ער טוט עס נישט נאר בלויז ווייל עס שטייט אזוי, ער שלאפט אסאך רואיגער ביינאכט וויסנדיג אז ער איז ארומגענומען מיט די אלע הייליגע שמירות!
ווען ער הערט אז דער עולם פארט יו"כ צום רבי'ן ווערט ער גאר בייז. וואס מיינען זיי? מען קען עפעס טון טריקס צו אפווישן די עבירות? מען פארט זיך צום רבי'ן און מ'איז מסודר? אלעס ווערט אראפגעשריבן אויבן און מען דארף תושבה טון געהעריג אויף יעדע חטא, סתם טריקס העלפט נישט!
אבער שטייציך אז ער גייט אין די עשי"ת ארומדרייען א ווייסע האן אויפן קאפ, כדי אריבערצופירן זיינע חטאים צו די טשיקן.
די חסידים זענען ממש צודרייט פארן בלויז מאכן צוויי בעשוי'ס און שוין ברעכט מען טעלער. ס'איז ממש אומדערהערט אזא אקט צו נעמען א כלה אן גיין דעיטן.
אבער די מהלך פון די מזרחיסטן איז אוודאי אינגאנצן אפגעפרעגט. דאס אז אינגלעך און מיידלעך זאלן זיך באקענען געהעריג און קענען אויסוועלן מה שליבם חפץ איז דאך גילוי עריות ממש.
ס'איז נישט קיין שום פראבלעם זיך צו שערן די בארד, אדרבה, עס קומט גאר אזוי אז א בן ישיבה שערט זיך די בארד. איי על פי קבלה טאר מען נישט? פיין, אבער מען פירט זיך נאר על פי הלכה, נישט קבלה!
אבער ער מאכט יעדן אינדערפרי אן ערליכע ברכה הנותן ליעף כח. הגם די מחבר שרייבט עס נישט צו זאגן, און עס איז לכאורה א ספק ברכה, וספק ברכות להקל, אבער דאך די אריז"ל זאגט אז מען זאל עס יא זאגן, און מען פירט זיך על פי האריז"ל.
הקיצור, אנו רצים והם רצים, אנו רצים לחיי העולם הבא, והם רצים לבאר שחת. די שאלה איז נאר ווער דער אנו איז און ווער די הם זענען...
אנו רצים והם רצים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אנו רצים והם רצים
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל